סאטמאר מהר"א שליט"א

  • לייק
רעאקציעס: Yesh
רוב זאליס און בני יואלע פרעגן רשות, צו ס'פאסט זיי יא צו נישט
יא , דאס מיין איך טאקע אז מען פרעגט נישט רשות איז עס אן עולה און ער זאל נישט האבען טענות אז ער קריגט א מכתב , אבער די וואס שיקען די בריעף זענען אויך שווענץ
 
אז א פעטער זאל קענען קומען גייט מען זיך ברעכן די איגאו? מאכט נישט קיין סענס, ס'מער פון דעם
וואס איז די גרויסע איגאו

רובא דרובא זאליס, זיכער בני יואל, לאכן פון די סידור קידושין מערכה, נאר זייער ארונישע קרוב משפחה קען אבער אויסשטיין פראבלעמען אויב גייט ער צו די חתונה, סוי איינער וואס וויל אז יעדער זאל זיך קענען משתתף זיין אין זיין שמחה רואיגערהייט גייט ער בעטן רשות, וויי נאט.

וואס מיינסטו צו זאגן ס'מער פון דעם?

דו האלסט אז ס'דא א גרויסע פערצענט זאלונים וואס זענען חושש אז די קידושין איז פסול אויב מ'פרעגט נישט רשות?...
 
די קידושין זענען כשר און די פרוי איז אן אשת איש מן התורה, אבער דאך די וואס נעמען נישט רשות פון רבי אהרן וואס ער איז דער מרא דאתרא - אפילו מען האט זיך געמאכט אן אייגענע קהילה - איז ער דאך דארט לכאורה ממונה אלץ רב פון זיין פאטער בהסכמת הקהל
- הגם עס איז דא א מכתב אז ער איז איהם מסלק פון זיין רבנות - איז דאך ידוע די הלכה אז נאך א התמנות קען מען נישט מסלק זיין נאר מיט די טובים, און מיט שטארקע סיבות ,איז ער דאך מרא דאתרא , איז דער דרך הגון צו בעטען רשות , ער גיט דאך רשות אהן שוועריקייטען טוט מען למען השלום
וכבוד בית סאטמאר .
 
ריבי ס'איז מיר אינטערסאנט צו זעהן ווי די עניין פון שיקן די בריוון אז די קידושין איז נישט אויסגעהאלטן קוקסט אן סך הכול אביסל מאדנע

אבער די מחותן וואס גייט נישט פרעגן ר' אהרן טוט שוין א גאנצע עוולה. ממש ס'איז א עזות און א חוצפה

פלוצלינג האסטו פארגעסן צו דן זיין לכף זכות...

איך האב מורא אז דו ביסט א פאליטיקל העק פונקט ווי עניוואן עלס...
 
יא, אהבת מהר"א מקלקלת את השורה, זיין ליבשאפט צו דעם זיסן דיקטאטור נעמט אוועק יעדעס ביסל שכל און הגיון פון הרב ריבי, אלע רשעות פון צד מהר"א ווערט פארענטפערט מיט די חז"ל אין אדם נתפס על צערו, אבער די מתנגדים, וועלכע האבן געליטן שוידערליכע עגמת נפש פון מהר"א וטעראריסטיו צענדליגער יארן, זיי טוען א עוולה אז זיי גייען נישט בעטן רשות פון זייער בלוט שונא פאר סידור קידושין...
 
די קידושין זענען כשר און די פרוי איז אן אשת איש מן התורה, אבער דאך די וואס נעמען נישט רשות פון רבי אהרן וואס ער איז דער מרא דאתרא - אפילו מען האט זיך געמאכט אן אייגענע קהילה - איז ער דאך דארט לכאורה ממונה אלץ רב פון זיין פאטער בהסכמת הקהל
- הגם עס איז דא א מכתב אז ער איז איהם מסלק פון זיין רבנות - איז דאך ידוע די הלכה אז נאך א התמנות קען מען נישט מסלק זיין נאר מיט די טובים, און מיט שטארקע סיבות ,איז ער דאך מרא דאתרא , איז דער דרך הגון צו בעטען רשות , ער גיט דאך רשות אהן שוועריקייטען טוט מען למען השלום
וכבוד בית סאטמאר .
אויף די בריוו פון זיין הכתרה שטייט אז מ'האט אים אויפגענומען צו זיין מסייה זיין טאטע.
 
דאס האט ער געטוהן גאנץ בשלימות , ער האט זיך ארויס געשטעלט במלא קומתו קעגען די מתנגדים פון שערי חמלה מיט גאהר שארפע ביטויים און מיט דעם פארשפאהרט זיין טאטע צוזיין דער אהנגרייפער , ער האט אויך אהנגעפירט די רדיפות אויף מתנגדים צום טאטען בדרך כלל , פאר דעם האט איהם דער טאטע צוריק באצאהלט מיט שרייבען אויף דעם יונגערן ברודער ידי כידי , ביי די רבי׳ס גייט אזוי , קענסט זיי דינען,און ווען ער וויל, גיט ער דיר א שטויס אז דו ווייסט נישט ווי דו געפינסט דיך.
 
איך האב נאך פאריגע וואך באקימען אזא בריוו אויף א צווייטע קאזן, גארנישט נארמאל
קענסט אפשר ארויפלייגן דעם צעטל ביטע? פארמעק אויב ס׳שטייט דארט נעמען
 
עס איז זיס צו זען ווי קינדער שפילן רב, קהלה, תשובות, הנהגה, און וואס נישט, און מענטשן שפילן מיט.

האלא?! האסט אמאל געזען אן עכטע קהלה? מיט א רב וואס קהל האט אויפגענומן, נישט אויפגעצווינגן?

דער גאנצע הו"א פון גייען בעטן רשות ווייל ער איז מרא דאתרא איז ממש מאדנע ביז גאר.

גיי קיין אנטווערפן, ציריך, געיטסהעד, אדער מעקסיקא סיטי ועוד, און זעי וואס מיינט רבנות. לא קרב זה אל זה כל הלילה. א קהלה מיטגעליד איז נישט קיין שוואנץ, דער רב פארנעמט זיין פלאטץ אבער נעמט נישט איבער די מענטשהייט, ער דארף נישט דערמאנן דער עולם טעגליכעהייט אז ער עגזיסטירט, און דער עיקר - סידור קידושין איז א דבר דממילא, נישט קיין געצוואונגענע מעשה.
 
די קידושין זענען כשר און די פרוי איז אן אשת איש מן התורה, אבער דאך די וואס נעמען נישט רשות פון רבי אהרן וואס ער איז דער מרא דאתרא - אפילו מען האט זיך געמאכט אן אייגענע קהילה - איז ער דאך דארט לכאורה ממונה אלץ רב פון זיין פאטער בהסכמת הקהל
- הגם עס איז דא א מכתב אז ער איז איהם מסלק פון זיין רבנות - איז דאך ידוע די הלכה אז נאך א התמנות קען מען נישט מסלק זיין נאר מיט די טובים, און מיט שטארקע סיבות ,איז ער דאך מרא דאתרא , איז דער דרך הגון צו בעטען רשות , ער גיט דאך רשות אהן שוועריקייטען טוט מען למען השלום
וכבוד בית סאטמאר .
איך בין גראדע אן היפשער מעריץ פון מהר"א אבער רוב זאליס/בני יואל פלעגן בעטן רשות און ער פלעגט פרעגן ווער עס איז דער מסדר קידושין (וואס איז דער גאנצער תקנה פון רשות מרא דאתרא, זיכער צו מאכן אז דער מסדר קידושין איז אן אדם הגון) און געבן רשות, ביז איינמאל ווען מא"ע האט חתונה געמאכט און מהרי"י האט מסדר קידושין געווען און פאר סאם ריזן האט זיך מהר"א פארעקשנט נישט צו געבן רשות, דעמאלטס האבן רוב זאליס אויפגעהערט פרעגן רשות.

עס איז זיס צו זען ווי קינדער שפילן רב, קהלה, תשובות, הנהגה, און וואס נישט, און מענטשן שפילן מיט.

האלא?! האסט אמאל געזען אן עכטע קהלה? מיט א רב וואס קהל האט אויפגענומן, נישט אויפגעצווינגן?

דער גאנצע הו"א פון גייען בעטן רשות ווייל ער איז מרא דאתרא איז ממש מאדנע ביז גאר.

גיי קיין אנטווערפן, ציריך, געיטסהעד, אדער מעקסיקא סיטי ועוד, און זעי וואס מיינט רבנות. לא קרב זה אל זה כל הלילה. א קהלה מיטגעליד איז נישט קיין שוואנץ, דער רב פארנעמט זיין פלאטץ אבער נעמט נישט איבער די מענטשהייט, ער דארף נישט דערמאנן דער עולם טעגליכעהייט אז ער עגזיסטירט, און דער עיקר - סידור קידושין איז א דבר דממילא, נישט קיין געצוואונגענע מעשה.
דו קענסט קוקן אזוי, אדער קוקן אויף סקווירא און אויף כמעט יעדע שטעטל אינדערהיים וואו דער רב איז געווען אינוואלווד אין יעדן דעטאל פון א יודישע שטוב, די מונקאטש/בעלזא מחלוקת איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, אמאל פלעגט מען מחרים זיין איינער וואס פאלגט נישט דעם רב פון שטאט/דארף.

יודישקייט איז נישט קיין דעמאקראטיע, אויב האט ער אלע הלכות מרא דאתרא קענען זיך די מתנגדים שטעלן אויפן קאפ
 
רוב זאליס און בני יואלע פרעגן רשות, צו ס'פאסט זיי יא צו נישט
כמעט קיינער גייט נישט פרעגן רשות, גרוש שעהר איז מזכה דעם עולם מיט רשות, ער גייט פרעגן רשות בשם די מחותנים,

ער האלט חשבון אויך יעדע זאלי/בני יואלע שידוך ער קאלט משוגע מאכן מזאל אים מאכן פאר א שליח צי פרעגן רשות, רוב נארמאלע מענטש זאגט אים קענסט פרעג רשות פין דיין רבי קענסט פרעג רשות פינעם פויפסט אויך, טיע וואס די ווילסט און לאז מיר מנוחה,

מיטגעהאלטן ביי צווי משפחה מיטגלידער די לעצטע האלבע יאר,

עניוועי, דעי זאך אז פעטערס קימען שוין נישט האלט שוין אינמיטן ווערן אויס, די פרישע דור וואס זענען שוין געווען בחורים נאך די צעטיילונג מאכט שוין חתונה און גרויסן, מימלא איז שוין ווייניגער שייך צוטיילעטע משפחות, אז די עלטער פעטער וועט בלאזן און נישט קימען, אינטערעסירט שוין כמעט קיינעם נישט,
 
לעצט רעדאגירט:
דו קענסט קוקן אזוי, אדער קוקן אויף סקווירא און אויף כמעט יעדע שטעטל אינדערהיים וואו דער רב איז געווען אינוואלווד אין יעדן דעטאל פון א יודישע שטוב, די מונקאטש/בעלזא מחלוקת איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, אמאל פלעגט מען מחרים זיין איינער וואס פאלגט נישט דעם רב פון שטאט/דארף.
קענסט פאבריצירן יעדער סארט היסטאריע וואס דו ווילסט, לויט דיין טעם.

טאמער דו מיינסט טאקע אז אינדערהיים האט דער רב\קהלה זיך אריין געמישט אין יעדער טריט פון לעבן, האסטו אן אנדערן היים ווי וואס איך האב.

אינטרעסאנט אז פונקט אין די שטעט ווי עס איז נאך דא א רבנות, קוקט עס נישט אזוי אויס. נאר אין איין שטאט, ווי איינער האט זיך דערקלערט אלס רב אן די הסכמה פון די קהלה, דארט האלט מען אז אלסדינג איז זיינס. ממש השגחה פרטית!
 
דו קענסט נישט קיין היסטאריע. סאררי.
איך זאג נישט אז מהר"א איז גערעכט. אבער אמאל זענען די שטעט-רבנים געווען פיל ערגער ווי דאס וואס איז אין קרית יואל.
 
ביסט מכובד צו ברענגן באווייזן.
 
רוב זאליס און בני יואלע פרעגן רשות, צו ס'פאסט זיי יא צו נישט
נישט דא כמעט קיין איין חתונה אין עטרות מאיר צבי ווי מ'פרעגט רשות!

און ס'איז דא דארט כסדר חתונות!

(איך האב געהאט די ווינטער דארט צוויי חתונות - וואס ביידע האט מען נישט געפרעגט רשות,
גראדע נישט קיין שטארקע אנטי ארוינים)
 
  • ממש אזוי
רעאקציעס: Yesh
אזוי ווי יעדע זאך ווילאנג ס'איז דא א מערכה בתוקפו איז דא פארשידענע פאקטארן און מיט די צייט וועפט עס אויס
אמאל פלעגט זיין זייער אסאך וואס האבן געפרעגט רשות

אגב פאר אינטערסאנטקייט פון ר' אהרן אליין איז נישטא קיין פיפס וועגן די מערכה אין פובליק עכפ ער האט קיינמאל בטעות נישט גערעדט פון די סדור קידושין מערכה -און ער רעדט נישט ווייניג- .... און ווען מ'פרעגט רשות שיקט ער צו ר' געציל עפי"ר איך ווייס איינער האט אים געפרעגט וועגן גיין צו א שוואגערס חתונה און ער האט אים נישט גענטפערט
סתם אבערזעוואציע ויבוא המקללים ויקללו
 
האהרוני שכח מתי ראש חודש והציבור העיר לו.webp
 
Back
Top