איך האב אַקאָרשט געקױפט א נײע אינטעל אָלטראַ 7 258V פּראָסעסער ('לוּנער לעיק') לעפּטאָפּ, האב איך געזעהן אז ס'קומט מיט א גאר פּאַװערפֿול קאָפּײלעט+ פֿיטשער מיט'ן נאמען Recall.
בעיסיקלי, װאס דאס טוהט איז עס ארבעט אגאנצן צײט אין די בעקגראונד און כאַפּט אָפּ דײן גאנצע סקרין אין הײ דעפֿינישן כמו װידעאו (ביז 150 GB בּײ דיפאולט), ס'כאפּט א סנעפּשאָט יעדע פאר סעקונדן, און שפעטער קענסטו סױרטשן די עפּפּ (נוצענדיג נעטשרוּל לענגװיטש) פאר עניטינג װאס דו געדענקסט דו האסט געזעהן אױף װעבסײטס, בילדער, עפפס אדער דאקומענטס און ס'ברענגט צוריק אלע סקרינשאטס װאס קאָנטעינען דײן סױרטש.
ס'רעקארדירט נישט קײן אָדיאו, [קאָנטיניוּעס] װידעאו אדער געימינג אבער חוץ פון דעם, אלעס.
איך האב עס אױסגעלאשן װײל ס'הײצט און שטרענגט אהן די קאמפיוטער אסאך און ס'פארשטאַטערט אנדערע אימעדזש עדיטינג פּראָגרעמס.
אױב איך װעל אמאל נישט האבן װאס צוטוהן װעל איך אױסשמועסן װאסערע זאכן ס'איז גוט אדורכצוגײן װען מ'קױפט א נײע קאמפיוטער.