סאטמאר מהר"א שליט"א

איך פארשטיי נישט די גאנצע דו"ד, די קינדער זענען אלע יארן געגאנגען צו שמחות פון די פעטער'ס. ר' בעריש מייזליש איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי קיין שמחה ביי רז"ל, א ודאי מיינט עס עפעס.
 
עס האט אויסגעקוקט ווי די באטייליגטע ביים חתונה אין שפיץ פונעם רבי'ן זענען געכאפט געווארן אין טיפן שאק פונעם אומערווארטעטן גאסט
גארנישט קיין שאק,

צופרי פאר די חתונה איז ארום געגאנגען א מעסאידש אז ער פלאנט זיך צו באטייליגן
יעדער האט געוויסט
 
מעגליך אז יעצט אז ער טוישט אפיציעל זייטן וועט מען אים יא משלח זיין, אדער סתם אביסל באזייטיקן.
ער האט בכלל נישט געטוישט זייטן,

און מ'גייט אים נישט באזייטיגן.

די ארוינים גייט עס בכלל נישט אהן אז ער איז געגאנגען.

און נאכאלעמען איז ער די שווער פון די קומענדיגע רבי.
 
מען האט אין סאטמאר נישט גורס געווען די שווער פון אהרן, מיינסטו אז מען וועט גורס זיין די שווער פון מענדל?...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

וואס הייסט מ'האט נישט גורס געווען? ווייניגער ווי שפיץ ביי מהרז"ל?
 
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א היינט ביים באזוך אינעם כיתה ט‘ אין קרית יואל ווי די תלמידים זענען אנגעטוהן מיט ‘קאשקעטלעך‘ לכבוד חודש אדר, מיט א פלאן דאס איינצופירן פאר א גאנצן יאר אזוי ווי מערערע קהילות אין ארץ ישראל האבן שוין איינגעפירט ביי די יונגערע בחורים

קען מיך איינער ערקלערן וואס איז פשט פון די נייע משוגעת?

די אויסגעדראשענע טענה פון "שפארן געלט" איז א ביליגער ליצנות׳דיגע תירוץ צו זאגן אז דאס איז דער מאטיוו. עס קוקט מער אויס ווי א שטיק פסיכאלאגישע מאניפולאציע, א געצילטע סטראטעגיע צו האלטן די יונגע דורות נאך מער באהאפטן און אונטערגעווארפן אן קיין אייגענעם דעת.

בכלל מיט וועלכן רעכט קומט מען און מען צערייבט א הייליגן לבוש וואס איז שוין איינגעבאקן אין כלל ישראל יארן לאנג…? דאס גייט מען שוין אין כלל ישראל פאר צענדליגער יארן זיכער!... דאס אוועקנעמען די ברים און טוישן דעם היט צו א "קאשקעטל", איז א גראביאנישקייט אנשטאט א נארמאלן היט, גיט מען אים א פארהאקטן מלבוש, א סימבאל פון באגרעניצטקייט. דאס איז א מעטאד צו פארוואנדלען דעם יונגן בחור אין א פאלגזאם "קעלבל" למען הקולטישקייט.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1772040800366.webp
    1772040800366.webp
    72.4 KB · געזען: 69

סקען זיין עטליכע אופנים.

א) יונגע בחורים זאלן גיין מיט קאשקעטלעך (אינדערוואכען) אנשטאט א הוט, עפעס וואס איז אסאך בילגער ווי א הוט ($40 ווס 250+), אין ערשטע 2-3 יאר נאכן בר מצוה איז א גרויסע תועלת, די הוט וועט זיך האלטן אסאך לענגער (נאר שבת/שמחות). אין ארץ ירשאל איז עס זייער איינגעפירט אין די לעצטע פאר יאר

ב) מען מיט דעם שוין מאכן די יונגט פרימער..... ווייל א קעשקעטעל איז לייכט וועט מען מיזן זיצן דערמיט אגאנצען טאג, און דערנאך וועט מען הייסן די יונגלעך אינטער בר מצוה אין כתה ט אויך צי גיין דערמיט......
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס איך קוק עס אן איז עס א גוטע זאך אועסצולערנען קינדער צו שפארן געלט , און א דאלאר האט א חשיבות,

דאס פרובירן צו מאכן חתונה תקנות ביי די חתונה,און פרובירן אז מענטשן זאלן מופן צו ביליגע געגענטער , ווען יעדער וואקסט אויף אז מען מוז אלעס האבן נישט קיין חילוק צו ביזט יואלי לאנדא אדער נישט, יעדער ספענט פאר אלעס , איז שוין צו שפעט, דאס דארף מען אנבאקען ווען מען איז אינג
 
אויף דעם איז נישט די עצה אז יעדער זאל גיין מיט קאשקעטלעך, ווייל דאלמאטס לערענט מען זיך גארנישט אויס.

ווען טוסטו אויף עפעס? ווען דו זאגסט אז פון היינט אין ווייטער קען יעדער קומען ווי אזוי ס'פיט זיין טאטעס בודזשעט, די מענטשן וואס האבן מער געלט וועלן שיקן מיט היטן און די מיט ווייניגער געלט וועלן שיקן מיט קאשקעטלעך.

אויב מ'מאכט די קאשקעטלעך פאר א יונעווירסעל זאך, פרעג נישט, אין 2 יאר פון יעצט וועט עס קאסטן פונקט אזוי 300$, ווייל איין געשעפט גייט מאכן א בלים אן טאפ, א צווייטער וועט מאכן א וויידל פון די בעק, און יעדער וועט עס קויפן ווייל ס'בלייבט ביי "יעדער".
 
מ'לערנט זיך טאקע נישט אויס, אבער ווי טייער קען שוין א קאשקעטל זיין?
 
אין הכי נמי, דאס איז גוט, אבער שמויגער האט געשריבן אז דאס וועט אפשר אויסלערנען די בחורים פון די אינגווייז אן צו שפארן געלט.

זאג איך אז ניין, ווילאנג די בחור טוט וואס יעדער טוט האט ער זיך גארנישט אויסגעלערנט, ער קען טאקע יעצט גיין מיט א קאשקעטל אבער און 25 יאר פון יעצט אויב יעדער גייט חתונה מאכן פאר 200k גייט ער אויך אזוי טון.

מ'דארף זיי אויסלערנען פון אינגווייז אן אז מ'דארף נישט זיין ווי יעדער, יעדער זאל קוקן אויף זייער בודזשעט.
 
אויב מ'מאכט די קאשקעטלעך פאר א יונעווירסעל זאך, פרעג נישט, אין 2 יאר פון יעצט וועט עס קאסטן פונקט אזוי 300$, ווייל איין געשעפט גייט מאכן א בלים אן טאפ, א צווייטער וועט מאכן א וויידל פון די בעק, און יעדער וועט עס קויפן ווייל ס'בלייבט ביי "יעדער".

קאשקעטלעך גייט שוין אן יארן אזוי (נישט אין סאטמאר) אין די פרייז איז נישט געשפרינגען צי 300$.... ממש סאטמאר וועט עס מאכן?
 
ברגע זיי לאזן יעדער משפחה מחליט זיין פאר זיך, וועט די גאנצע מגדל הקלפים צוזאם פאלן.
 
Back
Top