די תורת מרדכי זאגט דארט עפעס אז ס׳איז זיין שולד…
ווען די תורת מרדכי'ס רעבעצען איז קראנק געוועהן אינדערהיים, און זי איז געפארען זיך היילען קיין וויען, האט דער מאן מרוב קדושתו נישט געוואלט מיטפארען, האט מען אנשטאט מיטגעשיקט זיין שוועסטער, א טאכטער פון דעם אמרי חיים זי"ע, וואס איז דעמאלס געוועהן א ערוואקסענע מיידעל, צו זיין אין שפיטאל מיט די חולה איר שוועגערען, און זייענדיק דארט אין די פרייע שטאט א מיידעל אליינס איז זי נחמץ געווארען, און געעפענט אירע אויגען צו די תאוות עולם הזה,
(למעשה איז דער תורת מרדכי'ס רעבעצען נפטר געווארען, און ער האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב'ס יונגערע שוועסטער א מיידעל, ביידע פון זיי טעכטער פון ר' איציקל סקווערע זי"ע)