- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,974
- רעאקציע ראטע
- 4,248
- פונקטן
- 433
איז טאקע אזוי אז סאטמאר האט נישט מנהגים ?
פוסטע רייד,
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
איז טאקע אזוי אז סאטמאר האט נישט מנהגים ?
ניין זיי האבן נישט.
דעי אידן וואס מאכן חתונה דארט, עסן פלייש וואס איז טריפה לויט מהר"א, עסן מצה וואס איז חמץ לויט מהר"א, די קינדער האבן זיי געשיקט אין גא'סרטע מוסדות ווי מ'לערנט כפירה, לויט מהר"א, אבער ווען סקימט צי חתונה מאכן לויפן זיי פרעגן רשות, ווייל זיין באצאלטער דיין זאגט אז מטאר נישט, איא?
א פאקט. סהאט מנהגים וואס שוואנץ האבן גענומען אויף זיך נאכדעם. רבי נישט געהאלטן פון דעם בכלל
סנישטאז א פעטער זאל קענען קומען גייט מען זיך ברעכן די איגאו? מאכט נישט קיין סענס, ס'מער פון דעם
גם אני שמעתי אז דער רבי האט נישט געהאט באשטימטע מנהגים ביי געוויסע זאכען און ער האט נישט גערעדט פון דקדוקי מנהגים ווי לדוגמא דער מונקאטש רבי בעל מנחת אלעזר, וואס ער איז נתפרסם געווארען מיט זיינע מנהגים פונעם דרכי חיים ושלום ,א פאקט. סהאט מנהגים וואס שוואנץ האבן גענומען אויף זיך נאכדעם. רבי נישט געהאלטן פון דעם בכלל
זיי מסביר פאר אונז וואס האבן נישט זוכה געווען דאס צו זען. וואס איז דאס?ליל כל נדרי זיבען הקפות מיט זאגען פסוקים אור זרוע און פלגי מים
פון וועלכע מאגאזין איז דאס? און ווער שרייבט עס?
זיבן הקפות כל נדרי? איך מיין דו דמיונסטגם אני שמעתי אז דער רבי האט נישט געהאט באשטימטע מנהגים ביי געוויסע זאכען און ער האט נישט גערעדט פון דקדוקי מנהגים ווי לדוגמא דער מונקאטש רבי בעל מנחת אלעזר, וואס ער איז נתפרסם געווארען מיט זיינע מנהגים פונעם דרכי חיים ושלום ,
מכל מקום האט סאטמאר זיינע מנהגים וואס זענען קבוע און עס איז געווארען פארט פון סאטמאר - לדוגמא ליל כל נדרי זיבען הקפות מיט זאגען פסוקים אור זרוע און פלגי מים, ספירה נאך די סדר, קריאת תנאים וכתובה שבועות, לימוד תפילות ברכות בצאת החג, קריאת קרבנות שלוש עשרה מדות,קריאת משנה תורה ליל הו״ר, קריאת נשיאים בס״ת מר״ח ניסן, מנהג באמירת יוצרות , מנהג הקפות שמחת תורה , וכדומה עס זענען דא כהנה וכהנה מנהגים, וואס איז געווארען איינגעפירט ביי די סאטמאר יידן, עס איז דא מנהגים אין מלבושי נשים ואנשים, אויך אין די לימודים פון בתי חינוך,ועוד
מען קען בריוח מחבר זיין א חיבור פון מנהגי סאטמאר
וואס טוט עפעקטען א סאטמאר ייד מיום הוולדו .
כך שמעתי אז אין סאטמאר איז דא אמנהג אז מען איז מקיף די בימה און מען זאגט די צוויי פסוקים אור זרוע מיט פלגי מים שבע פעמים, וויפיעל מאהל מען איז מקיף
זיי מסביר - די וואסער באלאנגט צו די ארונים ?עס איז דאך אלץ פריש וואסער פון נייע אהנגעזאמעלטעוויפיל מענטשן וואס קויפן ביים סאטמארער בראדוועי מצה בעקעריי באצאלן פאר די ארוינים דער דאללאר פאר די וואסער? מסתמא נאר די ליטווישע פון לייקווד, וואס האבן נאך נערוון וועגן גזילה (נישט מצה גזולה). אחוץ זיי, גיט קיינער נישט קיין פיאסטער.
מזאגט די צוויי פסוקים. רוב העולם זאגט נאר די ערשטע. מאיז מקיף איין מאל. נישט אלס הקפה נאר אלס מנהג יעדער זאל קענען איבערבעטן די ספר תורהכך שמעתי אז אין סאטמאר איז דא אמנהג אז מען איז מקיף די בימה און מען זאגט די צוויי פסוקים אור זרוע מיט פלגי מים שבע פעמים, וויפיעל מאהל מען איז מקיף
האב איך נישט געהערט קען זיין נישט זיבען מאהל , אבער די פסוקים איז יוניק פאר סאטמאר דוכט זיך .