די המצאה וואס די קומסט אויף מיט אז די תכלית פון איינלייגען די גט איז צו מברר זיין ווער איז די מעכב/ת איז א שיינע טראכט. 10 פוינטס אהן די איידיע!נישט שייך עכט צוזאגן ווייל עס איז נישט קיין קלארע הלכה אז מ'דארף איינלייגן א גט ביי א היתר מאה רבנים, נאר כך נוהגין. און בפרט ביי די פאל האט עס די מאן געדארפט האבן אויפצואווייזן אז די עיכוב איז מצדה. אבער איינמאל די גט איז פסול ווער זאגט אז זי איז די מעכבת אויב זי קען ממילא נישט גיין אפנעמען די גט?
בכל אופן האנדלט מען נישט דא פון אן אומשולדיגע שעפעלע נאר פון א גוטן דריי קאפ
אבער למעשה ווי די שרייבסט אליינס איז עס נישט קיין הלכה און אויב די גט ווערט פסול ווערט נישט די המ״ר בטל.
בכל אופן האנדעלט מען דא מיט א שווער ווי לבן און דער איידעם דילט מיט אים ווי די זיידע יעקב, ״אחיו אני ברמאות״