סאטמאר מהר"א שליט"א

עס איז נישטא קיין שום ענין צו זינגען מי בן שיח. די גאנצע מי בן שיח, צו זינגען ביי א חופה, האט זיך אריינגעכאפט מיט אונטער 200 יאר צוריק. לכאורה ביי די חתונה פונעם רבי'ן זי"ע, האט מען נאכנישט געזינגען מי בן שיח.

די מקור פון די פיוט, איז א מדרש אויף שיר השירים:
בנוהג שבעולם עשרה בני אדם נכנסין לבית המשתה ואין אחד מהן יכול לפתוח פיו לברך ברכת חתנים, ובא אחד ופתח פיו וברך ברכת חתנים. למה הוא דומה ביניהם? כשושנה בין החוחים

אגב, רוב גרסאות ברענגען, 'אהבת רעים משוש דודים' - נישט כלה.
צו זינגען מי בן שיח שטייט שוין אין מחזור וויטרי פון די פריעדיגע ראשונים
 
ניין!

עס שטייט נישט דארט אז מען זינגט עס ביי א חופה. דער מחזור ויטרי דערמאנט עס סתם אזוי, אן קיין קשר צו חופה.
 
דער פראבלעם איז נאר אז ריבי גלייכט פונקט אים זייער שטארק און ווערט פארקויפט פאר אים, כ'ווייס נישט פארוואס.....
צולייגען אין א ריכטיגען פערפספעקטיוו דעם
רבי מהר״א , איז לדוגמא קען מען נעמען א פארגלייך פון אן אנדערע הויף, ווי למשל בעלזא,
כולי עלמא מודו, סיי דו ביסט א חסיד פון רבי פון
בעלזא , און סיי דו ביסט א חסיד בעלזא-מכנובקא
אז דער בעלזער האט ארויף גירוקט בעלז צו די פראנט פון חסידישן יידנטום, דער בעלזא-מענובקא
קען עס וועהן נישט באווייזען , אויב וואלט וועהן נאר
עקזיסטירט ער, וואלט בעלז גיוועהן ווי ביאלא,
סאו , דער בעלזער רבי האט גישטעלט בעלז בעולם,
אזוי קען מען מדמה זיין סאטמאר צו דו ביסט ביי מהר״א אדער מהר״יי , איז פאקטיש דער נאויס מעיקער- דער וואס שטעלט סאטמאר אויף די כבוד
מקומו להעריצו, איז דער מהר״א, וואס האט א פילינג פאר קריעיטן קאנראווערסיעס און ארגומנטן,
וואס אין די ענד ברענגט עס פאפולעריטי און עקסייטמענט פאר ביידע קהילות ,עס מאכט זיך א ישמחו, און א וישחקו, עס גיט אריין א פלעיוואר, און פארמייד א פארשלפענקייט ,עורו ישנים משינתכם און עס איז מקיץ נרדמים ,
 
Back
Top