טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

עס זעהט אויס אז דו האסט נישט געהעריג אפגעלערנט אדער פארשטאנען די נוב"י. די נוב"י האלט אז די גט בעל כרחה האט בכלל נישט חל געווען צוליב אין שליח לדבר עבירה (דאס איז די עיקר נושא פון די תשובה) ממילא איז די ערשטע פרוי נאכאלס זיין ווייב און צוליב דעם גייט אן די חרם פון שתי נשים, ער שרייבט עס קלאר דא: ואין כאן שליחות דבעל ואין כאן גט. וממילא עובר בכל יום גם על חרם דשתי נשים. ומעתה הנה יצא פלוני הזה חרגמ"ה חומרו על ראשו אונן מימינו ומחוסר כפורים משמאלו ולא יאבה ה' סלוח לו עד יגרש אשתו השניה שנשא בעבירה וישוב לאשתו הראשונה או ירצה אשתו ראשונה שתקבל גט ברצון ואז יוכל לשאול סליחה ומחילה על העבר. קומט אויס אז די קללה אויף די צווייטע פרוי קען נאר זיין צוליב די איסור פון שתי נשים ווייל די גט בעל כרחה האט בכלל נישט חל געווען און דאס קען נישט זיין קיין סיבה צו מקלל זיין די צווייטע פרוי.

בכלל איז דיין סברא מאדנע, דו אליינס זאגסט דאך אז א גט בכל כרחה איז חל, וואס איז יעצט די צווייטע פרוי שולדיג? איינער וואס האט געגעבן א גט בעל כרחה טאר קיינער מיט אים קיינמאל נישט חתונה האבן למען ישמעו ויראו? ער איז נידון לחרפון ולדראון עולם? וואו שטייט אזא דין? נאר עס איז פשוט אז דא וויבאלד עס האט טאקע נישט חל געווען איז דא די חרם פון שתי נשים וואס גייט אויך ארויף אויף די פרוי.
 
אה... עס איז שוין ארויסגערינען די מקור הזיוף ,ייש"כ פארען ברענגען די אינפארמאציע
הרב וואלענדער האט שוין געשריגען יארען צוריק אויף א באנק אין ראדני אז ער איז א מזייף אנווייזענדיג אויף גראבע מיסטעיקס אין מאזני צדק
און יעצט איז געקומען אייער רייע זיך צו עס איבערצייגען גייטס און מישט אויף ביידע תשובות פין נוב"י און קוקטס עס פין אינענוויינדיג
ווער ??? וואלענדער?? ווער?? גראדע מיין איך אז הרב קטן שוטהוויטש האט אויך געשריגן הויעך אין מארק בערך אזוי:unsure:
 
עס זעהט אויס אז דו האסט נישט געהעריג אפגעלערנט אדער פארשטאנען די נוב"י. די נוב"י האלט אז די גט בעל כרחה האט בכלל נישט חל געווען צוליב אין שליח לדבר עבירה (דאס איז די עיקר נושא פון די תשובה) ממילא איז די ערשטע פרוי נאכאלס זיין ווייב און צוליב דעם גייט אן די חרם פון שתי נשים, ער שרייבט עס קלאר דא: ואין כאן שליחות דבעל ואין כאן גט. וממילא עובר בכל יום גם על חרם דשתי נשים. ומעתה הנה יצא פלוני הזה חרגמ"ה חומרו על ראשו אונן מימינו ומחוסר כפורים משמאלו ולא יאבה ה' סלוח לו עד יגרש אשתו השניה שנשא בעבירה וישוב לאשתו הראשונה או ירצה אשתו ראשונה שתקבל גט ברצון ואז יוכל לשאול סליחה ומחילה על העבר. קומט אויס אז די קללה אויף די צווייטע פרוי קען נאר זיין צוליב די איסור פון שתי נשים ווייל די גט בעל כרחה האט בכלל נישט חל געווען און דאס קען נישט זיין קיין סיבה צו מקלל זיין די צווייטע פרוי.

בכלל איז דיין סברא מאדנע, דו אליינס זאגסט דאך אז א גט בכל כרחה איז חל, וואס איז יעצט די צווייטע פרוי שולדיג? איינער וואס האט געגעבן א גט בעל כרחה טאר קיינער מיט אים קיינמאל נישט חתונה האבן למען ישמעו ויראו? ער איז נידון לחרפון ולדראון עולם? וואו שטייט אזא דין? נאר עס איז פשוט אז דא וויבאלד עס האט טאקע נישט חל געווען איז דא די חרם פון שתי נשים וואס גייט אויך ארויף אויף די פרוי.
  • דווקא דארטען האט עס נישט חל געווען ווייל ס'איז געווען ע"י שליח אבער באופן כללי איז עס יא חל לגמרי
  • אפו' דארטען שרייבט די נוב"י קלאר אין סימן ע"ה אז די איסור חרם בע"כ גייט ארויף אויף יעדעם 'הן על הבעל והן על השליח והן על כל הנטפל אליו'
  • דו ברענגסט נאר די אויספיר [שוין לאנג נאך די קללות] וואס ער געט צום סוף א לייג צו אז דא איז אויך דא די חרם ב' נשים און אפו' דא זאגט ער : 'וממילא עובר בכל יום גם על חרם דשתי נשים'. זאגענדיג קלאר אז עס איז דא ביידע, אבער די גאנצע תשובה ביז אהער קאכט ער זיך נאר אין די איסור חרם דגט בע"כ וואס דערויף שרייבט ער די קללות
  • אויב ווילסט דיך פארעקשענען אז ס'איז דווקא בכגון דא ממש דאן זענען די קללות ווייטער נאר ווען מען איז עובר ביידע חרמות אבער אוודאי נישט נאר ביי שתי נשים
  • אויב דו האסט א מקור אז די חרם שתי נשים גייט ארויף אויך אויף די צווייטע ביטע ברענגען דער נוב"י שרייבט עס נישט
  • די סברא איז פשוט זי איז שילדיג פארען צוברעכען די מטרה פין די חרם גט בע"כ גארנישט ווייניגער פינעם שליח ווי ער שרייבט אין סימן ע"ה, אויף דיין שאלה ווי לאנג שרייבט שוין דא די נוב"י אדער זאל ער צוריקגיין צו די ערשטע אדער ביז זי איז מקבל ברצון הטוב ''ולא יאבה ה' סלוח לו עד יגרש אשתו השניה שנשא בעבירה וישוב לאשתו הראשונה או ירצה אשתו ראשונה שתקבל גט ברצון ואז יוכל לשאול סליחה ומחילה על העבר'' ,ס'איז נישט קיין עונש למען ישמעו ויראו ס'איז נאר א דין פונקט ווי אן אשת איש טאר נישט חתונה האבען אן א כשרע גט
 
דוגמא פון עדות שקר בערכאות הרבנות באשטעלט דורך דעם "אותו האיש" נוכל ורמאי עשיר יענה עזות, נישטא אזא מענטש ווי "דעוויד טירנויער" וואס האט משמש געווען כ"ק גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א - חוצפה און רשעות בלי גבול!!

1734407805432.png
 
ווער ??? וואלענדער?? ווער?? גראדע מיין איך אז הרב קטן שוטהוויטש האט אויך געשריגן הויעך אין מארק בערך אזוי:unsure:
אין קעיס דו האסט נישט געכאפט פין וועם אין פין וואס איך האב גערעדט נאדיר א געשרייבאכטס וואס איז דעמאלטס ארומגעפארען
"חרם דר"ת" אויסגערופן אויף הרב מענדל זילבער פון התאחדות הרבנים
די וואך האט מען אויסגערופען ברבים א "חרם" אויף הרב מנחם זילבער דער זעלבסט געקרוינטער ראב"ד פון די התאחדות אין סאטמארן ביהמ"ד אויף ראדני סטר. אין ווילאמסבורג.
עס גייט שוין אן א לאנגע צייט א שטרייט אין מלחמה צווישן איצא גליק און הרב מענדל זילבער פון די התאחדות מיט הרב יהושע העשיל וואלהענדלר שליט"א א מחבר ספרים אין א באוויסטער מסדר גיטין אין ווילאמסבורג.
לעצטע וואך דינסטאג איז די התאחדות דורכגעפאללן נישט קעננעדיג מסדר זיין א קאמפליצירטן גט ווי סהאט זיך געהאנדעלט איבער א געוואלדיגע מצוה פון התרת עגונה ווי ליפא קרויס א קרוב פון דעם מאן מיט מענדל זילבער האבן געמאכט צווישן זיך א יד אחת נישט צו דערלאזן אז די פרוי זאל באקומען א גט.
דאנערשטאג בייטאג איז דער גט מסודר געווארן דורך הרב יהושע העשיל וואלהענדלר שליט"א און חבר בית דינו הרב הגאון מוהר"ר שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל.
ר' מענדל זילבר האט זיך געלאזט הערן אז דער גט טויג נישט און האט אויפגערודערט די שטאדט מיט זיינע צווייי שותפים איצא גליק אין ליפא קרויס.
נאך פערשידענע התראות בית דין האט הרב יהושע העשיל וואלהענדלר געהאלטן א דרשה ווי ער האט געזאגט:
"אז הרב מענדל זילבער איז א מספר אחר מיטתו של ת"ח, און אז ער קומט נישט צו לקרסולי קרסוליו פון רב בערנבלוט ז"ל כידוע, און האט מכריז געווען דעם חרם פונעם ר"ת תם ותלמידיו וועגן הוצאת לעז על הגט און אז מען טאר נישט שטיין אין זיינע ד' אמות.
די אלע אידען וועלכע זענען געווען דארט אין ביהמ"ד האבן באלד מקיים פסק געווען און האבן זיך אפגערוקט פון עהם כדת וכדין.
ער האט זיך פראבירט פון דערווייטענס צו פארענטפערן באמתלאות שונות.

מען האט עהם אפגעענטפערט אז דער חרם איז בתוקפו ביז ווי לאנג ער וועט נישט ווייזן א פסק אויף פארקערט פון הרב וואלהענדלר.
רב וואלהענדלר האט אויך אנגעוויזען אויף גראבע טעותים וועלכער ער שרייבט אין זיין ספר מאזני צדיק און אז ער טאר נישט מסדר גיטין זיין ווי לאנג ער קען נישט הלכות גיטין.
נישט לאנג צוריק האט מען האט אין לאנדאן געפסעלט א גט פון הרב מענדל זילבער לויט די הוראה פון הרב אליישיב אין אנדערע רבנים פון יוראפ אין ארץ ישראל.
און די כוללים האט מען זיך גענומען לערנען הלכות נידוי וחרם כדאי צו וויסען ווי אזוי אומצוגיין מיט דעם רב המוחרם
..
 
דאס קיקט אויס ווי א זאפטיגע מעשה, ווער קען לינקען צים דענמאלסדיגע שנירל
 
ווען קאראפטירטע גבירים מאכן א יד אחת מיט קאראפטירטע רבנים איז ביטער ווי א זית!

פארדעם בעהט מען "השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה" מיר ווילן אמאליגע שופטים = רבנים, אמאליגע יועצים = עהרליכע בעלי בתים!
 
יצחק ראבינאוויטש ביי די חתונה היינט פין א קינד פין שמעון זאב מייזליש
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20241216_234107_971.jpg
    IMG_20241216_234107_971.jpg
    172.7 KB · געזען: 211
דאס איז ווייט פון די לעצטע
 
דאס איז ווייט פון די לעצטע
כהאף אזוי, ווי מער געלט אוועקנעמן פין דעם רשע אלץ בעסער.

סנאר אינטנרסאנט אז ער קומט בשעת ווען מייזליש/מהר"א האבן נאר חרוב געמאכט, וואס פארשטיי מיר אונז
 
  • דווקא דארטען האט עס נישט חל געווען ווייל ס'איז געווען ע"י שליח אבער באופן כללי איז עס יא חל לגמרי
אבער דו האסט געוואלט זאגן אז ביי די מעשה איז נישט דא קיין איסור פון שתי נשים ווייל די גט האט חל געווען
  • אפו' דארטען שרייבט די נוב"י קלאר אין סימן ע"ה אז די איסור חרם בע"כ גייט ארויף אויף יעדעם 'הן על הבעל והן על השליח והן על כל הנטפל אליו'
די שליח מילא, אבער מכאן ואילך טאר ער מיט קיינעם נישט חתונה האבן? זיין שכן וואס גריסט אים גוט מארגן איז אויך אינעם חרם?
  • דו ברענגסט נאר די אויספיר [שוין לאנג נאך די קללות] וואס ער געט צום סוף א לייג צו אז דא איז אויך דא די חרם ב' נשים און אפו' דא זאגט ער : 'וממילא עובר בכל יום גם על חרם דשתי נשים'. זאגענדיג קלאר אז עס איז דא ביידע, אבער די גאנצע תשובה ביז אהער קאכט ער זיך נאר אין די איסור חרם דגט בע"כ וואס דערויף שרייבט ער די קללות
אוודאי איז דא אויך די חרם פון גט בע"כ, אבער עס איז נישטא קיין אופן אז די צווייטע פרוי זאל האבן א חלק אין דעם.
  • אויב ווילסט דיך פארעקשענען אז ס'איז דווקא בכגון דא ממש דאן זענען די קללות ווייטער נאר ווען מען איז עובר ביידע חרמות אבער אוודאי נישט נאר ביי שתי נשים
ווי געזאגט די צווייטע פרוי האט נישט עובר געווען אויף עפעס מער ווי די איסור פון שתי נשים
  • אויב דו האסט א מקור אז די חרם שתי נשים גייט ארויף אויך אויף די צווייטע ביטע ברענגען דער נוב"י שרייבט עס נישט
אויב דו האסט א מקור אז די חרם פון די גט בעל כרחה גייט ארויף אויך אויף די פרוי צו וועם די מאן האט שפעטער חתונה געהאט ביטע ברענגען דער נוב"י שרייבט עס נישט. און אויב עפעס איז א חידוש איז דאס סאך א גרעסערע חידוש ווי צו זאגן אז די חרם פון שתי נשים גייט אויך אויף ארויף אויף די צווייטע פרוי

  • די סברא איז פשוט זי איז שילדיג פארען צוברעכען די מטרה פין די חרם גט בע"כ גארנישט ווייניגער פינעם שליח ווי ער שרייבט אין סימן ע"ה, אויף דיין שאלה ווי לאנג שרייבט שוין דא די נוב"י אדער זאל ער צוריקגיין צו די ערשטע אדער ביז זי איז מקבל ברצון הטוב ''ולא יאבה ה' סלוח לו עד יגרש אשתו השניה שנשא בעבירה וישוב לאשתו הראשונה או ירצה אשתו ראשונה שתקבל גט ברצון ואז יוכל לשאול סליחה ומחילה על העבר'' ,ס'איז נישט קיין עונש למען ישמעו ויראו ס'איז נאר א דין פונקט ווי אן אשת איש טאר נישט חתונה האבען אן א כשרע גט

דיין סברא אז די פרוי "איז שילדיג פארען צוברעכען די מטרה פין די חרם גט בע"כ" רעדט ווען די גט האט יא חל געווען אדער נישט? אויב די גט האט יא חל געווען איז דאך נישטא קיין גבול, ווייל די נוב"י זאגט דאס נאר דא וואס די גט האט "נישט" חל געווען. ווידעראום ווען די גט האט נישט חל געווען, מיט וואס איז די פרוי שולדיג פאר די גט בעל כרחה וואס האט נישט חל געווען? דאס אז א פרוי זאל נישט מעגן יעצט מיט אים חתונה האבן איז בלויז צוליב די איסור פון שתי נשים און האט גארנישט צוטוהן מיט זיין דורכגעפאלענע גט בעל כרחה
 
כהאף אזוי, ווי מער געלט אוועקנעמן פין דעם רשע אלץ בעסער.

סנאר אינטנרסאנט אז ער קומט בשעת ווען מייזליש/מהר"א האבן נאר חרוב געמאכט, וואס פארשטיי מיר אונז
אלא מאי איז בכלל נישט אמת אז זיי האבן חרוב געמאכט
 
צום קעפל. האט הרב כ”ץ געמאכט זיין גאול? איז ער ארויס מיט ריוח?
 
Back
Top