דו רעדסט פון דיין פערספעקטיוו, פון זיין זייט איז נישטא קיין היתר צו גיין אין מיליטער, אפילו עס איז גענצליך פרום, לגבי קאנקרעטע הילף ווערן אלע לעגאלע הילף אפיסעס אויפגעהאלטן מערסטנס דורך סאטמאר (ביידע).
מוזט נישט האלטן פון די סאטמארע שיטה אבער דו קענסט נישט זאגן אז זיי העלפן נישט זייערע ברודער אין א"י זיך צו האלטן מיט די שיטה
איז דען שיטה פון סאטמאר אז מען טאהר נישט גיין
אין מיליטער זיך צו באשיצען מיד הצר הבא עליהם?
דער רמב״ם טוט עס קלאסיפיצירן אלץ א מלחמת מצוה , די חשמונאים זענען פארעכנט אלץ צדיקים און היראוס ווייל זיי האבען מלחמה גיהאלטען קעגן
די סירישע יונים , זיי האבען נישט גיהאט קיין אורים
ותומים,און עס זעהט נישט אויס אז זיי האבען זיך
באראהטען מיט די סנהדרין, זיי האבען זיך צוזאם גענומען און אויס גיראטען די אינטרודערס.
און ספר ויואל משה, ברענגט ארויס די פראבלעם פון
די סיני אקציע, וואס ער טענה׳ט אז עס איז נישט גיוועהן בארעכטיגט און צום סוף האט עס גארנישט גיברענגט א תועלת , ביי די זעקס טאג מלחמה האט ער גישריבן די - על הגאולה ועל התמורה- האט ער דארט עטליכע עמודים,ווי גייט ער אריין אין די פאליטיק לפי דעתו, אז מען האט גיקענט פארמיידען די מלחמה - עיי״ש- אבער בעצם איז ער אויך קלאהר און די שיטה אז אויב מען ווערט אטאקירט מיט א איבערפאל פון רציחות, ווי די לעצטע גישעהניש אקט. 7 ,איז מען מחוייב מלחמה האלטען מיט מיליטער און מיט גיווער בחרב ובחנית
הבא להרגך השכם והרגך דאס איז שיטה פון סאטמאר ( עס איז דא א פרינדזש אין סאטמאר וואס
האלטען אז מען טאהר נישט פייטען, מען דארף זיך
לאזען הרגענען אבער אויף דעם איז די מאמר חז״ל אין מביאים ראיה מן השוטים ) קומט דאך אויס אז בעצמיות איז די פראבלעם פון גיוס - פאר די וואס עס איז נישט תורתו אמנתו - די פאקט אז די צה״ל איז געגרינדעט און געפירט דארך חילונים, און עס איז א מקום מושחת פאר א חרדי - דארף מען דאך יא פאר האנדלען,אז די וואס זיי זענען נישט תורתן אומנתן, ווען זיי זענען ממלא חובתם און זיי שליסען זיך אריין אין די צבא, זאל עס זיין על דרך פון הלכה און יהדות המסורה
אויב דאס הייסט א פשרה, איז טו בעד דאס איז ריאליטי, מען קען זיך נישט סתם ארויס ציען פון די גיוס,מיט א דעקלערעישן פון פייעטי אין לנו חלק - ופקדו שרי צבאות בראש העם