סאטמאר מהר"א שליט"א

איז טאקע אזוי אז סאטמאר האט נישט מנהגים ?
פוסטע רייד,
ניין זיי האבן נישט.

בילדער פון די יאר פורים, איינער מיט א שבת'דיגע טלית איינער מיט א וואכעדיגע
162963.webp
162964.webp
 
@אלס ווייסער @אלטע שרייבער @בן עזריה
מרא דאתרא אמאל איז געווען אויפגענומען דורך די קהילה. די גאנצע כוח וואס א מרא דאתרא האט נעמט זיך פון די כוח הציבור וואס האט אים אויפגענומען. ממילא איז נישט קיין חילוק וויפיל דער רב האט זיך אריינגעמישט אין די לעבנס פון די מענטשן - ווייל זיין כוח איז געקומען בהסכמתם.
נישטא דא אזא זאך אז א רב צווינגט זיך ארויף אויף די בני העיר מיט כוח.
 
רוב פרעגן
איך ווייס פון אפאר די יאר וואס האבן געפרעגט
דעי אידן וואס מאכן חתונה דארט, עסן פלייש וואס איז טריפה לויט מהר"א, עסן מצה וואס איז חמץ לויט מהר"א, די קינדער האבן זיי געשיקט אין גא'סרטע מוסדות ווי מ'לערנט כפירה, לויט מהר"א, אבער ווען סקימט צי חתונה מאכן לויפן זיי פרעגן רשות, ווייל זיין באצאלטער דיין זאגט אז מטאר נישט, איא?

מאכסט לצינות פין דיר אליין אז רוב פרעגן רשות??

א איד וואס האט א פראבלעם מיטן חתונה מאכן אן רשות, מאכט בכלל נישט חתונה אין אזא סארט זאל, מהר"א האט גענוג זאלן און קרית יואל, פאר בעסערע פרייזן ווי ביי די זאליס/בני יואל,

די גאנצע גערעדאכץ אז מחותנים פרעגן רשות, איז א פלעינע מארקעטינג טאקטיק פין די ארונים ווי כאילו ס'ליגט עפעס דערינטער אין זיין מרה דאתרא שאפט מער ווי תאוות השררה און כבוד עצמי, יעדע פינפטע חתונה פלעגט מען סתם אזוי פראקלאמירן סאיז מיט רשות, און יעדע חתונה ווי סאיז געווען עפעס א בנשקל א זיידע צי א פעטער, האט מען געפאמפט אז זענען זיי אייביג געקימען בעטן רשות,

ס'ליגט די זעלבע ווי אמת ווי פיוואט זאל מאכן מארקעטינג אז די ב"פ וו"ב באס געט גאלדענע סערוויס.
 
באקאנטע מעשה ר' געצל בערגער אמאל נאכגעקוקט דעם רבין צו קענען וויסן "וויאזוי די רבי האט זיך געפירט" די רבי האט עס באמערקט און ביי א געוויסע מינוט אים געזאגט אויף דעם וואס ער האט אים נאכגעקוקט "איך טו שוין אנדערש"
 
א פאקט. סהאט מנהגים וואס שוואנץ האבן גענומען אויף זיך נאכדעם. רבי נישט געהאלטן פון דעם בכלל
גם אני שמעתי אז דער רבי האט נישט געהאט באשטימטע מנהגים ביי געוויסע זאכען און ער האט נישט גערעדט פון דקדוקי מנהגים ווי לדוגמא דער מונקאטש רבי בעל מנחת אלעזר, וואס ער איז נתפרסם געווארען מיט זיינע מנהגים פונעם דרכי חיים ושלום ,
מכל מקום האט סאטמאר זיינע מנהגים וואס זענען קבוע און עס איז געווארען פארט פון סאטמאר - לדוגמא ליל כל נדרי זיבען הקפות מיט זאגען פסוקים אור זרוע און פלגי מים, ספירה נאך די סדר, קריאת תנאים וכתובה שבועות, לימוד תפילות ברכות בצאת החג, קריאת קרבנות שלוש עשרה מדות,קריאת משנה תורה ליל הו״ר, קריאת נשיאים בס״ת מר״ח ניסן, מנהג באמירת יוצרות , מנהג הקפות שמחת תורה , וכדומה עס זענען דא כהנה וכהנה מנהגים, וואס איז געווארען איינגעפירט ביי די סאטמאר יידן, עס איז דא מנהגים אין מלבושי נשים ואנשים, אויך אין די לימודים פון בתי חינוך,ועוד
מען קען בריוח מחבר זיין א חיבור פון מנהגי סאטמאר
וואס טוט עפעקטען א סאטמאר ייד מיום הוולדו .
 
Back
Top