פארצייטישער
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 34
- רעאקציע ראטע
- 32
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אבער דו האסט געוואלט זאגן אז ביי די מעשה איז נישט דא קיין איסור פון שתי נשים ווייל די גט האט חל געווען
די שליח מילא, אבער מכאן ואילך טאר ער מיט קיינעם נישט חתונה האבן? זיין שכן וואס גריסט אים גוט מארגן איז אויך אינעם חרם?
אוודאי איז דא אויך די חרם פון גט בע"כ, אבער עס איז נישטא קיין אופן אז די צווייטע פרוי זאל האבן א חלק אין דעם.
ווי געזאגט די צווייטע פרוי האט נישט עובר געווען אויף עפעס מער ווי די איסור פון שתי נשים
אויב דו האסט א מקור אז די חרם פון די גט בעל כרחה גייט ארויף אויך אויף די פרוי צו וועם די מאן האט שפעטער חתונה געהאט ביטע ברענגען דער נוב"י שרייבט עס נישט. און אויב עפעס איז א חידוש איז דאס סאך א גרעסערע חידוש ווי צו זאגן אז די חרם פון שתי נשים גייט אויך אויף ארויף אויף די צווייטע פרוי
דיין סברא אז די פרוי רעדט ווען די גט האט יא חל געווען אדער נישט? אויב די גט האט יא חל געווען איז דאך נישטא קיין גבול, ווייל די נוב"י זאגט דאס נאר דא וואס די גט האט "נישט" חל געווען. ווידעראום ווען די גט האט נישט חל געווען, מיט וואס איז די פרוי שולדיג פאר די גט בעל כרחה וואס האט נישט חל געווען? דאס אז א פרוי זאל נישט מעגן יעצט מיט אים חתונה האבן איז בלויז צוליב די איסור פון שתי נשים און האט גארנישט צוטוהן מיט זיין דורכגעפאלענע גט בעל כרחה
די thrill וועפט אויס גאנץ שנעל און נאכדעם איז back to reality
דא ביסטו א מודה במקצת. מיין נידון איז יעצט איבער די קללות, ווען דאס וועט זיין קלאר וועט מען דן זיין איבער די חלק פון דאורייתא.
- דער עיקר זיוף פין אהרן איז געווען דער 'איסור תורה' ,די קללות איז נאר א זייטיגע זיוף, בכלל קללות איז נישט אייביג א דין אז מען טאר נישט גראדע דא זאגט די נוב"י יא קלאר אז זי איז אויך עובר די איסור חרם גט בע"כ
@הדעה והכתיבה
- דו האלסט אין איין איבער'חזר'ן אז די נוב"י שרייבט נישט אז די איסור ב' נשים גייט ארויף אויף ביידע און איך דארף ברענגען א ראי' דערפאר. אבער איז דאס דען א חידוש? אויב ער איז אין חרם חתונה צו האבן מיט איר פארוואס זאל זי נישט זיין אין חרם חתונה צו האבן מיט אים? צו זאגן אז די איסור גייט נאר איין וועג איז גאר א חידוש! בפשטות אויב ער טאר נישט חתונה האבן מיט איר טאר זי נישט חתונה האבן מיט אים.
- ביי גט בעל כרחה שטייט נישט אין ערגעץ אז עס איז דא א איסור חתנות, דאס איז אן עפעס וואס דו האסט מחדש געווען אן קיין שום מקור מיט א סברא שאינו מוכרחת!! "כל הנטפל אליו" גייט נישט ארויף אויף א פרוי מיט וועם ער גייט שפעטער חתונה האבן, נאר יעדער וואס האט געהאט א יד אינעם גט ווי די סופר, עדים וכדו' ווי פריערדיגע שרייבן שוין.
- נאכמער, דיין גאנצע סברא פארוואס די צווייטע פרוי טראגט אחריות אויף די גט בעל כרחה איז מאדנע. ווייל אין די פלעצער וואס עס איז נאר נתפשט געווארן גט בכל כרחה און נישט די איסור פון שתי נשים האט דאך נישט קיין שום פשט אין צו אסר'ן חתונה צו האבן מיט א צווייטע פרוי ווייל ער קען לכתחילה גיין חתונה האבן מיט מער ווי איינס, א"כ הייבט זיך נאר אן די פראבלעם צוליב די איסור פון שתי נשים.
- דאס וואס דו שרייבטס אגאנצן צייט אז די נוב"י האט נאך בכלל נישט דערמאנט די איסור פון שתי נשים איז נישט ריכטיג, ער דערמאנט עס גלייך אנהויב סימן ע"ה וואס איז די ערשטע תשובה איבער די נושא, און דארט שרייבט ער קלאר אז ער טאר נישט חתונה מיט א צווייטע פרוי אלס די איסור פון ב' נשים און ער זאגט נישט אז ער טאר נישט חתונה האבן מיט אן אנדערע פרוי אלס די איסור פון גט בעל כרחה!
דא ביסטו א מודה במקצת. מיין נידון איז יעצט איבער די קללות, ווען דאס וועט זיין קלאר וועט מען דן זיין איבער די חלק פון דאורייתא.
אויף די זעלבע וועג וויאזוי דו גייסט מיישב זיין די מכלומר'שטע קשיות אויפן מהר"ם מרוטנבורג וועסטו דאס מיישב זיין אויפן נודע ביהודה, וליתר שאת עיין נוב"י מהדו"ת אבע"ז סי' קכ"ט ווי ער שרייבט קלאר אז עס גייט ארויף אויף די סופר און די עדים במקום וואס זיי ווייסן. און גיי פארשטיי פארוואס דיין קאמאן סענס (וואס איז בכלל נישט קאמאן) איז נישט דעת בעל הבית, און נאר מיין קאמאן סענס איז.
- די נוב"י קען נישט דא מיינען די סופר ווייל מען רעדט דורך א שליח וואס דער סופר דארף גארנישט וויסען וואס מען האט געטון מיט דעם נאכדעם, די עדים איז אויב זיי זענען נישט געקומען דארטען אינמיטען גאס בכוונה להעיד איז זיכער נישט קיין איסור אפו' יא געדענק איך איז א אלטע נידון באחרונים ביי עדי קידישין באיסור לדוגמא חייבי לאווין וואס ס'איז דא תפיסת קידושין און ביי גיטין וקדושין זענען דאך די עדים עדי קיום פארוואס ווערן זיי נישט נפסל אויפען פלאץ אויב ס'נחשב זיי זענען עובר א איסור איז ממילא אויס תפיסת קידושין צוליב המקדש בלא עדים ובהכרח אז די עדים זענען גארנישט עובר, בכל אופן ס'איז קאמען סענטס אז 'כל הנטפל אליו' מיינט צום ווייניגסטענס די אשה וואס האט חתונה מיט אים ותו לא מידי [אגב אינעם זעלבען תשובה מהרם רוטונבורג אלף יט זאגט ער אז א גט בע"כ איז קיינמאל נישט חל דלא כנוב"י, שוין עפעס גוטס איז שוין ארויסגעקומען פין דער וויכוח]
די אלע תשובות זענען א המשך איינס פונעם צווייטן
- איך רעדט פין תשובה סימן ע"ז דארטען ווי ער שרייבט די קללות, א לאנגע תשובה פין גט בע"כ אויף וואס ער פירט אויס מיט די קללות [איך בין נישט מחולק אז דער מאן איז אויך עובר אויף די איסור ב' נשים דער נוב"י זאגט כמה פעמים אז ער איז עובר ביידע איסורים]
אין הנידון דומה לראי' ווייל דארט איז נישטא קיין איסור אויפן מאן, אבער ווען עס איז יא דא א איסור איז מעגליך יא דא די חרם אויף די פרוי. און אזוי שרייבט קלאר דער בית שלמה אין אבהע"ז סי' ה' און ער צייכענט צו שו"ת מאיר נתיבים סי' ל"ו וואס שרייבט אז די איסור גייט ארויף אויף די פרוי אויך. האב איך שוין געברענגט קלארע מקורות אין די פוסקים אז די איסור איז אויף די פרוי אויך, און מ'קען צולייגן די נוב"י צו די ליסטע, און דו דארפסט נאך ברענגען די ערשטע מקור צו דיין דעת בעל הבית אז ביי גט בעל כרחה איז דא איסור פאר א פרוי צו גיין חתונה האבן מיט אים
- דיין סברא אז דער איסור דארף גיין ביידע וועגן איז בעל בתיש און זייער נישט תורהדיג וואס דעת בעל הבית היפך דעת תורה איך וועל דיר ברענגען א דוגמא אפו' פין א איסור דאורייתא אלמנה לכהן גדול וגרושה לכהן וואס נאר ער איז עובר די לאווין און חייב מכות און נישט זי [איך רעד נישט פין לפני עוור נישט דארט און נישט דא]די אחרונים האבען עס פארשטאנען פאר א פשטות און עס ניטאמאל ארויסגעשריבען בפירוש דאך סמוכין לזה אז זיי האבען עס אזוי אפגעלערענט אין שו"ע אבהע"ז סימן א' סעיף י' אין באה"ט ס"ק כ' שרייבט ער אז היות די איסור איז נאר על קרקפתי דגברא און נישט אויף די אשה ממילא מעג א ספרדי זיין חתונה געהאט אפו' מיט צוויי אשכניזישע פרויען משא"כ א אשכנזי טאר נישט נעמען א צווייטע ספרדישע און אפו' ביידע ספרדישע איז אויך אסור [קלאר צו מאכען אז אוודאי טאר נישט די צווייטע גיין מכשיל זיין דער מאן אפו' לויט די אחרונים אז ס'איז נישט דא קיין דאורייתאדיגע לפני עוור אויף א איסור דרבנן איך רעד נאר צו זי איז עובר די איסור חרם]
אבער וואס איז די צווייטע פרוי שולדיג אז ער גיבט נישט פאר די ערשטע שאר בסות ועונה? זאל ער געבן פאר ביידע
- דיין אסתפקתא פין די פלעצער וואס עס איז נאר נתפשט געווארן גט בכל כרחה און נישט די איסור פון שתי נשים פארשטיי איך נישט ווייל געדענק ער איז מחיוב פאר ביידע שאר כסות ועונה און אז ער גיבט דאס נישט איז ער א מורד משא"כ ביי מגרש בע"כ האט ער איר אינגאנצען אוועקגעווארפען
א מקצת הודאה אז די קללה קען זיין גייט ארויף אויף די איסור פון שתי נשים. לגבי דאורייתא וועט מען דן זיין ווען דאס וועט זיין מסודר (איך בין נישט זיכער אז דארט איז ער גערעכט, אבער עס איז נישט אזא עמי הארצות ווי דו לייגסט עס אראפ)איך פארשטיי נישט ווי דו זעסט א מקצת הודאה ,אבער אויב האסטו א פשט אין די איסור תורה זיי מיר און דעם ציבור דא מהנה מיט דיינע חידושים
אהה, דברי חכמים בנחת נשמעים, ס'איז א נחת צי הערן און ליינען די ווערטער פין א חכם, אזוי געשמאק דבר דבר על אפניואויף די זעלבע וועג וויאזוי דו גייסט מיישב זיין די מכלומר'שטע קשיות אויפן מהר"ם מרוטנבורג וועסטו דאס מיישב זיין אויפן נודע ביהודה, וליתר שאת עיין נוב"י מהדו"ת אבע"ז סי' קכ"ט ווי ער שרייבט קלאר אז עס גייט ארויף אויף די סופר און די עדים במקום וואס זיי ווייסן. און גיי פארשטיי פארוואס דיין קאמאן סענס (וואס איז בכלל נישט קאמאן) איז נישט דעת בעל הבית, און נאר מיין קאמאן סענס איז.
די אלע תשובות זענען א המשך איינס פונעם צווייטן
אין הנידון דומה לראי' ווייל דארט איז נישטא קיין איסור אויפן מאן, אבער ווען עס איז יא דא א איסור איז מעגליך יא דא די חרם אויף די פרוי. און אזוי שרייבט קלאר דער בית שלמה אין אבהע"ז סי' ה' און ער צייכענט צו שו"ת מאיר נתיבים סי' ל"ו וואס שרייבט אז די איסור גייט ארויף אויף די פרוי אויך. האב איך שוין געברענגט קלארע מקורות אין די פוסקים אז די איסור איז אויף די פרוי אויך, און מ'קען צולייגן די נוב"י צו די ליסטע, און דו דארפסט נאך ברענגען די ערשטע מקור צו דיין דעת בעל הבית אז ביי גט בעל כרחה איז דא איסור פאר א פרוי צו גיין חתונה האבן מיט אים
אבער וואס איז די צווייטע פרוי שולדיג אז ער גיבט נישט פאר די ערשטע שאר בסות ועונה? זאל ער געבן פאר ביידע
א מקצת הודאה אז די קללה קען זיין גייט ארויף אויף די איסור פון שתי נשים. לגבי דאורייתא וועט מען דן זיין ווען דאס וועט זיין מסודר (איך בין נישט זיכער אז דארט איז ער גערעכט, אבער עס איז נישט אזא עמי הארצות ווי דו לייגסט עס אראפ)
ווען גייט זיין די נעקסטע היתר מאה רבנים מערכה??
יא צו אן אייניקעל פון וואוידיסלאוו