Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אינטערעסאנט צו זען ווי א עלטערע פארפאלק נאכדערצו א רבי כאפן זיך אן די האנט!View attachment 7262
די פּאשקאנער רבי הרב ישראל פרידמאן מיט זיין ווייב, צפורה האגער- פרידמאן די יונגעסטע טאכטער פון די אמרי חיים.
זי האט געירשנט די מנורה פון הרה״ק רבי פנחס שפירא זצ״ל מתלמידי הבעש״ט- רבי פנחס׳ל קאריצער.
אלע וויזניצער רביס פלעגן צינדען אין די מנורה די ערשטע פאר טעג חנוכה, זי פלעגט עס שיקן צי איר ברודער די ישועות משה יעדעס יאר, און היינט שיקן עס אירע קינדער יעדע יאר צו די וויזניצער רבי פון בני ברק הרה״צ רבי ישראל.
די אמרי חיים האט געשריבן אין זיין צוואה אז אלע ווערטפולע חפצים פון די ירושה זאל מען מאכן א גורל צווישן אלע קינדער אפילו די טעכטער. די חסידים האבן באמת געוואלט אז די ווערטפולע מנורה זאל גיין צו איינער פון די רבי׳ס אדער בני ברק אדער מאנסי, אבער למעשה האט די גורל געזאגט אז ס׳באלאנגט פאר איר.
א תולדות אברהם יצחק חסיד, איינע פון די גרויסע עשירים האט נאכגעמאכט די מנורה פאר די תוא״י רבי אין וואס ער צינד ליכט יעדער יאר.
זי מיט איר מאן האבן יאהרן לאנג שטודירט פילאסאפיע, זיי האבן געוואוינט אין א פרייע קיבוץ פאר יאהרן לאנג און שפעטער אריבער צו א פרומע קיבוץ. זי איז געוועהן א מוראדיגע קלוגע פרוי, מ׳האט געזאגט אויף איר אז זי וואלט געקענט זיין די פּרעמיער פון די מדינה אזויווי גולדא מאיר.
זיי זענען געוועהן זייער מאדערן, ספעציעל יונגערהייט, אויף די עלטער האבן זיי זיך אסאך געטוישט.אינטערעסאנט צו זען ווי א עלטערע פארפאלק נאכדערצו א רבי כאפן זיך אן די האנט!
ווען זענען זיי נפטר געווארן?
דא אין ״ככר השבת״ איז דא א באשרייבונג און א ווידעא קליפּ פון די לוי׳ פון די לעצטע פּאשקאנער רבי מיט די באטיילונגען פון די וויזניצער רבי׳ס.זיי זענען געוועהן זייער מאדערן, ספעציעל יונגערהייט, אויף די עלטער האבן זיי זיך אסאך געטוישט.
זיי זענען אוועק די לעצטע פאר יאהר. נישט לאנג צוריק.
זיין זיידע - הרה"ק רבי משה יהודה ליבדי באוואוסטע ניגון ״ימים על ימי מלך״ וואס די ערשטע סקולענער רבי האט געמאכט, איז געוועהן פאר זיין פאטער די פּאשקאנער רבי
יא גערעכט, יישר כח פארן פארעכטן.
@שבת אחים די עולם קען דיך דא? איך האב אויך געזען אין אנדערע שניר ווי די זאגסט ביזט געגאנגען קאמפיינען מיט הילערי?..די ריבניצער רבי זצ״ל טאנצט מצוה טאנץ מיט מיין מוטער ביי די חתונה פון מיינע עלטערן אין בני ברק.
מיט בערני סענדערס. נישט הילערי.@שבת אחים די עולם קען דיך דא? איך האב אויך געזען אין אנדערע שניר ווי די זאגסט ביזט געגאנגען קאמפיינען מיט הילערי?..
ס'קוקט אויס ווי די ביסט באקאנט ביים עולם..
מאדערןזיי זענען געוועהן זייער מאדערן, ספעציעל יונגערהייט, אויף די עלטער האבן זיי זיך אסאך געטוישט.
זיי זענען אוועק די לעצטע פאר יאהר. נישט לאנג צוריק.
נא, כ׳האב דאך געשריבן אז זיי האבן געוואוינט אין א פרייע קיבוץ פאר יאהרן לאנג, קען זיין, זיי זענען געוועהן פריי, סאיז דא וואס זאגן אזוי, ס׳איז דא אזא יש אומרים, אבער איך מיט דיר ווייסן נישט זיכער, מ׳קען אבער יא זאגן מיט אַ זיכערקייט אז זיי זענען געוועהן מאדערן. ס׳איז דא וואס זאגן אז זיי האבן זיך געטוישט אסאך אויף די עלטער וועגן זייערע קינדער האבן אזוי געוואלט.מאדערן![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
זיי זענען פריי געווען, שפעטער האבן זיי זיך צוריק געכאפט
איך האב געהרט פון אזעלעכע וואס האבן געקענטנא, כ׳האב דאך געשריבן אז זיי האבן געוואוינט אין א פרייע קיבוץ פאר יאהרן לאנג, קען זיין, זיי זענען געוועהן פריי, סאיז דא וואס זאגן אזוי, ס׳איז דא אזא יש אומרים, אבער איך מיט דיר ווייסן נישט זיכער, מ׳קען אבער יא זאגן מיט אַ זיכערקייט אז זיי זענען געוועהן מאדערן. ס׳איז דא וואס זאגן אז זיי האבן זיך געטוישט אסאך אויף די עלטער וועגן זייערע קינדער האבן אזוי געוואלט.
אבער ווילאנג דו פריידסט זיך אזוי מיט די אלע סמייליס, איז אלעס גוט.
קען זיין, איך האב אויך אזוי געהערט.