יאסעלע ברוין
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מערץ 27, 2025
- מעסעדזשעס
- 274
- רעאקציע ראטע
- 692
ווער ס'האט נאר אמאל טועם געווען דעם ביטערער טעם פון זיין א סינגל אום שבתות פונעם יאר, ווייסט זייער גוט, אז ווען ס'קומט יו''ט, איז עס נישט - נישט, און שוין.
נאר ''נישט יום טוב''. נישט קיין האלידעי.
דאנקן גאט ב''ה אז ס'דא פריינד וואס נעמען זיך באנעזאם, און טרייסטן זיך אין די ימי החגים ביים פאלק, וואס זענען שווערע טעג ווי שטאל אייזן אויפ'ן קאפ.
דאנקן גאט ב''ה, אז ס'דא גוטע פריינד - דווקא יא פארהייראט - וואס סינגלס שפירן זיך באקוועם צו באזוכען ביי זיי אינעם געבענטשן שטוב.
טאקע נישט יעדער שפירט זיך באקוועם, טאקע נישט יעדער האט אזא פריינד, און כמעט קיינער איז זוכה צו האבן די אמת'ע געסט וואס מ'באדארף שפירן אין הימל אז מ'האט זיי ביים שבת טיש - א ברכה א קרוין.
ס'דא געציילטע פראצענטיש, וואס האבן עפעס א זכיה וואס מ'האט זיי געגעבן אין האנט אריין דעם סגולה'דיגע מצוה, אז סינגלס וועלן זיך שפירן געטרייסט, פרייליך און באקוועם - כאטש בשעת'ן סעודה. כאטש יענעם שעה פונעם פאלקס יו''ט.
אז מ'זאל שמועסן א שטייגער פון 'פסח' וואס פארנעמט דעם אויבנאן ביי כלל ישראל. און אז ס'הערט זיך אויסשרייען - צו אפשר דווקא אונטערן נאז... הא לחמא עניא, דאס זענען מיינע טייערע אויסגעקליבענע מצות, און אט פירט ער אויס א היסטארישער פראז, וואס קוקט גאר אויס אז ער ווייסט נישט וואס ער זאגט דא; ”כָּל דִכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכֹל”???
וואס?? אזא גראבן ליגענט צו זאגן מיט'ן ווייסן קיטל?.... אין פארענט פון דעם גאנצער סעוויטע, ביים פירן א חינוך פארשטעלונג פאר די קליינע, און א שפיל פון מוישע גרויס פאר די גרויסע.
וואס האקסטו א טשייניק אז דו ביסט גרייט אריינצונעמען פון עטליכע סארטן יודען.
יעצט, ביים ברייטן פארנעם, ווען דו זיצט דיר דארט ווי א פריץ אויפ'ן אויסגעפראקטער בעטל, און זינגסט זיך א נוסח; כל דכפין...
הלוואי זאל נאר קיינער נישט קומען יעצט... קלערן אלע.
אלע? נישט אלע... ס'נאך דא גוטע נשמות ביי כלל ישראל. לא אלמן ישראל - פלעגט דער טאטע זאגן. מיר זעמער נישט קאמפליטלי קאראפטירט, מבכור השבי עד בכור היושב על הכסא.
ניין, כ'רעדט דאך פון גוטע נשמות וואס גלייכן צו דערפרייען א פארקלעמטן הערצעלע. ער קלערט נישט נאר פון זיין פריצעטע אריבער דעם סדר טישל, און דאס איבריגעס. ניין, ער צייגט זיינע קינדער א דוגמא, בעבור זה עשה ה' לנו, אז מיר זאלן אינזינען האבן א חבר, א יודעלע א אורח צו א אייגענער צוגלייך.
ווייל כאטש דאס, כאטש דעם שעה צוויי דריי, זאל ער זיך שפירן דער גרוש אלמן צו אלטע בחור, אז; אַף אוֹתָנוּ גָּאַל עִמָּהֶם... גם הוא יצא ממצריים!
גענוג געווען די לאנגווייליגע שעות טעג פון יו''ט, ווען ער פלאצט אוועק אויף כוחות, און פאנטאזירט אויף די הוילכע ווענט, ווען וועט שוין הענגן א ליבע חתן כלה בילד פאר מיינע אויגן, אין מיין אייגענע פאלאץ.
ווען וועל איך קענען א קוש געבן מלוא לוגמא, פאר א ליבלינג וואס האט אין מיר געזען ווי געשפיגעלט איר באשערטער פאהר.
ווען? ווער ווייסט...
אבער ס'לוינט אים ארויסצוגיין פון בעט, ווייל זיין חבר האט אים פארבעטן פאר סדר, און ער וועט אים נישט אפזאגן... ער קען אים נישט צוריקווייזן.
יענער העלפט אים דאך אלץ בששת ימי המעשה, 24\7, מיט הארץ און נשמה.
רב לי שבת בעמק הבכה, גענוג צו הערן די טרויעריגע ברכות פון די ''גוטע'' רבנים און פעטערס, וואס ווייסן אלע רמזים אז נאך היינט וועט ער פועל'ן...
מיי פוט! ער שפירט ? ער ווייסט? א נבואה זאגער - נאך דעם יאר... נאך דעם יו''ט...
זאל איך עהם נאר אנטארקענען די אויערן, און א צי געבן ביים קארג, לאמיר זען לייג איין א מנה יפה, בתנאי אז דיין נבואת שקר ווערט נישט מקוים זאל איך כאטש מאכן אפאר טאלער אויף דיין גראבער מויל וואונטשעריי...
ער וועט מיר אינזינען האבן, ער וועט מיר אפיר זוכען סגולות און עצות, נאר נישט אויפהייבן א טרייבל פאר א רפואה, נאר פלאפלען חיזוק שטותים וואס ער האט קיין שייכות נישט מיט מיין הארץ - עט אלל!
גאטניו געוואלד, טאטע קרוין גענוג...
כ'דארף עפעס יענעמס רחמנות קרעכטשען? כ'דארף זיינע הענט דרייען און ברכות שפייען?... כ'דארף מיין פאנטאזיע מיין תשוקה וואס קומט מיר פונקט אזוי ווי יעדע איינציגע נפש בישראל.
וואס איז, יענער מעג און איך נישט?