פשיהא. קענסט אפשר מער פארברייטערען וואס דו האסט געזאגט? עס קען זיין שטארק נוגע. קדושה זאגסטו דאך אז מ'קען עס נישט מסביר זיין דאס דארף מען פילן. פיין, אבער וואס איז טאמער מ'פילט עס נישט? איך בין שוין געווען כמה פעמים במחיצתו פון מהרא און נישט געשפירט די קדושה. איז פשט אז ער איז דעמאלטס געפאלן אין די מדריגה? אפשר האב איך גאר פוגם געווען? אדער אפשר איז סתם אזוי מיין חוש הריח של קדושה פארזשאוועט. יעצט לגבי שנאה מוז איך אויך פארשטיין, ווי שטארק דארף מען פיינט האבן? וויפיל דארפן פיינט האבן? איז א מנין גענוג אדער מוז זיין מער? טאמער יא, וויפיל? פארוואס ווייזט שנאה פון א צד שכנגד (ווען מ'שלאגט זיך סה"כ אויף ריעל עסטעיט) אויף קדושה, וויאזוי ארבעט עס?
איך וואלט זיך נישט אריינגעמישט און די נערישע קריגעריי אהין און צוריק אבער די דברי הבל איז נישט קיין בן יחיד. מען שטאפט אן טויזענטער פון אונזערע קינדער מיט די שטותים און אזוי ערציט מען א קומענדיגער דור.