סאטמאר מהר"א שליט"א

דער רבי מהר"א, אן אמעריקאנער, קומט אהן קיין ארץ ישראל, און ער לאזט זיך הערן אזוי שארף מיט א קול גדול, ווי ער רייסט אראפ די ראשי ישיבות און רבי'ס דארט לגבי גיוס, אז זיי גייען מאכן פשרות אויף חשבון פון יהדות, כאילו אז די אלע ווארטן אויף זיין הדרכה, אבער א קאנקרעט עצה גיט ער נישט, יענע אידן דארפן האנדלען מיט די גאווערנמענט און מען קען נישט פארהאנדלען אן פשרות, אזאנס גיבט ניכט, דער פטור פון גיוס איז געבויעט אויף ישיבות און תורה, און ווער עס האלט נישט ביי תורה דארף זיך משתתף זיין לתפלה ולמלחמה. מען דארף פארלאנגען צו אויסברייטערן די נחל חרדי, צו אקאמאדעיטן די חרדים לה' אז זיי זאלן בלייבן נאמנים לה׳ ולתורתו, מען דארף רעדן צו דער זאך, דברי חכמים בנחת נשמעים.
 
דו רעדסט פון דיין פערספעקטיוו, פון זיין זייט איז נישטא קיין היתר צו גיין אין מיליטער, אפילו עס איז גענצליך פרום, לגבי קאנקרעטע הילף ווערן אלע לעגאלע הילף אפיסעס אויפגעהאלטן מערסטנס דורך סאטמאר (ביידע).

מוזט נישט האלטן פון די סאטמארע שיטה אבער דו קענסט נישט זאגן אז זיי העלפן נישט זייערע ברודער אין א"י זיך צו האלטן מיט די שיטה
 
די נקודה פון ריבי איז אז "האחד בא לגור וישפוט שפוט", כאילו גאנץ ארץ ישראל שטייט און ווארט צו הערן דעם דבר ה' (וואס קיינער כאילו ווייסט נישט.... ער גייט עס מגלה זיין ברוב חכמתו וברוחב תבונתו...), און ער קומט אן, רעדט שארף כדרכו (נאכאמאל, אפילו ער איז 100% גערעכט) אן דעם וואס ער הערט אפילו אויס די אנדערע צד.

אבער דער אמת איז אז ער רעדט נישט צו גאנץ א"י, ער רעדט צו זיינע מענטשן וואס האלטן זיך שטארק און זענען אקעגן די מדינה, אז זיי זאלן נישט מאכן קיין פשרות און מאכט אוועק די אנדערע פראקציעס וועלכע מאכן יא פשרות. ער רעדט נישט צו יענע חברה.
 
עקזעקטלי (די צווייטע העלפט), ווען טראמפ האלט א מאגא דרשה רעדט ער אויך צו (מערסטנס) האלב אמעריקע, פאר די קנאישע יודן אין א"י איז אזא באזוך און דרשה א גרויסער חיזוק, דאס זעלבע ווען זיין ברודער אדער סיי וואספארא אנדערע קנאישער רבי קומט
 
דער סאטמאר רבי רעדט טאקע צוזיין עולם און ער גיט חיזוק פאר די קנאי׳שע,כל הכבוד לו , פון די אדמורי״ם בדורנו איז ער עומדים בראש להשמיע דבר ה׳ און ער איז באשאנקען מיט כח מלהיב צוזיין
לבבות ישראל לה׳ ותורתו , דאס מיינט נישט אז לאזען א קריטיק פון א פערסאנעל קוק נעמט אוועק פון זיין גדלות ,מען האט שוין גיהערט פון תלמוד (ראש השנה) אשרי הדור שהגדולים נשמעים
לקטנים , לויט מיין אויפפאסונג אז עס זיצען יידען זקנים און גדולים וטובים.. ווי הרב לנדאו און הרב הירש, און זיי זענען זיך מייגע אין די סוגיא פון אויס ארבעטן מיט די ממשלה לגבי די פראבלעם פון גיוס
עפעס א פשרה,לאור המצב והבטחון והשלום ,
איז נישט פאסיג סתם צוווארפען סטעיטמעמטס,
כאילו אז עס איז נישט דא קיין קלאהרע דעת תורה , ביז מען הערט כידודי אש אותיות פורחות,מיט דיקטאטן אז מען טאר גארנישט פאר האנדלען , עט ליסט,זאג עס מיט א צוגאב פון ״במחילת כבוד תורתם״
 
די נקודה פון ריבי איז אז "האחד בא לגור וישפוט שפוט", כאילו גאנץ ארץ ישראל שטייט און ווארט צו הערן דעם דבר ה' (וואס קיינער כאילו ווייסט נישט.... ער גייט עס מגלה זיין ברוב חכמתו וברוחב תבונתו...), און ער קומט אן, רעדט שארף כדרכו (נאכאמאל, אפילו ער איז 100% גערעכט) אן דעם וואס ער הערט אפילו אויס די אנדערע צד.

אבער דער אמת איז אז ער רעדט נישט צו גאנץ א"י, ער רעדט צו זיינע מענטשן וואס האלטן זיך שטארק און זענען אקעגן די מדינה, אז זיי זאלן נישט מאכן קיין פשרות און מאכט אוועק די אנדערע פראקציעס וועלכע מאכן יא פשרות. ער רעדט נישט צו יענע חברה.
פיינע רייד ראויין למי שאמרן , מען דארף דאך זיין אבער רעאליסטיש אז מען לעבט אין א מדינה מוז מען דאך זיצען מיט זיי און פאר האנדלען וואס דאס מיינט געוויסע פשרות
מען קען דען וואהנען אין א לאנד און זאגען איך האב
גארנישט מיט די ממשלה ?
 
דו רעדסט פון דיין פערספעקטיוו, פון זיין זייט איז נישטא קיין היתר צו גיין אין מיליטער, אפילו עס איז גענצליך פרום, לגבי קאנקרעטע הילף ווערן אלע לעגאלע הילף אפיסעס אויפגעהאלטן מערסטנס דורך סאטמאר (ביידע).

מוזט נישט האלטן פון די סאטמארע שיטה אבער דו קענסט נישט זאגן אז זיי העלפן נישט זייערע ברודער אין א"י זיך צו האלטן מיט די שיטה
איז דען שיטה פון סאטמאר אז מען טאהר נישט גיין
אין מיליטער זיך צו באשיצען מיד הצר הבא עליהם?
דער רמב״ם טוט עס קלאסיפיצירן אלץ א מלחמת מצוה , די חשמונאים זענען פארעכנט אלץ צדיקים און היראוס ווייל זיי האבען מלחמה גיהאלטען קעגן
די סירישע יונים , זיי האבען נישט גיהאט קיין אורים
ותומים,און עס זעהט נישט אויס אז זיי האבען זיך
באראהטען מיט די סנהדרין, זיי האבען זיך צוזאם גענומען און אויס גיראטען די אינטרודערס.
און ספר ויואל משה, ברענגט ארויס די פראבלעם פון
די סיני אקציע, וואס ער טענה׳ט אז עס איז נישט גיוועהן בארעכטיגט און צום סוף האט עס גארנישט גיברענגט א תועלת , ביי די זעקס טאג מלחמה האט ער גישריבן די - על הגאולה ועל התמורה- האט ער דארט עטליכע עמודים,ווי גייט ער אריין אין די פאליטיק לפי דעתו, אז מען האט גיקענט פארמיידען די מלחמה - עיי״ש- אבער בעצם איז ער אויך קלאהר און די שיטה אז אויב מען ווערט אטאקירט מיט א איבערפאל פון רציחות, ווי די לעצטע גישעהניש אקט. 7 ,איז מען מחוייב מלחמה האלטען מיט מיליטער און מיט גיווער בחרב ובחנית
הבא להרגך השכם והרגך דאס איז שיטה פון סאטמאר ( עס איז דא א פרינדזש אין סאטמאר וואס
האלטען אז מען טאהר נישט פייטען, מען דארף זיך
לאזען הרגענען אבער אויף דעם איז די מאמר חז״ל אין מביאים ראיה מן השוטים ) קומט דאך אויס אז בעצמיות איז די פראבלעם פון גיוס - פאר די וואס עס איז נישט תורתו אמנתו - די פאקט אז די צה״ל איז געגרינדעט און געפירט דארך חילונים, און עס איז א מקום מושחת פאר א חרדי - דארף מען דאך יא פאר האנדלען,אז די וואס זיי זענען נישט תורתן אומנתן, ווען זיי זענען ממלא חובתם און זיי שליסען זיך אריין אין די צבא, זאל עס זיין על דרך פון הלכה און יהדות המסורה
אויב דאס הייסט א פשרה, איז טו בעד דאס איז ריאליטי, מען קען זיך נישט סתם ארויס ציען פון די גיוס,מיט א דעקלערעישן פון פייעטי אין לנו חלק - ופקדו שרי צבאות בראש העם
 
ער רעדט נישט צו זיינע חסידים אין ארץ ישראל אויך נישט, ער רעדט צו די חסידים אין אמעריקע וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען א חלק פון א היסטארישע מאוומענט,ער פרובירט סך הכול אנצוהאלטן די אילוזיע
 
ער בויט די אילוזיע.
עצם מעצמו.. די חסידים מיט אים לעבן אים איין בּאָבּל
 
איז דען שיטה פון סאטמאר אז מען טאהר נישט גיין
אין מיליטער זיך צו באשיצען מיד הצר הבא עליהם?
דער רמב״ם טוט עס קלאסיפיצירן אלץ א מלחמת מצוה , די חשמונאים זענען פארעכנט אלץ צדיקים און היראוס ווייל זיי האבען מלחמה גיהאלטען קעגן
די סירישע יונים , זיי האבען נישט גיהאט קיין אורים
ותומים,און עס זעהט נישט אויס אז זיי האבען זיך
באראהטען מיט די סנהדרין, זיי האבען זיך צוזאם גענומען און אויס גיראטען די אינטרודערס.
און ספר ויואל משה, ברענגט ארויס די פראבלעם פון
די סיני אקציע, וואס ער טענה׳ט אז עס איז נישט גיוועהן בארעכטיגט און צום סוף האט עס גארנישט גיברענגט א תועלת , ביי די זעקס טאג מלחמה האט ער גישריבן די - על הגאולה ועל התמורה- האט ער דארט עטליכע עמודים,ווי גייט ער אריין אין די פאליטיק לפי דעתו, אז מען האט גיקענט פארמיידען די מלחמה - עיי״ש- אבער בעצם איז ער אויך קלאהר און די שיטה אז אויב מען ווערט אטאקירט מיט א איבערפאל פון רציחות, ווי די לעצטע גישעהניש אקט. 7 ,איז מען מחוייב מלחמה האלטען מיט מיליטער און מיט גיווער בחרב ובחנית
הבא להרגך השכם והרגך דאס איז שיטה פון סאטמאר ( עס איז דא א פרינדזש אין סאטמאר וואס
האלטען אז מען טאהר נישט פייטען, מען דארף זיך
לאזען הרגענען אבער אויף דעם איז די מאמר חז״ל אין מביאים ראיה מן השוטים ) קומט דאך אויס אז בעצמיות איז די פראבלעם פון גיוס - פאר די וואס עס איז נישט תורתו אמנתו - די פאקט אז די צה״ל איז געגרינדעט און געפירט דארך חילונים, און עס איז א מקום מושחת פאר א חרדי - דארף מען דאך יא פאר האנדלען,אז די וואס זיי זענען נישט תורתן אומנתן, ווען זיי זענען ממלא חובתם און זיי שליסען זיך אריין אין די צבא, זאל עס זיין על דרך פון הלכה און יהדות המסורה
אויב דאס הייסט א פשרה, איז טו בעד דאס איז ריאליטי, מען קען זיך נישט סתם ארויס ציען פון די גיוס,מיט א דעקלערעישן פון פייעטי אין לנו חלק - ופקדו שרי צבאות בראש העם
פליז, מאך זיך נישט תעמיש.

די סאטמארער שיטה אז איז בויען א מדינה פאר ביאת המשיח איז אן איסור. צו איך און דיר (און דער רמב"ם) זענן מסכים צו נישט.

א מיליטער איז נישט קיין שומרים גרופע און נישט קיין ווידזשילאנטע באשיצערס פון די ציבור. עס איז א חלק פון די מדינה, די פירערשאפט פון די מדינה, די הצלחה פון די מדינה, און די שותפות צווישן די איינוואוינערס פון די מדינה.

פערזענליך זעי איך נישט אז דאס זאל זיין א פראבלעם, אבער פון זיין קוק ווינקל פארשטיי איך אים.

וואס איך פארשטיי נישט איז וויאזוי זיי האבן געבויט א גאנצע שיטה פון רעדן פון זיך שלאגן מיט ציונים, און ווען עס קומט למעשה זיך צו שלאגן, האט מען זאגאר געאסרט דער זיך שלאגן מיט זיי. הפגנות און סטאדיום'ס, דרשות און פוי, טוט גארנישט פאר זיי. נאר אין כנסת קען מען זיך שלאגן מיט זיי. און דווקא דארט שלאפט סאטמאר.
 
דאס האט מען דאך שוין קלאר געמאכט אין די ערשטע בחירות, ליין ר' יואל'ס ספרים ווי ער איז מסביר, פעסט פארווערד 70 יאר זעט מען אז "פייטן פון אינעווייניג" איז שטותים והבלים, די פרומע האבן באקומען באקוועמע בענקלעך אינעם גאווערמענט אין פייטן כמעט גארנישט, נאכמער, ביי געוויסע פראטעסטן קומען די חברי הכנסת אליין זיך באטייליגן און דערנאך גייט מען צוריק כאפן מויצעס...
 
יא יא, איך האב געליינט ויואל משה, און ער דרייט אהין און דרייט אהער, אבער דער עיקר נקודה פארענטפערט ער נישט. ער דערמאנט נישט קיין ווארט קעגן די טענות וואס ר' ראובן גרוזובסקי און ר' בנימין מנדלסון שרייבן אזוי קלאר אין זייער ספרים. ער פשוט בארירט נישט דער ענין.

דער זיך שלאגן פון אינעווייניג האט פראדוצירט א פטור תורתו אומנותו פאר זיבעציג יאר, וואס דערמיט האט דער עולם התורה אין ארץ ישראל געוואקסן עד אין קץ ואין שיעור, און אמעריקא קומט נישט צו צו ארץ ישראל אין ידיעת התורה, ביי אלע קרייזן.
דער זיך שלאגן פון אינעווייניג האט פראדוצירט א חינוך עצמאי, ווי טויזענטער קינדער וואס וואלטן געגאנגן אין פובליק סקול האבן באקומן אן ערליכע אידישע חינוך.
דער זיך שלאגן פון אינעווייניג האט פראדוצירט א סיסטעם ווי שמירת שבת איז פיל לייכטער פאר שוואכע אידן ווי אין אמעריקא, און ממילא ווערט מען בעלי תשובה פיל שנעלער ווי אין אמעריקא.
דער זיך שלאגן פון אינעווייניג האט געשטעלט א מצב אז כמעט אלע עסנווארג אין ארץ ישראל איז כשר, און מ'דארף זיך מוטשן צו זוכן טרפות. מאנכע טענהן אז בעלי תשובה אין ארץ ישראל זענן פיל ווייניגער פארשטאפט פון מאכלות אסורות, און ממילא כאפן זיי זיך צו פיל שנעלער.

ועוד ועוד. גלויב נישט אלס וואס דו ליינסט אין דער איד\בלאט\טוילעט ווענט.
 
גאנץ ריכטיג, די איסור אהנטהייל צונעמען אין די בחירות אוז זיך אנשטאט דעם,זיך אריינשטעקן די קאפ אין זאמד כאילו עס איז נישט דא א ממשלה,איז זייער פראבלעמאטיש, ווייל יעדער מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז מען איז מחוייב צו טהון טצדקי, צוזיין רעפרעזענטירט דארט ווי מען מאכט חוקים און מען טהיילט געלט, אז עס זאל זיין מיט יושר, די אראבער זענען דאך אויך אין כנסת פאר זיך, מען זעהט טאקע ( מילתא דעבידעא לגלויי)אז אין די לעצטע אזהרות פון די סאטמאר- נישט אהנטהייל צונעמען אין די ״בחירות הטמאות״ -זאגען
זיי דעם לשון - אנן שליחותייהו דקמאי עבדינן- אזוי
ווי זיך צוריין וואשען פון א פסק, וואס קיינער פארשטייט און קיינער האלט נישט דערביי ,דער פאקט איז אז רובא דרובא פוסקים און מורי הוראה הייסען גיין צו די בחירות - און די רבי שמואל אויערבאך גימיינדע האלטען אויך אזוי, נאר משום פאליטישע חשבונות האבען זיי זיך טעמפארערילי זיך עבסטעינט , יעצט האלטן זיי אין מיטען פאר האנדלען צו גרינדען א נייע פארטיי צו כנסת, מיט א ברענטש פון ש״ס וואס איז נישט שוה בשוה מיט דרעי, דאס איז אלעס פאליטיק ,אבער להלכה פסק׳נען אלע, אז מען איז מחוייב צו שיקען א שליח וואס זאל זיך אהנעמען פאר די רעכטן פון די חרידים.
 
און אמעריקא קומט נישט צו צו ארץ ישראל אין ידיעת התורה, ביי אלע קרייזן.
שקרים וכזבים גיי אריין אין אין ביידע סאטמער קלויזענבורג זאג מיך אויב עס איז דא מער תלמידי חכמים ווי אין ארץ ישראל?
די מיינסט ר׳ פישעלע הערשקאוויטש ר׳ יח״מ פר״מ טאשע דיין ועוד קענען נישט מער לערנען ווי אלע ראשי ישובות פון ארץ ישראל???
 
יא יא, איך האב געליינט ויואל משה, און ער דרייט אהין און דרייט אהער, אבער דער עיקר נקודה פארענטפערט ער נישט. ער דערמאנט נישט קיין ווארט קעגן די טענות וואס ר' ראובן גרוזובסקי און ר' בנימין מנדלסון שרייבן אזוי קלאר אין זייער ספרים. ער פשוט בארירט נישט דער ענין.
מראי מקום פינקלעך ווי זיי שרייבען זייער טענות יישר כח
 
שקרים וכזבים גיי אריין אין אין ביידע סאטמער קלויזענבורג זאג מיך אויב עס איז דא מער תלמידי חכמים ווי אין ארץ ישראל?
די מיינסט ר׳ פישעלע הערשקאוויטש ר׳ יח״מ פר״מ טאשע דיין ועוד קענען נישט מער לערנען ווי אלע ראשי ישובות פון ארץ ישראל???
די האסט אמאל געהערט פון ר' דוב לאנדא?
איך גלייב נישט אז זיי קענען זיך פארמעסטן מיט אים, אבער סאיז א סטופעד ארגעמענט, סאיז בערך אזוי ווי די ארגעמענט פון אלס קינד, ווי שטארק מיין טאטע איז, הא ער איז מיליאן מאל שטערקער ווי דיין טאטע...
 
יא איך האב שוין געהערט אין די נעמען וואס איך האב אויס גערעכענט קענען זיך פארמעסטען מיט אים קלאר אין אפען
די ליטווישע האבען גאר א גרויסע פאמפ צו פאמפען אין אפמאכען ווער עס איז א גדול אין ווער נישט בו בזמן וואס ר׳ חיים קנייבסקי האט מען געפאמט אלס גדול הדור האט געוואוינט אין ארץ ישראל די שבט הלוי וואס האט געקענט מער בכמות ובאיכות
 
דער שקר איבער דעם שבט הלוי'ס גדלות גייט טאקע אין ליין מיט די שקרים וואס די מהר"א פי. אר. מאשין לייגט ארויס.

דער שבט הלוי'ס גדלות איז ס"ה א פועל יוצא פון זיין זיך שטענדיג נייגן צו די אולטרא מחמירים. דאס האט אים לעגיטימיזירט און געמאכט אלס גדול הדור. ער האט געלערנט פלייסיג, געווען א גרויסער ת"ח, און געווען א דחיל חטאין. און דערצו האט ער גוט געוואוסט צו גיין צווישן די טראפן און זיין גוט מיט יעדע זייט אין יעדע טעגלאש. אבער גדול הדור?! גיממי א ברעיק.
 
Back
Top