טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

געהערט אז ער קומט היינט קיין ניו יארק
 
ביים גט
1000524941.jpg
 
c/p
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם
מַתִּיר אֲסוּרִים!!!!
די היינטיגע מארגן שיינט אויף אויף די וועלט מיט א עקסטערע שיין!
מען לויבט און דאנק דעם גרויסן באשעפער, אז די אשה כשרה מרת מידני ראבינאוויטש תחי' איז ענדליך, נאך 11 יאר פון זיין געקייטלט אין אכזריות'דיגע עגונה קייטן, איז זי היינט צופרי ביים עלות השחר ענדליך באפרייט געווארפן פון די בארבארישע עגונה קייטן,
ווען איר געוועזנער מאן מנחם שלמה מארקאוויטש האט ענדליך, נאך ביטער לאנגע 11 יאר ענדליך זיך געבראכן און געגעבן א כשר'ע גט פאר מינדי אין טארטיקאווער בית דין, ביי די דיינים הרב נפתלי מאיר באב"ד, הרב משה ראזענפעלד, הרב יוחנן טווערסקי
סופר: ר' שמעון זיידע
עדות: ר' אברהם פעקטע, ר' חיים יחזקאל פעקטע
מיט דעם האט זיך געענדיגט איינע פון די שווערסטע און פארווייטוגסטע עגונה פרשיות אין די היסטאריע פון כלל ישראל, ווען דער עקשן און אכזר האט ענדליך פריי געלאזט דעם עגונה נאכן זיך מתחצף זיין קעגן רוב גדולי ישראל,
די תורה הקדושה האט געזיגט!!!!
מזל טוב כלל ישראל!
 
c/p
די הארץ גייט אויס פאר שמחה פאר פרייד
אבער מיט די פרייד בלוטיגט דאס הארץ די זעלבע צייט
וויפיל מען האט עם געשינדן די הויט
וויפיל שלאפלאזע נעכט איז ער דורך נאך יארן איידער די פארפאלק האט זיך צוטיילט
ווען זיין טאכטער פלעגט אהיים קומען צו שלאגן און צוביילט פון זיין איידעם
ער האט געטון וואס ער האט געקענט צו האלטן די פארפאלק צוזאמען
זיך געבעטן ביים טאכטער צו מוחל זיין
געשיקט מומחים צו רעדן צום איידעם אז ער זאל האלטן זיינע הענט ביי זיך
דערווייל איז דער שווער געשטאנען צו די זייט מיט א פאטערליכן ליבשאפט און געטון וואס ער האט נאר געקענט צו מאכן דאס לעבן בעסער פאר דער איידעם דער שלעגער
וויפיל מאל דער שווער האט אויסגעבעילט דעם איידעם פאר זיינע נערישע החלטות אין געשעפטן
וויפיל מאל ער האט פשוט געראטעוועט זיין איידעם פון די מאפיא און אנדערע וועלכע דער עקשן און טיפש מנחם שלמה האט זיך פארטשעפעט
אלעס אין די זעלבע צייט ווען זיין איידעם שלאגט און פייניגט זיין טאכטער און זיינע אייניקלעך
רייצט אן זיינע קינדער טעגליך קעגן דעם זיידן וואס בזכותו זענען זיי דא
בזכות דעם זיידן לעבט נאך מנחם שלמה (ווער געדענקט די איבערפאל פון די מאפיא ווען ער האט זיך פארטשעפעט מיט גל-פז און נאך קאמפאני'ס, ווען דער שווער האט עם ממש געראטעווט דאס לעבן)

נאכדעם די סעפערעישאן, וויפיל מען האט עם באשמוצט און געזויגן דאס בלוט
און די אלע לשון הרע'ס און רכילות האבן גוט געקלעבט, ווייל דער טאטע איז דאך ליידער א עושר
און אויף א עושר וועט מען אלעס גלייבן

וויפיל דאס האט אפגעקאסט, שלאפלאזע נעכט פון צער און עגמת נפש
ווער רעדט נאך די לעצטע פאר יאר ווען די גאנצע פרשה איז געווארן שמוציגער און שווערער פון טאג צו טאג
ווען דער איידעם וועלכע האט געוויסט ווי גוט הארציג דער שווער איז
ווי געטריי ער איז פאר זיינע קינדער
האט ער געלערנט דערפון אז ער קען פרעסן געלט פון דעם שווער פאר די גט

ווער רעדט פון די לעצטע פאר חדשים
קיינער זאל נישט דורכגיין וואס דער טאטע ר' יצחק איז דורך

אבער מיר אלע קוקן ארויף אויף ר' יצחק
בשעת ווען דער מנחם שלמה האט פון עם געשינדן די הויט איז ער געזיצן שטיל און נישט געענפערט
בשעת דער איידעם האט נאר געוואלט מער און מער און דער ר' יצחק געווען גרייט צו נאכגעבן

און ענדליך צום סוף, איז די גט אנגעקומען בשעה טובה ווען דער מנחם שלמה דער עקשן האט זיך ענדליך געבראכן
אה רבי יצחק, השי"ת קען מען נישט נער'ן, השי"ת האט אלעס געזען, ער ווייסט דעם אמת וויפיל בלוט איר האט געשפיגן
וויפיל איר האט געטון פאר דעם פארפאלק, פאר זייערע קינדער, און בעיקר פאר דעם רשע דער עקשן מנחם שלמה
און וויאזוי דער מנחם שלמה האט צוריק געווארפן 10 שטיינער פאר יעדע טובה

רבי יצחק, עס קומט אייך זיכער גוטע טעג פון היינט און ווייטער
די אלע מעשים טובים וועט אייך זיכער קעגן קומען
אז איר זאלט נאר וויסן פון גוטע צייטן מהיום והלאה!
נאר שמחה ונחת
פון דארט האט זיך אנגעהויבן א לאנגע ביטערע 11 יאר פון צער און פיין וואס דער איידעם דער כפוי טובה האט נאר אויסגעטיילט, רעה תחת טובה
 
Cp

מזל טוב יהדות החרדית, מזל טוב תורה הקדושה!!!

היינט, 6 פארטאגס, ביום שנכפל בו כי טוב, האט זיך געענדיגט א מעמד גירושין דורך הרה"ח ר' מנחם שלמה מארקאוויטש הי"ו, נאכדעם וואס זיין געוועזענע שווער האט נעכטן 1:30 ביינאכט אונטערגעשריבן דעם הסכם אויף וואס הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א ארבעט שוין 5 חדשים.

דער הסכם פון 65 זייטן איז אויסגעארבעט לעגאַל און תורה'דיג, און געווארן גע'חתמ'ט במעמד הר''ר אליעזר וואגעל און זיינע לויער וועלכע באגלייטן די שווערע קעיס די לעצטע 10 יאר.

דער הסכם איז שוין געווען כמעט גרייט ראש השנה צייט, אבער געווארט אויף א חתימה און אויף עסקראו געלט. אינצווישן האט פאסירט א פלאנטער ווען עמיצער האט שיעור דורכגעפירט א סקעם-הסכם, פון וואס מען האט זיך ארויסגעראטעוועט די לעצטע מינוט ממש.

דאן האט הרב האגער ווייטער געארבעט אויף זיין ארגינעלער הסכם, אבער עס האט זיך אפגעשטעלט ווען איין זייט האט נישט געוואלט אריינשטעלן הגאון רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אלס רב פאר שטרי בירורין על העתיד.

ב"ה אז יעצט איז דאס געבראכן געווארן, און מ'האט עס יא גע'חתמ'ט מיט הגרי"ד שליט"א, וואו ער איז זאגאר געווען אנוועזנד בשעת'ן מעמד!

דער גאנצער הסכם איז געווארן אנגעהויבן נאך פאר דער מאן האט חתונה געהאט בהיתר מאה רבנים עפ"י עצתו פון מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, ווערנדיג דאן געשריבן דורכן בי"ד פון הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א וועמען דער סאטמאר רבי האט ממנה געווען דערויף. אבער בשעתו איז איין זייט אנטלאפן, און הערשט נאך די חתונה האט הרב האגער באוויזן צו קענען נעמען דעם הסכם ווייטער, אדאנק די דעמאלטס'דיגע עצה פון סאטמאר רבי'ן שליט''א צו גיין צו א חתונה כדת וכדין.

דער מעמד הגט איז היינט פארגעקומען ביי הרה"ג רבי משה ראזענפעלד שליט"א, במעמד די 2 רבנים הרב האגער און הגאון הרב שלעזינגער, די פרוי מיט איר מאמע, הר"ר מנחם שלמה מיט זיין ברודער ר' יואל און זיין מסייע הרב וואגעל.

כלל ישראל זאגט א הילכיגער ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
יש תורה בישראל!
איך קוק מיר צו אזוי פון די זייט און איך ליין די פריערדיקע בלעטער
אויב איז אמת וואס די שרייבסט און ווי די לייגסט עס אראפ וואס איז יעצט געשען אז זי איז געווארן גרייט צו נעמען א גט?
 
לעצט רעדאגירט:
איך גלייב נישט אז ס'איז געווען א גט, בו בזמן וואס רבי אברהם כ"ץ איז נאך פארהאלטן אין ארץ ישראל.

ס'ליּיגט זיך נישט אויפן שכל, אז די גט איז געגעבן געווארן אהן ארויסציען אלע קלאגעס פון געריכט
פאר מארקאוויטש גייט נישט אן אז הרב כ"ץ בלייבט איינגעשפארט.
 
  • ווייטאגליך
רעאקציעס: 1yes
ווי אזוי ווייסטו?
 
דעי וואוילע צדיק'ל מארקאוויטש האט זיך צוגעגעבן א נאמען כדי נישט צו געבן א גט!
אויף זיין מציבה גייט שטיין דעי נאמען לדראון עולם!
ווען די אייניקלעך גייען פרעגן נאך וועם האט זיידי געהייסן ישעי'?
אה... אם... ווייל ער האט נישט געוואלט געבן א גט פאר 11 יאר....
 
דעי וואוילע צדיק'ל מארקאוויטש האט זיך צוגעגעבן א נאמען כדי נישט צו געבן א גט!
אויף זיין מציבה גייט שטיין דעי נאמען לדראון עולם!
ווען די אייניקלעך גייען פרעגן נאך וועם האט זיידי געהייסן ישעי'?
אה... אם... ווייל ער האט נישט געוואלט געבן א גט פאר 11 יאר....
נע דארפסט פארשטיין ער איז פשוט געווען געצווינגען ווייל מהאט אלע רבנים אינטערגעקויפט פאר גרויס געלט מילא איז ער פשוט געווען געצווינגען.....
 
דעיס איז נישט קיין יושר אז אזא פאבליק מחלוקת זאל זיך ענדיגן דורך אפאר יחידום אן ווייזן די הסכם פארן ציבור....
 
לעצט רעדאגירט:
c/p
נאכן ארבעטן די לעצטע 2 וואכן אויפן הסכם, האט הגרי"ד שלעזינגער פאריגע וואך פרייטאג געזעהן אז יעדעס מאל מ'האלט שוין ביים ענדיגן די אגרימענט קומען די מענטשן וואס זענען געשטאנען אינטער דעם מארקאוויטש אינגערמאן און הייבן אן פארלאנגן פרישע תנאים און מ'האלט ביי א', האט הגרי"ד געזאגט ער גיבט אן אלטימאטום ביז די וואך סוף וואך אויב איז דא א גט איז גוט אויב נישט קומט ער ארויס ברבים זאגן דעם אמת.
ווען די מענטשן האבן געזעהן אז עס איז מער נישט דא קיין ברירה ווייל די גאס וועט נישט קויפן יעצט אז זיי האבן א פרישע רב, האבן זיי געמוזט ענדיגן דעם הסכם.
 
ביז יעצט האבן ביידע געוויינט געטייטלט פינגערס פלוצים יעצט ביידע זייטן פייערן נצחון
אלעס איין שטיק זשאוק
דער געווינער פון די גאנצע מעשה איז זיכער נישט קיין צווייטער ווי הר אהרן טייטלבוים איך פארגין עס אים נישט אבער דאס איז די מציאות
 
און בד"וו די וואוילע איידעלע צדיק'ל הרב מארקאוויטש קען היינט באפרייען הרב כ"ץ שליט"א.
אויב גיבט ער א ג-ט...

פאר מארקאוויטש גייט נישט אן אז הרב כ"ץ בלייבט איינגעשפארט.
זייטס מוחל און זיי מסביר אייער קעגענזייטיגע מעסעדזעס.

אדער די פשט לשיטתך איז אז מארקאוויטש איז wrong וואס ער זאל נאר טון?
 
c/p
נאכן ארבעטן די לעצטע 2 וואכן אויפן הסכם, האט הגרי"ד שלעזינגער פאריגע וואך פרייטאג געזעהן אז יעדעס מאל מ'האלט שוין ביים ענדיגן די אגרימענט קומען די מענטשן וואס זענען געשטאנען אינטער דעם מארקאוויטש אינגערמאן און הייבן אן פארלאנגן פרישע תנאים און מ'האלט ביי א', האט הגרי"ד געזאגט ער גיבט אן אלטימאטום ביז די וואך סוף וואך אויב איז דא א גט איז גוט אויב נישט קומט ער ארויס ברבים זאגן דעם אמת.
ווען די מענטשן האבן געזעהן אז עס איז מער נישט דא קיין ברירה ווייל די גאס וועט נישט קויפן יעצט אז זיי האבן א פרישע רב, האבן זיי געמוזט ענדיגן דעם הסכם.
זאגאר……
זייטס מסביר קלאר אויף וועמענס חתימה האט מען געווארט דא??????
נעכטן שפעט ביינאכט האט מען עעעענננדדדללליך ענהאלטען די חתימה פון י״ר, סא חישט נישט ארום מיט נייע מעשיות.
 
זאגאר……
זייטס מסביר קלאר אויף וועמענס חתימה האט מען געווארט דא??????
נעכטן שפעט ביינאכט האט מען עעעענננדדדללליך ענהאלטען די חתימה פון י״ר, סא חישט נישט ארום מיט נייע מעשיות.
האלא זיי נישט אזוי ווילד.....אלעס איז ב"ה אין בעסטען ארדערונג.....נאכן זעהן היינט קליפ אין קלאר אויף די גט אז ער האט זיך געטוישט נאמען איז אלעס זייער קלאר געווארן נישטא וואס צי ווערן ווילד.....די קשיא איז נאר פין וועמען האבן די מתירים בייקומען געלט אז זיי זענען נישט ארויסגעקומען מיט א מכתב חזרה....
 
Back
Top