שידוכים אדער דעיטן?

פאר מיין פערזענליכע עקספיריענס וואלט איך געוואלט דעיטן, נישט ווייל איך רעד מיר איין אז דאס איז א סגולה פאר א פרייליך לעבן, נאר ווייל ס'מאכט דעם מענטש אליין טראכטן וואס מ'וויל, ס'געבט אביסל מער א ערנסטע פערספעקטיוו פארן מענטש אז מ'לאזט זיך דא אריין אין ערנסטע פאזע, און ער דארף עכט טראכטן וואס מ'וויל.

פארשטייט זיך דאס מוז קומען צוזאמען מיט ארויפרוקן די שידוכים עידזש צו מינימום 20 יאר, ווייל א 18 יעריגע שנוק פארשטייט ווייניגער צו לעבן ווי טראמפ פארשטייט צו פוטין. אז איך טרעף מיר ביי די 23 מיט א סמארטפאון און מיין ווייב געבט מיר גיהנם דערפאר, מיינט עס אז אונז קען מיר זיך נישט,

אז ביי די 18 האב איך אויסגעקוקט ווי א פרומע בחור און געשפיגן אויף איינער וואס טוט אויס זיין תפילין נאך אשרי מיינט עס נישט אז דאס איז מיר, דאס איז די 18 יעריגע שנוקישע ווערסיע פון מיר, ויש להאריך עוד, אבער איך דארף שוין זאגן שיר השירים.
 
יא
כבודם במקומם מונח, אל תדון חברך עד שתגיע למקומם ,
זענען זיי ביידע דורך אסאך, און סאיז נישט און קיינעמס ביזנעס ,
אבער וויבאלד זיי האבן געהאט גאר א שלעכטע עקספיריענס אן אריינגיין אין דיטעילס,
און לכבוד דעם דארף זיך די גאנצע חסידישע סיסטעם טוישען איז אין מיינע אויגן ראנג,
איך האב אים שוין אסאך אויסגעהערט ,
אבער באמת א עצה האט ער נישט, ביי שידוכים זעט מען די מושג אז א שידוך איז באשערט מער ווי איבעראל,
טאמער וויל ער מאכן אז די חסידישע חתונה האבן זאל זיך טוישען ווי ביי די גוים להבדיל הער איך, הייסט פון 18 וועט זיך עס טוישן צו די 38 , הער איך
באמת ווייסט ער נישט וואס ער וויל, און וואס ער ברענגט צום טיש , אבער ער איז אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם מיט רעכטס,

ביידע קומען פון שפיצעל שטובער מיט שווארצע שטרימפ , גאר שטרענגע עקסטרעמע משפחות , זיין משפחה איז דא נאך עטליכע וואס זענען געווארן מער עירמאנט/חסידיש סטייל,
איך וואלט געזאגט אז ביידע קומען פון עביוסיוו פעמעליס ווי ווייט וואס כאב געהערט פון משפחה ,
האבן זיי באשלאסן וועגן זייער אייגענע פעין ,אז זיי גייען טוישן די וועלט, אבער דייקא די חסידישע וועלט, אבער אן קיין פלאן,
דאס אז ער האט געטראפן א וועג צו מאכן געלט ,פארגין איך אים מיטן גאנצען הארץ ,אבער מער פון דעם האט ער נישט קיין אהנונג וואס ער וויל,
ווי מען זאגט די לאגיק ביהיינד שידוכים איז מער מזל ווי שכל, אבער ער וויל טוישען די באשעפערס נאטור און זיך ארומדרייען זיכן.
זיין אייגענע פראבלעם וואס ער האט געהאט אז ער איז נישט העפי מיט א קרית יואל'ע אידישקייט השקפה לעבן ,האט לאו דוקא מיט זיין שידוך פראבלעם, אבער יעדער קען היינט האבן א שופר און לאזן ליפטערן זיין מיינונג און אפילו מאכן געלט דערפון
יא יא.... דער האט באשלאסן זיך צו טוישן און זיין ווייב האט נישט געוואלט מיטגיין איז יעדער שולדיג.
 
פאר מיין פראזענדליכע עקספיריענס וואלט איך געוואלט דעיטן נישט ווייל איך רעד מיר איין אז דאס איז א סגולה פאר א פריילעך לעבן, נאר ווייל ס'מאכט די מענטש אליין טראכטן וואס מ'וויל, ס'געבט אביסל מער א ערנסטע פערספעקטיוו פארן מענטש אז מ'לאט זיך דא אריין אין ערנסטע פאזע, און ער דארף עכט טראכטן וואס מ'וויל.

פארשטייט זיך דאס מוז קומען צוזאמען מיט ארויפרוקן די שידוכים עידזש צו מינימום 20 יאר, ווייל א 18 יעריגע שנאק פארשטייט ווייניגער צו לעבן ווי טראמפ פארשטייט צו פוטין. אז איך טרעף מיר ביי די 23 מיט א סמארטפאון אין מיין ווייב געבט מיר גיהנום דערפאר, מיינט עס אז אונז קען מיר זיך נישט,

אז ביי די 18 האב איך אויסגעקוקט ווי א פרומע בחור און געשפיגן אויף איינער וואס טוט אויס זיין תפילין נאך אשרי מיינט עס נישט אז דאס איז מיר, דאס איז די 18 יעריגע שנוקישע ווערסיע פון מיר, יש להאריך עוד, אבער איך דארף שוין זאגן שיר השירים.
די שרייבסט לאנגע תורות, אן שרייבן וועגן דעיטען ,
שרייב מיר אראפ ביטע,
דיין דריעם שידוך וויאזוי די ווילסט דיין דעיטען זאל צוגיין, פון אנפאנג ביזן לחיים,
נישט וואס די ווילסט נישט,נאר וואס די ווילסט יא
 
לעצט רעדאגירט:
יא

יא יא.... דער האט באשלאסן זיך צו טוישן און זיין ווייב האט נישט געוואלט מיטגיין איז יעדער שולדיג.
איך קען איינער וואס זיין טאכטער איז געווארן מאדערן געדראפט די מאן און שוין. שרייט אויך מדארף דעיטן. איי וואס גייט דעיטן העלפן?? נעקסט טיים זאג דיין חתן וואס דיין פלאן איז נאך די חתונה. האסט נישט געזאגט ווייל האסט נאך אליין נישט געוואוסט וואס דו ווילסט??? נאובאדיס פעאלט
 
@קענדי מענטש נעקסט טיים זאג דיין כלה ביים בעשוי ווילסט זיין מער קאאל. האסט נישט געזאגט?? קיינער איז נישט שולדיק אז דיין לייף מיט איר איז מיזרעבל נאר דו אליין
 
ווייל אזוי האט די תורה געהייסן
אלע דיינע סטאטיסטיקס קומען אויך פון די תורה? האסט די מיינדסטע אהנונג וואס גייט באמת פאר אין די ברייטערע וועלט?
איך מיט דיר ווייסן די תשובה.
 
לדעתי מישט מען צוזאם דא א קאשע אז ס'גייט א רויך.

קומען זאגן "ס'איז דאך דא גיטין דארט, במילא ווייזט דאס אז זייער סיסטעם ארבעט אויך נישט", איז גאר שיף.

דא רעדט מען פון 2 באזונדערע וועלטן וואס האבן 2 באזונדערע גאול.

זייער סיסטעם ארבעט בעסער פאר זייער גאול, און אונזער סיסטעם ארבעט בעסער פאר אונזער גאול.

אבער בלי שום ספק אז אויב איינער האט זייער גאול (וואס כהיום האבן מערערע פון אונז, זייער גאול), וועט אונזער סיסטעם נישט געהעריג ארבעטן פאר אים.

כלפי מה דברים אמורים:

אין די סעקולארע (אדער אפילו מאדערנע) גאס, האבן זיי א פשוטע סיבה אריינצוגיין אין א רילעישאנשיפ...: זיי האלטן אז זיין אין א רילעישאנשיפ מיט א פארטנער מאכט דאס לעבן "געשמאקער".

אין די גאר פרומע אידן גאס איז דא אן אנדערע סיבה אויף צו חתונה האבן...
אז מען האט חתונה קען מען האבן קינדער, און אז מען האט חתונה קען מען זיין אפגעהיטן וכו וכו

-קיינער האט נישט קיין צל של ספק אז בכדי צו קענען אינדזשויען לייף "מיט דיין פארטנער", דארף זיין "עפעס" קעמעסטרי...
מען וועט אויך נישט לייקענען אז לכה"פ ביז נישט לאנג צוריק האט מען ממש נישט געקוקט דערויף אין די חסידישע גאס. ווי נאר די משפחות האבן געשטימט, און די קאמפלימענטן זענען געווען שטארק, האט מען געמאכט א 15 מינוטגער בעשוי פשוט יוצא צו זיין די גמרא...

אבער ס'איז באמת נישט געווען קיין עכטע פראבלעם, ווייל ענדזשויען האט געמיינט לערנען א בלאט גמרא, פאר די ליידיג גייערס איז ענדזשוימענט געווען טשילן מיט די חברים, און פאר די פארפלאגטע איז ענדזשוימענט סתם אזוי געווען א טריפה'נע ווארט.

די שידוך סיסטעם פאר זיי האט טאקע דערפאר גאר גוט געארבעט פאר זיי, וויבאלד מען האט געקענט חתונה מאכן אינג (פארמיידן נסיונות), מען האט געקענט האבן קינדער אינג וכו וכו.
פארשטייט זיך אז א דור ישרים טעסט האט אויסגעפעלט, ווייל אז נישט קיין קינדער, איז דאך גארנישט דא... אבער מער פון א דור ישרים איז בעיקר געווען משפחה, שווארצע שטרימפ און ווייסע זאקן, פשוט זיכער צו מאכן אידישקייט און כבוד המשפחה.

און זעלבסט פארשטענדליך אז אזא צוגאנג ברענגט אויך אסאך ווייניגער גיטין. ווייל די ציל איז צו זיין חתונה'געהאט. איז אזוי לאנג ווי מען קען בלייבן חתונה'געהאט וועט מען עס פרובירן דורכשטופן.

אין די סעקולארע גאס איז אבער נישט שטארק אנגענומען צו האבן א פארטנער פשוט לשם האבן א פארטנער.

כהיום איז זייער אום-פאפולאר צו האבן א פארפייניגטע לעבן פשוט אויסצופילן עפעס א טיפערע ציל.

ביי זיי איז די ציל פון האבן א פארטנער, מען זאל קענען מער הנאה האבן אין לעבן.
איז פארשטייט זיך טאקע אז דאן פעלט אויס מער אריינצוקוקן אין וואס מען נעמט.
און דאס זעלבע אפילו נאכן נעמען עפעס מיינט דאס בכלל נישט אז ס'איז פאר אייביג.
אויב מיט די יארן טוישט מען זיך און מען פילט מער נישט קאנעקטעד, צוטיילט מען זיך און מען נעמט א צווייטע וכו וכו.

דאס קומען זאגן אז דארט איז יא אדער נישט דא מער גיטין ווי אונז, קומט בכלל נישט אריין ווען מען וויל מעסטן ווי הצלחה'דיג זייער אדער אונזער סיסטעם זענען...

די שאלה איז וואס איז דער ציל.

ס'איז נישט אז אונזער סיסטעם ברענגט ווייניגער גיטין, און זייערס ברענגט מער.

ס'איז די אנדערע ציל וואס מיר האבן, וואס דאס ברענגט מער אדער ווייניגער.

פאר די זעלבע סיבה פארוואס מיר בעשויען און זיי דעיטן, פאר די זעלבע סיבה איז ביי אונז גיטין טאבו און ביי זיי נישט.

אונזער קולטור שרייט "די עיקר זאלסט האבן א ווייב מיט קינדער", צו דו האסט יא אדער נישט קעמיסטרי שמעמסטרי מאכט נישט צופיל אויס.
במילא כאפ דאס ערשטע און זיץ מיט איר פאר אייביג, און שוין.

און ביי זיי זוכט מען געשמאקייט און ענדזשוימענט, וועט מען טאקע צוגיין דערצו שטאטער, און מען וועט אוועקגיין שנעלער.

איז יעצט אזוי... אויב ביי דיר איז די ציל דאס פון חתונה האבן "קדושה מיט קינדער", דאן גיי בעשוי אלל די וועי. פאר דיר, פאר דיינע קינדער, סטריקטלי בעשוי וכו

אויב ביי דיר איז די סיבה נאר "יעצטיגע געשמאק", גיי זייער סיסטעם אלל די וועי.

אויב איז דיין ציל ערגעץ וואו אינצווישן, מאך דיין סיסטעם אויך ערגעץ וואו אינצווישן... אביסל מער בעשויס, פאברענגען אביסל לענגער וכו וכו...
און פארשטייט זיך אז אויב ווען ס'קומט צו חתונה האבן ביסטו מער פון די באקוועמערע, וועט זיך עס אויך אנזעהן ביי די גיטין... וועסט גרינגער צוגיין צו א גט.
 
לעצט רעדאגירט:
So sad

So sad that you have a miserable life with your wife.
איך האב עס געוויזן פאר מיין ווייב אונז האבן געהאט א פיינעם לאך... סאו שכח.

בד"וו מיין ווייב וויל האבן דיין ווייבס נאמבער, זי וויל איר זאגן סארי פארן דארפן לעבן מיט דיר. און פאר דיין טובה ביטע קריך אראפ פון דיין 'אשת נעורים' תורות ווייל קענסט נישט וויסן ווען דיין 'אשת' גייט זאגן enough.
 
כבודם במקומם מונח, אל תדון חברך עד שתגיע למקומם ,
זענען זיי ביידע דורך גאר אסאך, און סאיז נישט מיין אדער קיינעמס ביזנעס ,
אבער וויבאלד זיי האבן געהאט גאר א שלעכטע אייגענע עקספיריענס אן אריינגיין אין דיטעילס,
און לכבוד דעם דארף זיך די גאנצע חסידישע סיסטעם טוישען איז אין מיינע אויגן ראנג מעיקרא!

איך האב אים שוין אסאך אויסגעהערט ,און פרובירט צו פארשטיין וואס ברענגט ער צום טיש,
אבער באמת א עצה האט ער נישט, ער דרייט ארום,
ביי שידוכים זעט מען די מושג אז א שידוך איז באשערט מער ווי איבעראל,
טאמער וויל ער מאכן אז די חסידישע חתונה האבן זאל זיך טוישען ווי ביי די גוים להבדיל הער איך,
הייסט פון 18 וועט זיך עס טוישן צו די 38 , הער איך
באמת ווייסט ער נישט וואס ער וויל, און וואס ער ברענגט צום טיש , אבער ער איז אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם מיט רעכט,

ביידע קומען פון שפיצעל שטובער מיט שווארצע שטרימפ , גאר שטרענגע עקסטרעמע פרומה משפחות ,
אין זיין משפחה איז דא נאך עטליכע געשוויסטער וואס זענען געווארן מער עירמאנט/חסידיש סטייל מילד גערעדט ,

איך וואלט געזאגט אז ביידע קומען פון עביוסיוו עלטערן ווי ווייט וואס כאב געהערט פון ערשט האנטיגע משפחה געשוויסטער ,

האבן זיי באשלאסן וועגן זייער אייגענע פעין ,אז זיי גייען טוישן די וועלט, אבער דייקא די חסידישע וועלט, אבער אן קיין פלאן,
דאס אז ער האט געטראפן א וועג צו מאכן געלט ,פארגין איך אים מיטן גאנצען הארץ ,דאס איז וואס איך נעם ארויס אז ער דארף פרנסה ,אבער מער פון דעם האט ער נישט קיין אהנונג וואס ער וויל,
און ער איז מצליח מיט פרנסה , וועגן הרב וואזנער סאטמאר מאנסי רב שיקט צו אים קאפעלס פאר טערעפי, פארט הייסט ער עקשטיין פון קרית יואל,
איך בין נייגעריג צו היינט נאך אלס ,

אבער ער מאכט זיכער אז יעדע פרוי וואס קומט צו אים טוישט די חסידישע לבוש למחצה שליש ורביע ,

ווי מען זאגט די לאגיק ביהיינד שידוכים איז מער מזל ווי שכל, אבער ער וויל טוישען די באשעפערס נאטור און זיך ארומדרייען זיכן די נעכטיגע קוגל ,

זיין אייגענע פראבלעם וואס ער האט געהאט אז ער איז נישט העפי מיט א קרית יואל'ע אידישקייט השקפה לעבן ,האט לאו דוקא מיט זיין שידוך פראבלעם, אבער יעדער קען היינט האבן א שופר און לאזן ליפטערן זיין מיינונג און אפילו מאכן געלט דערפון טאמער די חסידישע רבנים שיקן קליענטען צו אים
און איך שרייב לאנגע תורות?

אנגעפירקעלט א מעסעדזש מיט ערשטהאנטיגע עדות פון זייער פארזענדליכע לעבן וואס קומט נישט אריין דא, האסט גארנישט אפגעפרעגט וואס ער זאגט, ער קומט נישט העצן, ער קומט מיט סעלאשענס,

יא יעדער האט א שופר, אבער זיין שופר איז אז ער איז אראפגעקומען צוזאמען מיט די ווייב ריקארדען א פאדקעסט, דו זיצט אין אפיס און גאסעפסט באהאלטן אינטער א ניק,

קוק איבער מיין מעסעדזש וואס איך האב געשיקט פרייטיג וואס דו האסט אפגעסטעמפלט אלס "לאנגע תורות" וועסטו יא זעהן אז איך רעדט פון דעיטן, איך האב נאר אנגעכאפט איין נקודה צילוב מאנגל אין צייט, אז דעיטן איז וויכטיג פאר די בחור פשוט זיך צו באקענען מיט זיך אליין ביפאר ער סיינט אף אויף א מיידל, בקיצור, הער איבער די פאדקעסט, ליין מעסעדזשעס, און נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן.
 
@שפן הסופר, זייער שטארק און קלאר ארויסגעברענגט. איך וואלט אפשר צוגעלייגט א קליינע נקודה אין דעם.

איך מיין אז ביז לעצטנס (איך בין נישט זיכער ווי לאנג, צען יאר אדער צוואנציג יאר בערך), איז אלס א טייל פון די סארט מערידזשעס אין אונזער סאסייעטי און אפילו איבעראל (עס איז זיכער מער היינט אפילו אין דער דרויסנדיגער וועלט), דער חלק אז מענטשן זוכן מער א טיפערן קשר מיט מער באדייט און עמקות. ממילא איז עס אגב אסאך שווערער בכלל אין שלום-בית, ווייל מען דארף זיך אסאך מער אויסארבעטן. אמאל איז עס מער געווען א שותפות'דיגע איידיע: "איך טו פאר דיר און דו פאר מיך", דער מאן האט אבער געלעבט זיין לעבן און זיין חיות אין זיין וועלט – חברים, תורה, אדער ביזנעס.

דער גרעסטער טויש, לדעתי, איז געקומען מצד די פרויען. צו א געוויסער עקסטענט זענען פרויען געווען אסאך מער בבחינת "מקבל" ווי היינט, זיי האבן עכט געלעבט מיט דעם מאנ'ס גוט ווארט אדער אביסל ליבע דא און דארט, זיי האבן נישט געהאט קיין גרויסע טיפע צרכים חוץ מזה. איך גיי נישט יעצט אריין אין דעם צי דער שינוי איז א גוטע זאך (עס וואלט גראדע געווען אן אינטערסאנטע דיסקוסיע, ווייל מצד אחד איז עס דעמאלטס געווען אביסל שלעכט פאר פרויען, מצד שני זענען זיי דעמאלטס געווען צופרידן מיט ווייניגער).

למעשה אבער זעט מען קלארע חילוקים אין דעם, שטארקע שינויים. אסאך פרויען היינט ווילן מער טיפקייט אין קשר, סתם העלפן און קאמפלימענטן דעקט נישט, און איך פארשטיי זיי מיליאן פראצענט. אבער עס איז נאכאלץ קלאר אז אמאל האבן פרויען און אידישע מאמעס געארבעט אסאך שווערער פיזיש – סיי שטוב ארבעט און נאך – און זענען געווען אסאך מער נכנע און עכט בטל ומבוטל צו די מענער, אפילו אויב ער איז געווען א פשוט'ער האלץ האקער, מיט א פיל קלענערן מעינטענענס. "טב למיתב טן דו" האט מען געקענט זען כפשוטו...

איך האף מען האט פארשטאנען מיין נקודה, ויש להאריך בזה. אדרבה, איך קען באשטיין צו הערן אנדערע און קלוגערע אפיניענס אין דעם.
 
רעד דיך נישט איין ביי די אנדערע זייט איז בעסער.
האט איינער אמאהל געמאכט א עכטע study אזוי ווי https://nishmaresearch.com/assets/pdf/REPORT - Nishma Survey of Marriage & Divorce July 2025.pdf דאן קען מען דן זיין וועלכע וועג איז בעסער. חוץ מזה ווייל ביי יענער איז נישט בעסער מאכט דאס זיך טרעפען פאר 45 מינוט און דער נעקסטע מאהל מען זעהט זיך ברויך מען ליגען מיט יענעם אין בעט
 
די פראבלעמען מיט אונזער שידוכים סיסטעם, איך האלט נישט ס'איז איינגעצוימט דזשאסט צו בעשוי ווס. דעיטן.

פראבלעמען מיט די יעצטיגע בעשוי סיסטעם
  • די טאטע מאמע קענען נישט זייער קינד
  • אפילו זיי קענען די קינד, וועלן זיי זוכן א שידוך וואס פיט מיט זייער סטאנדארד
  • די בחור/מיידל קענען זיך אליינס נישט ווייל זיי זענען אינגע שנוקעס.
  • ער וויל ווערן א חתן ווייל זיין גאנצע עידזש זענען שוין חתנים
  • זי וויל ווערן א כלה ווייל זי וויל שוין פושען א קערידזש אזוי ווי א עכטע מאמע
  • מ'האט נישט קיין אינטערעקשן מיט די פארקערטע דזשענדער, סא ביי די בעשוי ווערט מען פארבלענדעט.
  • מ'האט סעקס מיט א מענטש וואס דו האסט ערשט אפאר שעה צוריק זיך באקענט.
  • רוב מענטשן נעמען נישט קיין בירט קאנטראל, סא די צייט וואס דו דארפסט דיך אפישעלי באקענען מיט דיין ווייב, ווערט זי גלייך פרעגנעט, סא גיי גט דיך יעצט, דו סעלפיש מענטש.

  • מעגליכע סעלושענס פאר די בעשוי סיסטעם
  • ארויפרוקן די שידוכים עידזש צו מינימום 20 יאר
  • בחורים זאלן גיין ארבעטן ביי די 18 (לכתחילה אין א אפיס ווי ס'דא פרויען)
  • די טאטע מאמע זאלן האבן א האנעסט שמועס מיט זייער זון ווען ער ווערט 20 וואס ער זוכט אין א מיידל.
  • ווען די טאטע מאמע טרעפן א מיידל וואס שטימט מיט זייער זונ'ס געברויכן זאל מען פרעגן די בעסיק אינפארמאציע, און גלייך נאכדעם זאל מען גיין צו א בעשוי, דאס טייטשט אז די בעשוי איז א חלק פון די פראסעס צו זעהן צו זיי זענען געמאכט פאר איינער דעם צווייטן, די בעשוי איז נישט די לעצטע זאך, ס'איז די ערשטע זאך. מ'לאזט זיי שמועסן אליינס פאר א שעה, און ביידע עלטערן גייען ארויס פון די הויז,
  • נאך די שעה, גייט די בחור אהיים און ער קען עס דורכשמועסן מיט זיין טאטע, מאמע, משפיע, מורה דרך, מ'זאגט נישט יא אדער ניין אין די מיידלס הויז גלייך נאך די בעשוי. אויב די בעשוי איז געווען גוט, קען מען פרעגן נאך אינפארמאציע, און/אדער בעטן פאר נאך א בעשוי, אפשר יעצט אין די בחור'ס הויז.
  • אויב ס'איז א מזל טוב, זאלן זיך די חתן כלה כסדר טרעפן און קאלן, אזוי ביי די חתונה קען מען זיך שוין אביסל, און מ'גייט נישט אין בעט מיט א פרעמדע פרוי.
  • אויב מ'טוט עס נישט זאל די מצוה די ערשטע נאכט זיין אפשענל, אויב איינער איז נאך אומבאקוועם זאל מען עס נישט דארפן טון.
  • בירט קאנטראל פאר מינימום א יאר.
 
לדעתי מישט מען צוזאם דא א קאשע אז ס'גייט א רויך.

קומען זאגן "ס'איז דאך דא גיטין דארט, במילא ווייזט דאס אז זייער סיסטעם ארבעט אויך נישט", איז גאר שיף.

דא רעדט מען פון 2 באזונדערע וועלטן וואס האבן 2 באזונדערע גאול.

זייער סיסטעם ארבעט בעסער פאר זייער גאול, און אונזער סיסטעם ארבעט בעסער פאר אונזער גאול.

אבער בלי שום ספק אז אויב איינער האט זייער גאול (וואס כהיום האבן מערערע פון אונז, זייער גאול), וועט אונזער סיסטעם נישט געהעריג ארבעטן פאר אים.

כלפי מה דברים אמורים:

אין די סעקולארע (אדער אפילו מאדערנע) גאס, האבן זיי א פשוטע סיבה אריינצוגיין אין א רילעישאנשיפ...: זיי האלטן אז זיין אין א רילעישאנשיפ מיט א פארטנער מאכט דאס לעבן "געשמאקער".

אין די גאר פרומע אידן גאס איז דא אן אנדערע סיבה אויף צו חתונה האבן...
אז מען האט חתונה קען מען האבן קינדער, און אז מען האט חתונה קען מען זיין אפגעהיטן וכו וכו

-קיינער האט נישט קיין צל של ספק אז בכדי צו קענען אינדזשויען לייף "מיט דיין פארטנער", דארף זיין "עפעס" קעמעסטרי...
מען וועט אויך נישט לייקענען אז לכה"פ ביז נישט לאנג צוריק האט מען ממש נישט געקוקט דערויף אין די חסידישע גאס. ווי נאר די משפחות האבן געשטימט, און די קאמפלימענטן זענען געווען שטארק, האט מען געמאכט א 15 מינוטגער בעשוי פשוט יוצא צו זיין די גמרא...

אבער ס'איז באמת נישט געווען קיין עכטע פראבלעם, ווייל ענדזשויען האט געמיינט לערנען א בלאט גמרא, פאר די ליידיג גייערס איז ענדזשוימענט געווען טשילן מיט די חברים, און פאר די פארפלאגטע איז ענדזשוימענט סתם אזוי געווען א טריפה'נע ווארט.

די שידוך סיסטעם פאר זיי האט טאקע דערפאר גאר גוט געארבעט פאר זיי, וויבאלד מען האט געקענט חתונה מאכן אינג (פארמיידן נסיונות), מען האט געקענט האבן קינדער אינג וכו וכו.
פארשטייט זיך אז א דור ישרים טעסט האט אויסגעפעלט, ווייל אז נישט קיין קינדער, איז דאך גארנישט דא... אבער מער פון א דור ישרים איז בעיקר געווען משפחה, שווארצע שטרימפ און ווייסע זאקן, פשוט זיכער צו מאכן אידישקייט און כבוד המשפחה.

און זעלבסט פארשטענדליך אז אזא צוגאנג ברענגט אויך אסאך ווייניגער גיטין. ווייל די ציל איז צו זיין חתונה'געהאט. איז אזוי לאנג ווי מען קען בלייבן חתונה'געהאט וועט מען עס פרובירן דורכשטופן.

אין די סעקולארע גאס איז אבער נישט שטארק אנגענומען צו האבן א פארטנער פשוט לשם האבן א פארטנער.

כהיום איז זייער אום-פאפולאר צו האבן א פארפייניגטע לעבן פשוט אויסצופילן עפעס א טיפערע ציל.

ביי זיי איז די ציל פון האבן א פארטנער, מען זאל קענען מער הנאה האבן אין לעבן.
איז פארשטייט זיך טאקע אז דאן פעלט אויס מער אריינצוקוקן אין וואס מען נעמט.
און דאס זעלבע אפילו נאכן נעמען עפעס מיינט דאס בכלל נישט אז ס'איז פאר אייביג.
אויב מיט די יארן טוישט מען זיך און מען פילט מער נישט קאנעקטעד, צוטיילט מען זיך און מען נעמט א צווייטע וכו וכו.

דאס קומען זאגן אז דארט איז יא אדער נישט דא מער גיטין ווי אונז, קומט בכלל נישט אריין ווען מען וויל מעסטן ווי הצלחה'דיג זייער אדער אונזער סיסטעם זענען...

די שאלה איז וואס איז דער ציל.

ס'איז נישט אז אונזער סיסטעם ברענגט ווייניגער גיטין, און זייערס ברענגט מער.

ס'איז די אנדערע ציל וואס מיר האבן, וואס דאס ברענגט מער אדער ווייניגער.

פאר די זעלבע סיבה פארוואס מיר בעשויען און זיי דעיטן, פאר די זעלבע סיבה איז ביי אונז גיטין טאבו און ביי זיי נישט.

אונזער קולטור שרייט "די עיקר זאלסט האבן א ווייב מיט קינדער", צו דו האסט יא אדער נישט קעמיסטרי שמעמסטרי מאכט נישט צופיל אויס.
במילא כאפ דאס ערשטע און זיץ מיט איר פאר אייביג, און שוין.

און ביי זיי זוכט מען געשמאקייט און ענדזשוימענט, וועט מען טאקע צוגיין דערצו שטאטער, און מען וועט אוועקגיין שנעלער.

איז יעצט אזוי... אויב ביי דיר איז די ציל דאס פון חתונה האבן "קדושה מיט קינדער", דאן גיי בעשוי אלל די וועי. פאר דיר, פאר דיינע קינדער, סטריקטלי בעשוי וכו

אויב ביי דיר איז די סיבה נאר "יעצטיגע געשמאק", גיי זייער סיסטעם אלל די וועי.

אויב איז דיין ציל ערגעץ וואו אינצווישן, מאך דיין סיסטעם אויך ערגעץ וואו אינצווישן... אביסל מער בעשויס, פאברענגען אביסל לענגער וכו וכו...
און פארשטייט זיך אז אויב ווען ס'קומט צו חתונה האבן ביסטו מער פון די באקוועמערע, וועט זיך עס אויך אנזעהן ביי די גיטין... וועסט גרינגער צוגיין צו א גט.
גאר שטארק!!!
 
און איך שרייב לאנגע תורות?

אנגעפירקעלט א מעסעדזש מיט ערשטהאנטיגע עדות פון זייער פארזענדליכע לעבן וואס קומט נישט אריין דא, האסט גארנישט אפגעפרעגט וואס ער זאגט, ער קומט נישט העצן, ער קומט מיט סעלאשענס,

יא יעדער האט א שופר, אבער זיין שופר איז אז ער איז אראפגעקומען צוזאמען מיט די ווייב ריקארדען א פאדקעסט, דו זיצט אין אפיס און גאסעפסט באהאלטן אינטער א ניק,

קוק איבער מיין מעסעדזש וואס איך האב געשיקט פרייטיג וואס דו האסט אפגעסטעמפלט אלס "לאנגע תורות" וועסטו יא זעהן אז איך רעדט פון דעיטן, איך האב נאר אנגעכאפט איין נקודה צילוב מאנגל אין צייט, אז דעיטן איז וויכטיג פאר די בחור פשוט זיך צו באקענען מיט זיך אליין ביפאר ער סיינט אף אויף א מיידל, בקיצור, הער איבער די פאדקעסט, ליין מעסעדזשעס, און נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן.
ער איז דא צו מאכן געלט שעפעלע
 
די פראבלעמען מיט אונזער שידוכים סיסטעם, איך האלט נישט ס'איז איינגעצוימט דזשאסט צו בעשוי ווס דעיטן.

פראבלעמען מיט די יעצטיגע בעשוי סיסטעם
  • די טאטע מאמע קענען נישט זייער קינד
  • אפילו זיי קענען די קינד וועלן זיי זוכן א שידוך וואס פיט מיט זייער סטאנדארד
  • די בחור/מיידל קענען זיך אליינס נישט ווייל זיי זענען אינגע שנוקעס.
  • ער וויל ווערן א חתן ווייל זיין גאנצע עידזש זענען שוין חתנים
  • זי וויל ווערן א כלה ווייל זי וויל שוין פאשען א קערידזש אזוי ווי א עכטע מאמע
  • מ'האט נישט קיין אינטערעקשן מיט די פארקערטע דזשענדער, סא ביי די בעשוי ווערט מען פארבלענדעט.
  • מ'האט סעקס מיט א מענטש וואס דו האסט ערשט אפאר שעה צירוק זיך באקענט.
  • רוב מענטשן נעמען נישט קיין בירט קאנטראל, סא די צייט וואס דו דארפסט דיך אפישעלי באקענען מיט דיין ווייב, ווערט זי גלייך פרעגנעט, סא גיי גט דיך יעצט דו סעלפיש מענטש.

  • מעגליכע סעלושענס פאר די בעשוי סיסטעם
  • ארויפרוקן די שידוכים עידזש צו מינימום 20 יאר
  • בחורים זאלן גיין ארבעטן ביי די 18 (לכתחילה אין א אפיס ווי ס'דא פרויען)
  • די טאטע מאמע זאלן האבן א האנעסט שמועס מיט זייער זון ווען ער ווערט 20 וואס ער זוכט אין א מיידל.
  • ווען די טאטע מאמע טרעפן א מיידל וואס שטימט מיט זייער זונ'ס געברויכן זאל מען פרעגן די בעסיק אינפארמאציע, און גלייך נאכדעם זאל מען גיין צו א בעשוי, דאס טייטשט אז די בעשוי איז א חלק פון די פראסעס צו זעהן צו זיי זענען געמאכט פאר איינער דעם צווייטן, די בעשוי איז נישט די לעצטע זאך, ס'איז די ערשטע זאך. מ'לאזט זיי שמועסן אליינס פאר א שעה, און ביידע עלטערן גייען ארויס פון די הויז,
  • נאך די שעה, גייט די בחור אהיים און ער קען עס דורך שמועסן מיט זיין טאטע, מאמע, משפיע, מורה דרך, מ'זאגט נישט יא אדער ניין אין די מיידלס הויז גלייך נאך די בעשוי. אויב די בעשוי איז געווען גוט, קען מען פרעגן נאך אינפארמאציע, און/אדער בעטן פאר נאך א בעשוי, אפשר יעצט אין די בחור'ס הויז.
  • אויב ס'איז א מזל טוב, זאלן זיך די חתן כלה כסדר טרעפן און קאלן, אזוי ביי די חתונה קען מען זיך שוין אביסל, און מ'גייט נישט אין בעט מיט א פרעמדע פרוי.
  • אויב מ'טוט עס נישט זאל די מצוה די ערשטע נאכט זיין אפשענל, אויב איינער איז נאך אומבאקוועם זאל מען עס נישט דארפן טון.
  • בירט קאנטראל פאר מינומום א יאר.
בקיצור די ווילסט טוישן די גאנצע חסידישע סיסטעם , על זה אנו דנין
Ain't happening
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top