די לעגעסי מידיא איז נישט די זעלבע ווי אלעקס דזשאונס. זיי זענען אסאך ערגער. ווייל אלעקס איז כאטש איינגערעדט אין וואס ער טוהט און ער גלויבט באמת אין וואס ער זאגט. ווי אויך האבן זייער אסאך פון זיינע ריזיגע קאנספיראציעס זיך שפעטער ארויסגעשטעלט מער און מער צו זיין אמת.
וואטעווער... WOW
נחום ר. איז כאטש איינגערעדט אז ניינציג פראצענט פון זיינע מעשיות זענען וואר? וואספארא סארט לאגיק איז דאס?
נחום איז טאקע די מלאך המושיע וואס נאר ער פלעגט אמאל אויפדעקן מאלעסטאציע און מ'קען זאגן ער האט אויפגעקלערט פילע מענטשן איבער וועלטס מנובלים ווי ברוך מרדכי ל. און נחמיה וועבערמאן וואס פאר אים האט מען ממש נישט געוויסט אז א זאך עקזיסטירט, אויב יא נאר ביי גוים... אפשר אויך אין פאסעיק, נישט ביי'נונז
אבער... דאס מיינט נישט אז ער איז נישט דענזשערוס אין באשמוצן און איז נישט אומשטאנד צו שאטן פעך און שוועבל אויף אומשולדיגע מענטשן בכל קצווי תבל. און זאגן ער איז אין ישראל ווען ער וואקט אויף וויליאמסבורגע באדן. ס'איז א פאראדאקס
אלעקס דזשאונ'ס איז נישט די עצה אויפצודעקן די "אמת" ווייל ער איז ווי ישעי, א וויסטער בעל דמיון, און ס'איז אין לדבר סוף, דו ווייסט דאך אזויפיל איבער מענטשן וואס קריטיקירן אים, זייט וויסן איך האב אויסגעהערט זיינע שטותים פאר איבער 4 טייערע שעה פון מיין לעבן אויף די דזשאו ראוגן עקספירענס ווי ער וויינט וואלף אז מענטשן קומען קעגן אים יעצט אז מ'גייט אים הארגענען ווייל זיי זענען קאנווינסד אז ער האט אינסטאלירט א מייקראו טשיפ אין זיי און זיי וועלן דאס נישט פארשווייגן... און נאר דאן האט דער לא לנו געכאפט וואספארא סכנה ער האט זיך אריינגעלייגט מיטן ווערן די שופר פון קאנספיראציע ווען ער איז מיטאמאל זיך געטראפן אויף די ריסיווינג ענד... ס'גייט ביידע וועגן, האט אים ראוגן ערקלערט: אז דו זיצט א גאנצן טאג אויף די עיר צו לופטערן די נעקסטע קאנספיראציע וועלן מענטשן ווערן אדיקטעד צו הערן פון דיר וואס דו האסט צו פארקויפן... נישט פון "לאמיר הערן אביסל וואס ס'נייעס אן קיין אפיניענס" אין א פערפעקט וועלט...
לאמיר אבער נישט פארגעסן אז זיין דורכשניטליכע אויסהערער איז ווייט פון נארמאל... און אסאך מאל נישט נארמאלע מענטשן טוען נישט נארמאלע זאכן... און ווען ער האט גערעדט וועגן סענדי הוק זענען טראקלאודס מיט מענטשן אראפגעפארן "אינוועסטיגעיטן" זיינע הייליגע דיבורים און אויסגעטיילט צרות צרורות פאר די - אזוי שוין - צושאסענע עלטערן, וואס ער האט פון זיי אפגעשפעט ווי אן אכזר הארט נאך וואס זיי האבן נארוואס באגראבן א קינד! רשע וואס ער איז! א אומסטאבילע אומפולסיווע בריאה וואס באלאנגט אין א סייק ווארד פריזן. זינט ווען האט בין לאדין אדער סינוואר א רעכט צו פרייע געשפרעך? טוטסט שלעכטס מיט דיין פלאטפארמע קומט דיר נישט קיין פרייהייט. ער האט געמאכט אן אפאלדזשי ווייל א לויער האט אים געראטן דערצו און אפגעלאכט דערפון א טאג דערויף אויף זיין שאו... און אין קאורט אויך... ער האט געוויסט וואס ער טוט. ער האט געוואלט קאפיטילאזירן דערויף מיט פאלויערס און קאסטומערס, און ער איז די וויקטים??? און די מידיא "פארלייגט זיך אויף אים" און "לאזט עס נישט גיין" כאילו? ער איז א מפרגר. זייער גוט זאל ער ליידן.
איך וואלט מציע געווען א זייער וויכטיגן דאקומענטרי איבער דעם מענטש אויף MAX מאכט א זוכעניש פאר The truth V Alex Jones
און די זעלבע ווי איך האב געשריבן ביי מאיר כהנה קען איך דאס אויך שרייבן אז 'אלע' העצער'ס דא קעגן איהם האבן דורכאויס זייער גאנץ לעבן נישט אויסגעהערט אלעקס דזשאונס פאר צוויי גאנצע שעה אין טאטאל!
די לעגעסי מידיא איז פיל ערגער ווייל זיי זענען אינטעשאנעלי בייזוויליגע שקרנים. ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן ביי קאוויד ווען זיי האבן בייזוויליג געשטיפט א נאראטיוו וואס איז געווען גענצלעך פאלש אן די מינדעסטע 'אינוועסטיגעיטיוו' אינטעגריטי וואס פארלאנגט זיך פון א פרייע זשורנאליסטישע סטאנדארט.
בילל לאוו איך סיי אלס זיין קאמעדיע און סיי זיין שכל הישר, אבער אליווער נישט אזוי ווייט. איך פלעג אים גלייבן מער דהיינו, אס איך האב געהאלטן אז ער טרעפט זאכן וואס זענען אזוי אבסורד, און ער לייגט עס אראפ אזוי גוט, אזש די אבסורדיטי שרייט פון זיך אליינס. היינט צוטאגס אבער, גלייך איך נאך זיינע וויצן אבער די תוכן נעם איך שוין פיל ווייניגער.
אגב, בילל אויף קלאב רענדאם איז אויך זייער גוט.
איך פארדריי שוין דעם אשכול צו סאך פון שייע. סליחה.
אליווער איז נישט פערפעקט, אבער ער איז ווערט זיין געלט. ער איז נישט די עלעפענט אין די רום פון לעגעסי מידיע, אידן איך קוק אסאך טעלעוויזיע, HBO און לעגעסי מידיע זענען נישט איינס און די זעלבע. קוק זיי האבן ביל מאר, פארפיינטעט ביי אסאך אויף ביידע זייטן ווייל ער איז צו אויפריכטיג. אדער ווייל ער ברענגט צאם קאנטראווערסיאלע פיגורן זיך צונויפרעדן און די וואס וויל בלייבן אין זייער באקוועמע באבל גלייכן עס נישט