טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

מען שמועסט אז די עגונה איז פריי? טענקיו השם!!
הודו לה'.
היינט באקומען איר גט.
און די פרשה קומט האפענטליך צו אן ענדע.

יעצט קען מען רואיג אנהייבן רעדן וועגן דעם קומענדיגן פרעזידענט טראמפ...
 
איך גלייב נישט אז ס'איז געווען א גט, בו בזמן וואס רבי אברהם כ"ץ איז נאך פארהאלטן אין ארץ ישראל.

ס'ליּיגט זיך נישט אויפן שכל, אז די גט איז געגעבן געווארן אהן ארויסציען אלע קלאגעס פון געריכט
 
איך האב איצטער ערהאלטן אויף וואטסעפפ אין אידיש/לשה"ק די פאלגענדע

סוף לסאגה!

ברגעים אלו ממש נמסר הג״פ לגב׳ מרקוביץ לבית רבינוביץ בבי״ד טארטיקוב בברוקלין.

ככה״נ יורידו הצע״י מהרב אברהם כץ בדקות הקרובות.

ברור ללא ספק שהלחץ שהפעילו על הרב כץ, ונאומו של הרב מייזליש - והצעדים של האדמו״ר מסאטמאר שליט״א מקרית יואל היו גורמים משמעותיים לסיום הסאגה הכואבת - מי שנתן להבין למובילי המגרש שאין לו אופציות אחרות מלבד לתת גט ושיקח מה שנותנים לו, זה הגרי״ד שלזינגר שליט״א.

מאחורי הקלעים, מי שבאמת הביא את הפרשה לסיומה זה הרב יעקב יוסף האגער בן האדמו״ר מויזוניץ שליט״א ממאנסי וחתן האדמו״ר מסקווירא שליט״א שבנחישות ובאחריות הוביל את הצדדים להסכם על אף הקשיים והמוקשים ששמו בדרך.

על ההשלכות הרבות שיצאו מפרשיה הכואבת עוד ידברו רבות.

מזל טוב!

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם
מַתִּיר אֲסוּרִים!!!!
די היינטיגע מארגן שיינט אויף אויף די וועלט מיט א עקסטערע שיין!
מען לויבט און דאנק דעם גרויסן באשעפער, אז די אשה כשרה מרת מידני ראבינאוויטש תחי' איז ענדליך, נאך 11 יאר פון זיין געקייטלט אין אכזריות'דיגע עגונה קייטן, איז זי היינט צופרי ביים עלות השחר ענדליך באפרייט געווארפן פון די בארבארישע עגונה קייטן,
ווען איר געוועזנער מאן מנחם שלמה מארקאוויטש האט ענדליך, נאך ביטער לאנגע 11 יאר ענדליך זיך געבראכן און געגעבן א כשר'ע גט פאר מינדי אין טארטיקאווער בית דין, ביי די דיינים הרב נפתלי מאיר באב"ד, הרב משה ראזענפעלד, הרב יוחנן טווערסקי
סופר: ר' שמעון זיידע
עדות: ר' אברהם פעקטע, ר' חיים יחזקאל פעקטע
מיט דעם האט זיך געענדיגט איינע פון די שווערסטע און פארווייטוגסטע עגונה פרשיות אין די היסטאריע פון כלל ישראל, ווען דער עקשן און אכזר האט ענדליך פריי געלאזט דעם עגונה נאכן זיך מתחצף זיין קעגן רוב גדולי ישראל,
די תורה הקדושה האט געזיגט!!!!
מזל טוב כלל ישראל!
 
טארטיקוב
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20241210-WA0014.jpg
    IMG-20241210-WA0014.jpg
    122.1 KB · געזען: 302
למעשה מיט רעכט אדער אן רעכט, איז די רבנות וואס האט געברענגט די גט מיטן פארהאלטן רב כ״ץ.
זיצט אן עגונה 11 יאר און קיינער קען איר נישט העלפן, איינמאל די רבנות פארהאלט רב כ״ץ ביז אפאר חדשים איז דא א גט.
די עיקר איז אז די ציונים זענען רשעים, לאל.
נאך א זאך ווי לאנג זי איז געוועהן אן עגונה האט קיינער נישט געגעבען קיין ש*ט פאר איר, איינמאל איינער פון די רבנים זענען אין א פראבלעים הייבט מען אן איבערדרייען די וועלט, אוי לנו, ס׳ווייזט די פריאריטיס פון די רבנים.
 
מזל טוב!!!

אוי ווי דער יונגערמאן האט היינט דערפרייט כלל ישראל

זאל דער אייבירשטער העלפן שמשמחה זו ישפע שפע רב בכל העולמות...
 
Cp

מזל טוב יהדות החרדית, מזל טוב תורה הקדושה!!!

היינט, 6 פארטאגס, ביום שנכפל בו כי טוב, האט זיך געענדיגט א מעמד גירושין דורך הרה"ח ר' מנחם שלמה מארקאוויטש הי"ו, נאכדעם וואס זיין געוועזענע שווער האט נעכטן 1:30 ביינאכט אונטערגעשריבן דעם הסכם אויף וואס הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א ארבעט שוין 5 חדשים.

דער הסכם פון 65 זייטן איז אויסגעארבעט לעגאַל און תורה'דיג, און געווארן גע'חתמ'ט במעמד הר''ר אליעזר וואגעל און זיינע לויער וועלכע באגלייטן די שווערע קעיס די לעצטע 10 יאר.

דער הסכם איז שוין געווען כמעט גרייט ראש השנה צייט, אבער געווארט אויף א חתימה און אויף עסקראו געלט. אינצווישן האט פאסירט א פלאנטער ווען עמיצער האט שיעור דורכגעפירט א סקעם-הסכם, פון וואס מען האט זיך ארויסגעראטעוועט די לעצטע מינוט ממש.

דאן האט הרב האגער ווייטער געארבעט אויף זיין ארגינעלער הסכם, אבער עס האט זיך אפגעשטעלט ווען איין זייט האט נישט געוואלט אריינשטעלן הגאון רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א אלס רב פאר שטרי בירורין על העתיד.

ב"ה אז יעצט איז דאס געבראכן געווארן, און מ'האט עס יא גע'חתמ'ט מיט הגרי"ד שליט"א, וואו ער איז זאגאר געווען אנוועזנד בשעת'ן מעמד!

דער גאנצער הסכם איז געווארן אנגעהויבן נאך פאר דער מאן האט חתונה געהאט בהיתר מאה רבנים עפ"י עצתו פון מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, ווערנדיג דאן געשריבן דורכן בי"ד פון הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א וועמען דער סאטמאר רבי האט ממנה געווען דערויף. אבער בשעתו איז איין זייט אנטלאפן, און הערשט נאך די חתונה האט הרב האגער באוויזן צו קענען נעמען דעם הסכם ווייטער, אדאנק די דעמאלטס'דיגע עצה פון סאטמאר רבי'ן שליט''א צו גיין צו א חתונה כדת וכדין.

דער מעמד הגט איז היינט פארגעקומען ביי הרה"ג רבי משה ראזענפעלד שליט"א, במעמד די 2 רבנים הרב האגער און הגאון הרב שלעזינגער, די פרוי מיט איר מאמע, הר"ר מנחם שלמה מיט זיין ברודער ר' יואל און זיין מסייע הרב וואגעל.

כלל ישראל זאגט א הילכיגער ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
יש תורה בישראל!
 
ב"ה אז יעדער איז ציפרידן
 
למעשה מיט רעכט אדער אן רעכט, איז די רבנות וואס האט געברענגט די גט מיטן פארהאלטן רב כ״ץ.
זיצט אן עגונה 11 יאר און קיינער קען איר נישט העלפן, איינמאל די רבנות פארהאלט רב כ״ץ ביז אפאר חדשים איז דא א גט.
די עיקר איז אז די ציונים זענען רשעים, לאל.
נאך א זאך ווי לאנג זי איז געוועהן אן עגונה האט קיינער נישט געגעבען קיין ש*ט פאר איר, איינמאל איינער פון די רבנים זענען אין א פראבלעים הייבט מען אן איבערדרייען די וועלט, אוי לנו, ס׳ווייזט די פריאריטיס פון די רבנים.
כץ ארויף כץ אראפ, קיינעם איז נישט אנגעגאנגען אז כץ זיצט אין ארץ ישראל, די אלע אגרימענטס נעמט ניטמאל אריין די פרשה פין כץ,
 
וואס גייט יעצט זיין מיט הרב כץ?
 
געהערט אז ער קומט היינט קיין ניו יארק
 
Back
Top