- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 297
- רעאקציע ראטע
- 1,132
- פונקטן
- 223
ווייל זיי ווילן אז די ארונישע פעטער זאל מעגן קומען
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ווייל זיי ווילן אז די ארונישע פעטער זאל מעגן קומען
יא , דאס מיין איך טאקע אז מען פרעגט נישט רשות איז עס אן עולה און ער זאל נישט האבען טענות אז ער קריגט א מכתב , אבער די וואס שיקען די בריעף זענען אויך שווענץ
אז א פעטער זאל קענען קומען גייט מען זיך ברעכן די איגאו? מאכט נישט קיין סענס, ס'מער פון דעם
וואס איז די גרויסע איגאואז א פעטער זאל קענען קומען גייט מען זיך ברעכן די איגאו? מאכט נישט קיין סענס, ס'מער פון דעם
די קידושין זענען כשר און די פרוי איז אן אשת איש מן התורה, אבער דאך די וואס נעמען נישט רשות פון רבי אהרן וואס ער איז דער מרא דאתרא - אפילו מען האט זיך געמאכט אן אייגענע קהילה - איז ער דאך דארט לכאורה ממונה אלץ רב פון זיין פאטער בהסכמת הקהלוואס איז די גרויסע איגאו
רובא דרובא זאליס, זיכער בני יואל, לאכן פון די סידור קידושין מערכה, נאר זייער ארונישע קרוב משפחה קען אבער אויסשטיין פראבלעמען אויב גייט ער צו די חתונה, סוי איינער וואס וויל אז יעדער זאל זיך קענען משתתף זיין אין זיין שמחה רואיגערהייט גייט ער בעטן רשות, וויי נאט.
וואס מיינסטו צו זאגן ס'מער פון דעם?
דו האלסט אז ס'דא א גרויסע פערצענט זאלונים וואס זענען חושש אז די קידושין איז פסול אויב מ'פרעגט נישט רשות?...
יא, אהבת מהר"א מקלקלת את השורה, זיין ליבשאפט צו דעם זיסן דיקטאטור נעמט אוועק יעדעס ביסל שכל און הגיון פון הרב ריבי, אלע רשעות פון צד מהר"א ווערט פארענטפערט מיט די חז"ל אין אדם נתפס על צערו, אבער די מתנגדים, וועלכע האבן געליטן שוידערליכע עגמת נפש פון מהר"א וטעראריסטיו צענדליגער יארן, זיי טוען א עוולה אז זיי גייען נישט בעטן רשות פון זייער בלוט שונא פאר סידור קידושין...ריבי ס'איז מיר אינטערסאנט צו זעהן ווי די עניין פון שיקן די בריוון אז די קידושין איז נישט אויסגעהאלטן קוקסט אן סך הכול אביסל מאדנע
אבער די מחותן וואס גייט נישט פרעגן ר' אהרן טוט שוין א גאנצע עוולה. ממש ס'איז א עזות און א חוצפה
פלוצלינג האסטו פארגעסן צו דן זיין לכף זכות...
איך האב מורא אז דו ביסט א פאליטיקל העק פונקט ווי עניוואן עלס...
אויף די בריוו פון זיין הכתרה שטייט אז מ'האט אים אויפגענומען צו זיין מסייה זיין טאטע.די קידושין זענען כשר און די פרוי איז אן אשת איש מן התורה, אבער דאך די וואס נעמען נישט רשות פון רבי אהרן וואס ער איז דער מרא דאתרא - אפילו מען האט זיך געמאכט אן אייגענע קהילה - איז ער דאך דארט לכאורה ממונה אלץ רב פון זיין פאטער בהסכמת הקהל
- הגם עס איז דא א מכתב אז ער איז איהם מסלק פון זיין רבנות - איז דאך ידוע די הלכה אז נאך א התמנות קען מען נישט מסלק זיין נאר מיט די טובים, און מיט שטארקע סיבות ,איז ער דאך מרא דאתרא , איז דער דרך הגון צו בעטען רשות , ער גיט דאך רשות אהן שוועריקייטען טוט מען למען השלום
וכבוד בית סאטמאר .
דאס האט ער געטוהן גאנץ בשלימות , ער האט זיך ארויס געשטעלט במלא קומתו קעגען די מתנגדים פון שערי חמלה מיט גאהר שארפע ביטויים און מיט דעם פארשפאהרט זיין טאטע צוזיין דער אהנגרייפער , ער האט אויך אהנגעפירט די רדיפות אויף מתנגדים צום טאטען בדרך כלל , פאר דעם האט איהם דער טאטע צוריק באצאהלט מיט שרייבען אויף דעם יונגערן ברודער ידי כידי , ביי די רבי׳ס גייט אזוי , קענסט זיי דינען,און ווען ער וויל, גיט ער דיר א שטויס אז דו ווייסט נישט ווי דו געפינסט דיך.אויף די בריוו פון זיין הכתרה שטייט אז מ'האט אים אויפגענומען צו זיין מסייה זיין טאטע.
קענסט אפשר ארויפלייגן דעם צעטל ביטע? פארמעק אויב ס׳שטייט דארט נעמעןאיך האב נאך פאריגע וואך באקימען אזא בריוו אויף א צווייטע קאזן, גארנישט נארמאל
איך בין גראדע אן היפשער מעריץ פון מהר"א אבער רוב זאליס/בני יואל פלעגן בעטן רשות און ער פלעגט פרעגן ווער עס איז דער מסדר קידושין (וואס איז דער גאנצער תקנה פון רשות מרא דאתרא, זיכער צו מאכן אז דער מסדר קידושין איז אן אדם הגון) און געבן רשות, ביז איינמאל ווען מא"ע האט חתונה געמאכט און מהרי"י האט מסדר קידושין געווען און פאר סאם ריזן האט זיך מהר"א פארעקשנט נישט צו געבן רשות, דעמאלטס האבן רוב זאליס אויפגעהערט פרעגן רשות.די קידושין זענען כשר און די פרוי איז אן אשת איש מן התורה, אבער דאך די וואס נעמען נישט רשות פון רבי אהרן וואס ער איז דער מרא דאתרא - אפילו מען האט זיך געמאכט אן אייגענע קהילה - איז ער דאך דארט לכאורה ממונה אלץ רב פון זיין פאטער בהסכמת הקהל
- הגם עס איז דא א מכתב אז ער איז איהם מסלק פון זיין רבנות - איז דאך ידוע די הלכה אז נאך א התמנות קען מען נישט מסלק זיין נאר מיט די טובים, און מיט שטארקע סיבות ,איז ער דאך מרא דאתרא , איז דער דרך הגון צו בעטען רשות , ער גיט דאך רשות אהן שוועריקייטען טוט מען למען השלום
וכבוד בית סאטמאר .
דו קענסט קוקן אזוי, אדער קוקן אויף סקווירא און אויף כמעט יעדע שטעטל אינדערהיים וואו דער רב איז געווען אינוואלווד אין יעדן דעטאל פון א יודישע שטוב, די מונקאטש/בעלזא מחלוקת איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, אמאל פלעגט מען מחרים זיין איינער וואס פאלגט נישט דעם רב פון שטאט/דארף.עס איז זיס צו זען ווי קינדער שפילן רב, קהלה, תשובות, הנהגה, און וואס נישט, און מענטשן שפילן מיט.
האלא?! האסט אמאל געזען אן עכטע קהלה? מיט א רב וואס קהל האט אויפגענומן, נישט אויפגעצווינגן?
דער גאנצע הו"א פון גייען בעטן רשות ווייל ער איז מרא דאתרא איז ממש מאדנע ביז גאר.
גיי קיין אנטווערפן, ציריך, געיטסהעד, אדער מעקסיקא סיטי ועוד, און זעי וואס מיינט רבנות. לא קרב זה אל זה כל הלילה. א קהלה מיטגעליד איז נישט קיין שוואנץ, דער רב פארנעמט זיין פלאטץ אבער נעמט נישט איבער די מענטשהייט, ער דארף נישט דערמאנן דער עולם טעגליכעהייט אז ער עגזיסטירט, און דער עיקר - סידור קידושין איז א דבר דממילא, נישט קיין געצוואונגענע מעשה.