- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 499
- רעאקציע ראטע
- 2,779
- פונקטן
- 413
איך האב מיר לעצטנס געקויפט א מעק (א שיינער איד איז ער מיר געווארן…) און עס איז זייער געשמאק די אינטערפעיס און די עקספיריענס, ביז ס׳קומט צי ווינדאו מענעדשמענט, באשעפער זיסער, מען דארף זיך ארום רייסן מיטן מעק ווי שמחת תורה אין ראדני, איך וויל עפענען פיילס באהאלט ער ווארד, עפען איך צוריק ווארד פליט די פיילס אוועק, שלעפ איך די פיילס צום אנדערען סקרין, אה ס׳געלונגען. יעצט עפען איך נאך א ווארד פייל באהאלט ער די ארגינעלע ווארד פייל, מאך איך און האלב די ווארד פראגראם יעצט קען איך עפענען די אנדערע ווארד פייל, אבער למען השם מוז ער זיך עפענען פונקט דארט ווי די יעצטיגע פראגראם ליגט, אקעי ריק איך עם צו די זייט. יעצט עפען איך טשעט דשיפיטי, בום כהרף עין זענען מיינע ווארד פיילס אנטרינען ווי א אימעיל וואס האט פארנאכלעסיגט זיינע אטעטשמענטס.
שוין מען הייבט אן שפילן ראָש-האַוּר (Rush Hour) מיט די ווינדאוס און מיט א פאכמאנישקייט מאכט מען אז אלע ווינדאוס זאל זיין אויף איינמאל, יעצט ציטער איך צי עפענען נאך א פראגראם אדער ווינדאו ווייל מיין גאנצע ווינדאו וואלקענקראצער קען גיין לאיבוד מילא פרוביר איך גארנישט צוצורירן. אויב דארף איך קוקן א אימעיל קוק איך אויף מיין פאון ווייל איך וויל נישט טריגערן דעם זעהל פונעם הייליגן עפל וואס קען צערענען און מיך חרוב מאכן מיין גאנצע ארבייט, למעשה יעצט דארף איך עפענען עקסעל און בוּם…. פארלוירן די גאנצע ווינדאו סעטאָפּ אלעס איז פארשווינדן און פארדרייט, ווי סטיוו דזשאבס׳נס גייסט זאל מיר זאגן ״האסט געמיינט די וועסט מיר אויסשפילן הא? די וועסט דיך פון מיינע נעגל קיינמאל נישט ארויסדרייען!!!!
עס דערמאנט מיך פון מיין כיתה אלף רבי וואס האט אויסגעלערנט דעי ניגון
א גוטן פורים מלאך, ווי איך גיי פאל איך.
גיי איך אויף א שטיין, צוקלאפ איך מיר די ביין.
גיי איך אויף די גראז, צוקלאפ איך מיך די נאז.
גיי איך אויף די וואנט, צוקלאפ איך מיך די האנט וכו׳
עפען איך אויף ווארד, פליט אוועק די בראוזער.
עפען איך טשעטדשיפידי, פליט אוועק ווארד.
עפען איך עקסעל, פליט אוועק טשעט דשיפידי.
בקיצור @עפל הערט אויף משוגע מאכן מיט נערישע AI פיטשערס און כל מיני משוגעתן, מאכטס דעס גאד-דעמן ווידאוס-מענעדזשמענט אזויווי ״ווינדאוס״