א שטימע פון יענער װעלט - מרס ע. װאַלערשטײַן'ס ברײנװאַשינג ביכל

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,138
רעאקציע ראטע
3,256
פונקטן
443
װען איך בין געװען א קינד פלעג איך זײער צוגעבונדן זײן צו די פארזעצונגען, די מעשיות בהמשכים, װעלכע פלעגן ערשײנען אין די ארץ ישראל'דיגע בײלײכטונגען. די שרײבערקע געדענק איך האט מען שױן דעמאלס געװיסט איז אײנע מרס װאַלערשטײן פון ירושלים. די סיבה פארװאס איך האב זײ ליב געהאט איז װײל ס'איז געװען געשריבן מיט אסאך געפיהל און זײער דיטײלד.

איך האב שױן זינט דעמאלט פונלאַנג אױפגעהערט צולײענען אידישע אױסגאבעס אפגערעדט אזעלכע אלטמאדישע און צוריק-געבליבענע װי די װעלכע אַפּיערְן אין די בײלײכטונגען (קען זײן הײנט האט זיך עס שױן אױך עדװענסְד).

שפעטער, אלס אינגערמאן, װען איך האב געארבעט אין א ספרים געשעפט האב איך באמערקט אז מען האט גענומען אפאר פון אירע פארזעצונגען װעלכע זענען געלאפן אין די בײלײכטונגען (צו אפשר אױך אין אנדערע אױסגאבעס) און זײ געדריקט אין ביכלעך כדי צו זײ צו פארקױפן אין די געשעפטן פאר אונזערע יונגװארג. אבער כ'האב שױן דאן געהאלטן אפאר טריט פאראױס און אפילו 'דער שטערן' שױן נישט עכט געלײענט.

לעצטנס איז מיר אױסגעקומען צופארברענגען מיט אַן אלטע קאלעגע, איז אזױ װי איך האב דעװעלאָוּפד לעצטנס אביסל א געשמאק צו ליטערארישע קריטיִקיו, האב איך אים געבעהטן אױב ער קען פאר מיר אײנהאנדלען אײנע פון מרס װאלערשטײן'ס ביכלעך. איז ער צוריקגעקומען און מיר געברענגט א בוך פון זי װאס הײסט 'א שטימע פון יענער װעלט'. די בוך קאסט א שװערע £25.50 װאס איז ארום $35 אין אמעריקאנע געלטער.

1757969759311.webp


מה נאמר ומה נדבר. נאכ'ן אָנהײבן עס לײענען בין איך גאר שטארק אנטױשט געװארן אזש כ'האב מיך געװינדערט און געריסן די האר אז כ'האב אזאנס געקענט אמאל ליב האבן און קאָנסיוּמען.

חוץ מזה װאס די ביכל איז נישט 'אַרט לשם אַרט' נאר 'אַגענדע און דאָגמע פארשלײערט אונטער א מלבוש פון אַרט' - אַרט גראד מיט די ציהל צו מח-װאשן אונזערע יונגװארג מיט נארישע אמונות טפילות און "סיסטעם" אײנגערעדטקײטן, איז די עצם מעשה, קען זײן טאקע צוליב װאס עס איז אַרט מיט אַן אגענדע, בכלל נישט אינטרעסאנט און עס מאכט אפטמאל אפילו נישט קײן סענס; אױכעט מסתמא װײל מרס װאלערשטײן איז אזױ געבױגן כל הזמן, יעדן בלאט, ארױסצוברענגען און ארײנצופאָרסְן אירע סילי מעסידזשעס.

ס'קוקט אױס װי מרס װאלערשטײן האט די מעשה ספעציעל ערצײגט, געבאקן און געשנירְלט נאר ארױסצוברענגען די "מוסָרים" און די נארישע לעסאנס װעלכע זי האט שױן געהאט אין מײנד אונז צו מזכה זײן מיט, תיכף בײם אָנהױבן שרײבן די בוך. אנשטאט שרײבן א מעשה מיט אפאר שײנע דערהערן אינדערמיטן האט זי ארומגעבױעט א מעשה ארום א טוץ פון מאראלן און משוגעתְן װאס זי זוכט די לײענער ארײנצוצװינגען אין האלדז ארײן בעל כרחו.

װען מען גײט אדורך די ביכל כאפט ממש אַ עקל צוזעהן װי די סטײטמענטס און דוגמאות - װאס זי גיבט מחזק צוזײן די נארישע סטעריאָוֹטײפס און פיטערן אונזערע קינדער מיט שנאה און הײט - איז אדורכגעפלאכטן דעם גאנצן השתלשלות הסיפור, און װי מען זאגט און ענגליש פארנעמען זײ א עיקר טהִים דורכאױס די ערצײלונג. די נאכאנאנדע פאראכטונג װאס זי פרעדיגט איז נישט נאר קעגן אידן פון אנדערע דענאָמינאַציעס, װי מאדערנע און ספרדים נאר אפילו דיע װאס זענען בעצם חרדים נאר זענען למשל פון די ליטװישע קהילות.

עס איז מיר ממש א װינדער אז אפילו ערליכע רבנים און דײנים װאס לפי זײערע נעמען, דארפן זײ לכאורה האבן א גלײכן דעת צו מחלק זײן צװישן אמתע איסורים און נאר אזעלכע קולטורעלע אײנפירונגען און גדרים, אז זײ זאלן געבן פאר אזעלכע גארביטש און אינדאָקטרענײשאָן, אַן הסכמה. איך קען זײ נאר דן לכף זכות זײן אז פילײכט האבן זײ די ספעציפישע בוך נישט געלײענט.

אדורכגײן דוגמאות​

קומט לאמיר אדורכגײן די מעשה בקיצור און זעהן פארשידענע אָנדערלײַנד עקזעמפְּלס פון די שטותים װאס זי קומט פארקױפן פאר אונזערע קינדער פאר גוט געלט. און עולם גולם קױפט עס נישט כאפענדיג אז מיט דעם פארסמט מען די מוחות פון אונזערע קלײנינקע און הײליגסטע װאס מיר פארמאגן, די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא שנאת חינם.

קודם זײט װיסן װער עס איז דער מפיץ און דער ארױסגעבער אדער דרוקער: 'הוצאת געװאלדיג' (הפצה ראשית) דאכצעך פון אמעריקע און 'הוצאת אור ברוך', על שם ר' ברוך שלעזינגער ז"ל, פון ארץ ישראל. די אדרעס איז 28 חזון איש, ירושלים און די טעלעפאן נומער 02-5711330.

1757969789849.webp


נאכדעם דא האט איר די הסכמות. צװישן זײ שטאַרט ארױס דער הסכמה פון ר' משה זאב זארגער פון קרית ויואל משה אין ירושלים, הגם א ת"ח א באקאנטע קנאי אבער. מערקט אין אײנס נאך די נעקסטע אימעדזש אז מרת ש. זארגער (זײן פרױ לכאורה) איז די מגהת פון די ביכל. עימוד ועיצוב עטיפה איז עמיצער מרס מ. גרליץ.

1757969830400.webp


די בעלי הסכמות חוץ ר' זארגער זענען ר' עמרם אופמַן, ר' מרדכי פרידלנדר, ר' שלמה יודא הירש און ר' אליעזר מינצבורג. אלע מורי צדק אין די עדה החרדית אין ירושלים. מערקט אױך אז זי איז מדגיש דאס זײ האבן איר געגיבן הסכמות אױף איר פריעדיגע ביכער, ממילא, אפי' אױב האבן זײ יענע געלײענט, װײס איך נישט צו די ביכל האבן זײ בכלל געזעהן.

שױן תיכף אין די פאָרװארט מאכט זי נישט קײן סוד װעגן די "מוסר השכל" און די ציהל פארװאס זי שרײבט די בוך, און װאס זי װיל אונז מיט דעם לערנען אזש עס האבן איר געצה'ט חושיבע אנשי חינוך אז זי זאל פונדעם רעדן. זי װיל, מיט דעם בוך, א דענט מאכן אין די "שעצונג", װאס זי זאגט עס האט זיך ארײנגעכאפט במחנינו, צו מענטשן װאס לערנען זיך אין װעלטליכע ענײנים אדער\און גײען מאכן א דעגרי כדי צוקענען האבן אביסל א בעסערע פרנסה און בעסערע אױסזיכטן צו מצליח זײן אין לעבן. זי װיל אונז פארצײלן װי "שעדליך עס איז אזא הנהגה" און אז באמת שטעלט זיך עס אױס א דורכפאל רוב מאל און עס ברענגט נאר "ים'ען פון עגמת נפש":

1757968712498.webp

1757968720227.webp


די אָנהױב פון די מעשה בקיצור​


די מעשה בערך, דערװײל אױף אָנצוהױבן איז, פון א אינגע װײבל רײזעלע װײס, א טאָפּ מײדל, װאס איז א טיטשער אין א שולע און האט חתונה געהאט צו א אײדעלע אינגערמאן, א טאפ בחור, בנימין קלײן.

רײזעלע האט געהאט א נײע בײבי, נפתלי, און אין שפיטאל, האט זי זיך באפרײנדעט מיט א פרױ רחלי (נו-װאַדע זי מוז האבן א מאדערנ-קלונגעדיגע נאמען), װאס ארבעט אלס אקאַוּנטקע (רואת חשבון) אין אביסל מער א "בעסערע" ארבעטספלאץ, א אפיס. חרידיש אבער "פארגעשריטן".

זי האט געזעהן אז רײזעלע האט א גוטע קאפ האט זי מציע געװען צו רײזעלע אז היות זי גײט במילא טױשן איר ארבעטספלאץ זאל רײזעלע איבערנעמען איר שטעלע אין די אפיס, און זי װעט שױן די נומערן שנעל אױפכאפן. צוביסלעך האט רײזעלע זיך באפרײנדעט מער און מער, געבארגט פון רחלי ביכער, קודם זיך נאר צולערנען בעסער חשבון און נאכדעם אױך סתם נאװעלעס וכדומה, באהאלטענדיג זײ פון איר מאן. רחלי איז אװדאי געװען בּאָוּרד פון איר אײגענע לעבן און ממילא עדיקטעד צו די חברותאשאפט מיט רײזעלע אבער אױך א געפערליכע קאָנטראל פריק און נישט בעצם אײנע װאס האט ארױסגעקוקט פאר רײזעלע'ס טובה באמת. בקיצור, װאָן װײ אָנלי.

רחלי איז אװדאי געװען א האלב-פארדארבענע און װײל זי איז געװען געלערנט איז זי געװען א טערריבּעל װײב, און מאמע, און נישט געהאט קײן שלום בית מיט איר מאן, און דערפאר זיך סעפערײטעד. רײזעלע האט דערװײל - צו די אנטריסטונג פון איר מאמע, מנהלת און שװיגער, און אלע גוטע מענטשן ארום איר - אױפגעגעבן איר גוטע דזשאב אין סקול כדי צוהאבן צײט פאר איר נײע דזשאב און זיך צולערנען מער, אזאך װאס האט איר נאכמער קאלט געמאכט צו אידישקײט. זי האט אפילו געװאלט גײן מאכן א דיפלאָמע אבער בנימין האט איר דערװײל אפגערעדט דערפון.

ביסלעכװײז האט זיך איר אָנלײענען מיט "גױאישע" ביכער, איר רײץ צו מער מצליח זײן און פארדינען בײ די ארבעט, און זיך חבר'ן מיט רחלי, אױך אױסגעקלאפט אױף איר אײגענע שלום בית מיט בנימין, אױף איר טריטמענט פון איר קלײנע נפתלי און אױף איר יחסים צו איר שװיגער און שװעגערינס.

בײ די ארבעט האט מען רײזעלע און אנדערע אפילו קאַלט באהאנדלט װײל דארט איז מען דאך נאר מחשיב סוקסעס, אַמבּיציע און האַרד װאָרק אבער מען האט נישט קײן אמתע געפיהלן און פארשטענדעניש צו די ארבעטער.

בנימין, װאס האט דערװײל אנטדעקט די טריפהנע ביכלעך און פארצײלט פאר זײן מאמע (רײזעלע'ס שװיגער) רבקה, האט פלוצלונג באקומען א שװערע מחלה אין קאפ און געדארפט פארן אױף אמעריקע פאר טיפולים (באהאנדלונגען). רײזעלע האט אינצװישן אװעקגעװארפן די ביכלעך, סאָרט-אָף אפגעהאקט מיט רחלי, און צוגעזאגט אז זי גײט שױן זײן װױל אױף להבא.

זי האט שפעטער געדזשױנט בנימין קײן אמעריקע און זײענדיג דארטן אין די שפיטעלער, ארײן און ארױס, האט זי שנעל אױפגעכאפט ענגליש. איר קענט זיך שױן פארשטעלן און װײטער שפינען װאס ס'געשעהט נעקסט. אבער דאס פאר נעקסט טײַם.

און יעצט אפאר בילדער פון מרס װאלערשטײן'ס פיקחות און פערל רײד.​


די מאמענט װען רײזעלע האט זיך באקענט מיט רחלי, אין שפיטאל:

1757972156572.webp



זי האט געטראכט װי צובאהאלטן די ביכער װאס זי האט נארװאס באקומען פון רחלי אבער שױן האט עס געהאט א השפעה אױף איר באהאנדלונג'ס פון דעם קלײנעם בײבי:

1757972318457.webp


רחלי עצה'ט רײזעלע זי זאל נישט פארצײלן איר מאן װאו זי גײט ארבעטן װײל זי באהאלט אױך פון איר מאן די פאקט אז זי האט געטױשט ארבעט בכלל:

1757972618200.webp


לערנען חשבון און מאטעמאטיקס איז א "װאכענדיגע" זאך און "לאזט נישט קײן פלאץ פאר רוחניות".

1757972870328.webp

1757972888954.webp


מיט [רחלי'ס] שכינים װאס זענען נישט פרום זעהט זי נישט קײן שײכות צוהאבן מיט זײ:

1757973116031.webp


המשך יבוא
 
״דער גאנק פון מאטימאטיק ״ כאילו מען דארף שטודירען ערנסטע מאטימאטיק פאר עקעינטינג
 
זי האט געמוזט נוצן שטראָפן פאר די תלמידות װײל זי איז געװארן א לערערין אױף אזא "װאכענדיגע" זאך װי חשבון, א שטעלע װאס פאַסט נישט פאר א חשובע מײדל:

1757974920716.webp

1757974988582.webp
 
Back
Top