סועסייד - פארוואס דען נישט?

שאלת חכם חצי תשובה… אז מען פרעגט מיינט אז ס׳דא פארוואס צו פרעגן. און דער ענטפער איז ווייל דער געקינצלטער (ארטיפישל) לעבנסשטייגער וואס מ׳האט אויף אונז ארויף געזעצט, א לעבנסשטייגער וואס שטיפט צו אוממענטשליכע אומשטענדן באצטלא פון קוואליטי לייף, מיטיגט אונז צו בלייבן באטייליגן (דזשוינען) די פערדן קראפט (הארס פאוער) וואס זי געברויך פאר ווייסעך וועלעכער סיבה

מן הדין, וואלט א חי נישט געדארפט אויפקומען אזא שאלה בכלל, דער טבע פון א חי איז אז עס וויל לעבן, דער פאקט אז אזא שאלה ווירבלט אין אונזערע קעפ ווייזט ווי טיף אין דער אדמה מיר זענען ליידער אלץ א געזעלשאפט
 
GwYvvqlXkAAgO0O.jpeg
 
די פארדארבענע מנהיגים - די קללה פון פני הדור כפני הכלב איז נישט מקוים געווארן אין די צייטן פון ר׳ יצחק אלחנן ספעקטער - אבער היינט טרעפט מען שווער אפילו איין נארמאלע מענטש מיט וועמען זיך דורכצורעדן וואס זאלסט קענען געטרויען! דאגה בלב איש ישיחנה? וויאזוי קען מען אפילו אפלאדענען די דאגות? אז ס׳זאל זיך נישט בויען גג על גג

גרינג צו זאגן גיי צו טעראפי. ווער וועט באצאלן? און וואס וועט עס דען אויפטאן? יענער וועט דיר פרובירן העלפן "שלום מאכן מיט'ן גיהנם אין וועלכע מ'לעבט??!"

איך בלעים נישט קיין איין מענטש וואס וועהלט אויס דאס וואס ביי אונז איז "דאס ערגסטע".
ער האט זיך קיינמאל נישט גענומען דאס לעבן ווייל ער איז שוין ארומגעגאנגען א ghost פאר אן אומדערטרעגליכע לאנגע צייט ביז ער איז געקומען צו דעם שריט.
נישט ער האט גענומען זיין לעבן וד"ל
בעפאר מיר גייען צו די נושא, דארף מען פארשטיין וואס עס פאסירט אין די מח פון דאס לעבן נעמער, און פארוואס ער טוהט דאס.

און אין ארדער צו פארשטיין פארוואס א מענטש איז מחליט 'טוב מותי מחיי' איז פארשידענארטיג און איך מיין אז קיין איינציגע סיבה וואס ווערט דערמאנט אין די גאנצע שנירל איז אמת.

אבער וויכטיג צו באטאנען אז אפי' די וואס ווילן זיך דאס לעבן נעמען ווילן נישט שטארבן. זייער אסאך וואס האבן סורווייווד זאגן אז זיי זענען גלעד glad אז זיי האבן דאס איבערגעלעבט טראץ די אלע שוועריגקייטן וואס האט זיי געמאכט נעמען דעם שריט דאס ערשטע מאל.

הגם עס איז דא וואס עס געלונגט נישט דאס ערשטע מאל וועלן זיי פרובירן נאכאמאל. אבער ווידער, זיי ווילן נישט שטארבן, זיי ווילן פשוט נישט האבן דעם ווייטאג פון לעבן! אויב זעהען זיי אן אפשען נישט צו האבן דעם צער לעבנדיג, וועט זיי אזא איידיע פון דאס לעבן נעמען קיינמאל אפי' נישט קומען אין באטראכט.

און איצטערט פארוואס דאס לעבן נעמען איז די איינציגע אפציע פאר די זיך לעבן נעמערס:

געוויסע מענטאל העלט דיסארדערס קענען זיין שטערקערע גורם ווי אנדערע

דעפרעסיע:
איז א טיפע טיפע ווייטאג, מען פיהלט זייער האפענונגסלאז,
און דערפאר איז קיין אינטערעס אין לעבן נישט פארהאן.

ביי-פאולער דיסארדער:
אינטענסיווע מוד סווינגס,
ווען די מוד סווינגס סווינגט ברענגט צו איטענסיווע דיספער וואס עס איז נישטא קיין סיבה צו לעבן.

סקיציפרעניע:
איז גורם דילוזשענס מיט הערן שטימעס וואס רופט דעם מענטש זיך צו שעדיגן.

פי.טי. עס. די. (פאוסט טראומעטיק סטרעס דיסארדער):
ווי אויך או. סי. די. (אבסעסיוו קאמפולסיוו דיסארדער):
און ענקזייעטי דיסארדער
איז אויך א שטארקע טרייב קראפט צו באגיין זעלבסטמארד.

דאן איז דא נאך סיבות וואס איז לאו דוקא קאנעקטעד מיט מענטאל העלט נאר טראומא און אביוז.
עמאושענעל אביוז אדער סעקסואלער אביוז (ספעציעל ווען מען איז געווען אינג) לאזט איבער זייער א שטארקער ווייטאג אין דעם נפש פון א מענטש, און אויב די ווייטאג ווערט נישט פארהיילט קומט עס ארויס שפעטער פילפאכיג שטערקער, און די ווייטאג ווערט אזוי מין שטארק אז עס איז פשוט נישט כדאי צו לעבן מיט אזא ווייטאג.

דאמעסטיק ווייאלענס: וויקטימס פון רעיפ שפירן זיך הילפסלאז און פארשעמט, וואס מיט אזא הרגשה איז דאס לעבן נישט ווערד קיין פיאסטער.

פארלוסט און גריף קען ברענגן א מענטש צום עק. פארלירן א נאנטן וואס מען האט גאר שטארק געליבט, אדער א גט וואס אינוואלווד א פארלוירענע קאסטעדי מלחמה קען אריינלייגן דעם מענטש אין דיספער, איז פארוואס נאך זיין דא.

איינער וואס שפירט זיך ווי אן אנהענגער אין זיינע נאנטע און פארביטערט זיי דאס לעבן מיט זייער חלשות'ער שפירן אז איך בין אזוי שווער אויף מיין ווייב און קינדער לאמיר זיי שוין לאזן מנוחה. ער וואלט ווען געוואלט לעבן, אבער די שוועריגקייט וואס ער איז גורם פאר זיינע ארומיגע זאגן איהם אז עס איז צייט צו גיין, לאז מיינע נאנטע לעבן במנוחה.

הילפלאזיגקייט און פארלוירנקייט: א מענטש טרעפט זיך אין שווערע פינאנציעלע מצבים און זעהט נישט קיין וועג ארויס, אדער פארוויקלט אין א שווערע לעגאלע מצב וואס עס ווארט איהם אפ א שווערע תפיסה טערמין, אדער סיי וואספארא שווערע פערזענליכע סיטואציע, קען זוכן דעם וועג ארויס מיט זיך נעמען דאס לעבן.

שעים, גילט, וכו', און נאך אפאר אזאנע פעלער.

היוצא לנו מכל אלה אז ס'איז דא א צד השוה בהם, דער באטרעפענדער טרעפט זיך אין אייסולאציע, איזאלירט פון סאסייעטי, ער האט נישט מיט וועמען זיינע פראבלעמען אדורכרעדן, מיט איינעם וואס וועט איהם הערן, פארשטיין, און אפשר אויך זאגן א גוט ווארט בשעת ער איז אין דעם דיכאון.

איצטערט צו די נושא, וואס פונקטליך ווילסטו פון די מנהיגים און די שטעל פארטרעטערס פון די קהלות? די מענטשן וואס נעמען זיך דאס לעבן האבן נישט - אדער ווילן נישט רעדן צו - קיין מענטש וואס קען זיי אדער זיי קענען. מער מאל זעהט דער מענטש אויס א פרייליכער אינדרויסן אבער אויפגעגעסן פון אינעווייניג. דו האסט נישט קיין אהנונג וואס עס גייט פאר ביינעים אינווייניג, עס פאלט דיר ניטאמאל ביי אז דעם מענטש וואס דו קענסט און זעהסט אלץ א פרייליכער פערזאן גייט אין זיין נפש אדורך שבעה מדורי גיהנם, אז ער האט נישט געטראפן קיין אנדערע עצה נאר זיך נעמען דאס לעבן. אדרבה, רעד מיט מענטשן וואס קענען דעם בר מינן פון פאר ער האט גענומען די אקציע אין זיין האנט אריין, וועסטו הערן ער איז געווען א פאן לאווינג פערסאן, געווען א געשמאק צו פארברענגען מיט איהם, וכדו',

די וואס זענען פארביטערט אינדרויסן און די דעפרעסיע ליגט זיי אויף די נאז וועלן געוועליך נישט טוהן אזא אקציע. אזוי מיינט אני הק'.
 
זייער גוט און קלאר באשריבן, הרב לייביש, ווי אייביג.

נאר א קליינע שאלה, עטליכע פון די סיבות וואס דו האסט אנגעגעבן, זעה איך נישט זאלן קענען געהאלפן ווערן מיט'ן "צד השוה שבהם", דהיינו האבן א נאנטן וואס פארשטייט זיי און זיך אדורכרעדן.

למשל ווען א מענטש איז א קאדעפענדענט און לייגט זיך אן אויף די משפחה (געווענליך בלית ברירה, ער איז ליידער צו שוואך וכדו'), אדער אויב פאר א מענטש ווארט א שווערע תפיסה טערמין, אדער איינער וואס איז אדורך סעקסואלע אביוז, וואס פונקטליך וועט אים העלפן האבן א נאנטן צו אדורכשמועסן? עס קען אפשר גרינגער מאכן פארן קורצן טערמין צו אראפלאדענען די שווערע געפילן, אבער די פחד און די דיספער בלייבט, און דאס לעבן איז אים נאך אלץ נישט ווערד!

איך וואלט אפרישיעטעד אויב דו קענסט דאס פארענטפערן.
 
זייער גוט און קלאר באשריבן, הרב לייביש, ווי אייביג.

נאר א קליינע שאלה, עטליכע פון די סיבות וואס דו האסט אנגעגעבן, זעה איך נישט זאלן קענען געהאלפן ווערן מיט'ן "צד השוה שבהם", דהיינו האבן א נאנטן וואס פארשטייט זיי און זיך אדורכרעדן.

למשל ווען א מענטש איז א קאדעפענדענט און לייגט זיך אן אויף די משפחה (געווענליך בלית ברירה, ער איז ליידער צו שוואך וכדו'), אדער אויב פאר א מענטש ווארט א שווערע תפיסה טערמין, אדער איינער וואס איז אדורך סעקסואלע אביוז, וואס פונקטליך וועט אים העלפן האבן א נאנטן צו אדורכשמועסן? עס קען אפשר גרינגער מאכן פארן קורצן טערמין צו אראפלאדענען די שווערע געפילן, אבער די פחד און די דיספער בלייבט, און דאס לעבן איז אים נאך אלץ נישט ווערד!

איך וואלט אפרישיעטעד אויב דו קענסט דאס פארענטפערן.
יא, ווייל איינס פון די עיקר סיבות פון וועלן זיך באגיין זעלבסמארד איז נאכן האבן איינע פון די אויבנדערמאנטע זאכן וואס ברענגן דערצו - איז ווייל מען פילט זיך אליין אליין אליין...
איינמאל מען האט איינער וואס פארשטייט דיר און פילט מיט - מיט דיר -און ס׳דא נאך איינער וואס דארף דיר נאך האבן!!! און דו ביסט עקסעפטעט וויאזוי דו ביסט, הגם מען דארף גיין פאר אסאך טעראפי
 
לעצט רעדאגירט:
@זקן ממרא די פארשטייסט יא אן עסק, האסט א געוואגטקייט פון רעדן אפן. די אלע וואס קומען דיר ״מחזק״ זיין דא און זאגן נעם זיך אין די הענט בלא בלא כאילו זיי האבן אלץ אויסגעפיגערט, זענען א חלק פון דער פראבלעם פארוואס דו ביסט אזוי גערעכט. אז ס׳נאך דא עפעס א סרך פון האפענונג פאר א מאמענט פון א נקודת האמת נאך די דברים חוצבים, ווייזן זיי אפילו דאס נישט, אפילו אזא גוטער אפענער ארטיקל מוז מען הארגענען… ווען איך הער איינעם רעדן ווי דיר קומט מיר א ליכטיגקייט אויף, איראניש איז אז דוקא ווען מען רעדט אזא שפראך שפיר איך פיינעלי א מקום אויף דער וועלט, אן אפאטעמונג פון פרייהייט, אין טונעד צו עפעס אמת׳דיג און ס׳וויל זיך מיר פלוצלינג אזוי לעבן…
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם @זקן ממרא קומסט אריין אזוי זיס, מליצותדיג, געשמאק! יהא בואכם לברכה!
-

בנוגע דעם עצה פון סאועסייד, דאס ווייזט מיר ווי סטאק מענטשן זענען אין זייער אייגענער מיינד פּריזין.
כ'לייג דא צו עפעס וואס כ'האב געשריבן פאר איינער וואס האט געטענהט ענדליך צו דיר אז ס'נישט ווערד צו לעבן. ער האט געהאלטן אז זיין מצב הנפשי איז אזוי צוקוועטשט אז די איינציגסטע גרינגע עצה ארויס איז נישט עקזיסטירן ל"ע.

כ'לייג עס ארויף, כ'טויש אביסל ארום ס'זאל אויך שטומען מיט דיין שנירל. כדי צו שעירן א בעליעף וואס מאכט מיר ווילן לעבן, אפשר וועט א ברודער אמאל האבן דערפון א ניצן.

טייערע (..) דו ביסט א וויקטים, מיט מיטלייד. (לאמיר האלטן פלאץ פאר דעם חלק, לאמיר מאכן שלום מיט עס. אבער לאמיר אויכעט הערן אן אנדערע חלק וואס איז אין אונז.)
דיין וויקטים מיינדסעט איז דיין גרעסטער דימאן.

האסט נישט ליב דיין ווייב וואס דו האסט קיינמאל נישט אויסגעוועלט? הייב זיך אויף, געב א גט, און גיי זיך אויף דיין אמתן זיך, און דערנאך דיין אמתן זיווג.

אבער מענטשן וועלן רעדן וועגן דעם (..) אז ער האט זיך גע'גט. סאו וואס איז דיר וויכטיגער, אז יענער זאל אקאצעפטירן דיין פאלשן זיך אדער דו זאלסט אקאצעפטירן דיין אמתן זיך?!

דו רעדסט איבער די סיסטעם וואס "מ'מוז" זיך צושטעלן?! דו גלייבסט נאך אז דו מוזט!!!

איך קליינער אינגער טראטשאק, קום פון א גאר עקסטרעמע שטוב, מיט איינגעבראטענע ענקזייעטי, איינגעקנעטע ocd, איינגעפרעגלטע ליגנט, מיניפולוציע, און שרעקליכע דערנידערונג, און אלץ אינעם נאמען פון רעליגיע.
מיין הארץ איז געווען פארלאשן.

כ'האב אפגעלאזט מיין איינגע'נער'טן מוצא מר ממות, געגעבן א גט. זיך גענימען ליינן ק"ש צו באקומען מער קנאלידש וואס איז מער פאווער, זיך באקענט מיט ווי מער מענטשן און סוגים פון אינדערויסן צו האבן א סאפט לאנדונג האבענדיג אסאך גוטע פריינט פון אינדערויסן, געזעסן אין טעראפי, געטרינקן אסאאאך אייאוואסקא צו אריינקריכן טיעף אין זיך און אויסרייניגען די קראנקע ענערגיעס. ס'געווען גאר שווער צו פעיסן מיינע דימאן'ס און זיצן מיט זיי אין גיהינום אהן אנטלויפן און זיך דיסטרעקטן פון מיין פיין. אבער אזוי רייניגט זיך אויס שיכט נאך שיכט ביז כ'האב זיך באקאנט געמאכט מיט א מיידל וואס איך האב ליב, און פון דעיטן איז געווארן גירל פרענד וכו', ביזדערווייל שטעל איך זיך נישט צו צו קיין איין סטאנדארט וואס דו רעכנסט אויס אז "מ'מוז"!

כ'דשאדש נישט דיין מצב און פיין, און כ'וואלט זיך נישט געוואונטשן צו זיין אין אזא פלאץ ווי דו לייגסט פאר. (אל תדון - למקומו לא תגיע) אבער דיין סעלושן קומט ווי א פחדן.

אונז גלייבן אז ס'דא שלעכטס, צער, פחד, עצב, מ'לעבט עס און מ'אטעמט עס. יעדעס קליינער דעטאל פון צער מאכט אויס אסאך. ס'הייסט, מ'דארף דאך זיין רעאליסטיש. מ'קען נישט לעבן אין דינייעל.

אבער ברודער, דו גלייבסט אויך אז ס'דא גוטס, פלעזשור, שטארקייט, פרייליכקייט, לעכטיגקייט?! אבזאווירסטו עס? עקזיסטירט עס אין דיין וועלט? איז יעדעס קליינער דעטאל חשוב און ס'מאכט אויס?
אז נישט, עקזיסטירט ביי דיר נאר א האלב פונעם בריאה, ביסט דיסאסאוסיעיטעד פונעם לעכטיגן חלק!

האסטו היינט אבזאווירט דעם גוטן וועטער און עס עקספיריענסט אפי' פאר א האלבן מינוט?
אויב נישט - עקזיסטירט עס נישט ביי דיר!

(אה, אויף דעם ניצטו ליצנות און ביטול, נעה וואס איז שוין די גוטע וועטער. אבער דיינע צרות זענען יא גאר חשוב און גרויס. זיי זענען בכלל נישט קיין דשאוק.)

כ'זאג נישט לאמיר איגנארירן די שווארצע חלק פונעם 'בלעק ענד ווייט קוקי', אבער לאמיר נישט פארלייקנען דעם עקזיסטענס פונעם ווייסן חלק אויך נישט. לאמיר עס געבן כאטש אזוי פיהל אטענשאן און געוויכט ווי דעם שווארצן האלב.

איך וויל לעבן, עקספיריענסן, ליב האבן זיך און אנדערע, איך גלייב אז מידה טובה מרובה - די גוטס איז סאך מער, טיפער, שטערקער, און ווערד.
כ'זיך עס אויף, כ'עקספיריענס עס, ווייל ס'איז ווערד עס צו עקספיריענסן. סאו איך וויל לעבן!!!

דיין עצה ווייזט דיר אז דו איגנארירסט דיין אייגענע כוח צו טוישן דיין לעבן און דיין מיינדסעט פאר גוטס!

הער אויף צו מיינען אז דו דארפסט יעדעם דינען, דו ביסט א חלק פון גאט - דין זיך אליין! וועל זיך אויס א גוטע לעבן! ערלויב זיך צו האבן גוטס, אסאך גוטס, ועוד יותר טוב!
די טויערן פון מצרים (-לב טהור), און יעדע סיסטעם זענען ברייט אפן.
די איינציגסטע טויערן וואס איז הערמעטיש פארשלאסן איז דיין אייגענער הארץ! און נאכדערצו מיט דיין אייגענעם ווילן!

אין הדבר תלוי אלא בך!
מיט אזא קלארקייט...
ס'קיצלט אויף דאס געדערעם.
איזה דאס טאקע מעגליך צו טון? כ'האב מורא!!!
 
Back
Top