טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

אבער עפעס א שטיק הייליגקייט זאגט אנדערש פשוט און די נודע ביהדה
 
אה אנטשולדיגט כהאב נישט געכאפט די רעדסט פין א פרטיותדיגע זאך כהאב געמיינט די זאגסט בככליותדיג איז דא וואס הייבן נישט אן פארשטיין וואס ער וויל.....מיין הייליגע רבי קען נאך עני טיים אזויפיל לערנען ווי אסאך דיינים סא כהאב זייער אסאך טראסט אין וואס ער זאגט אין אז סדא וואס האבן נישט פארשטאנען איז אקעי ער האט דאך קלאר געזאגט די סוגיא איז נישט געמאכט פאר אלע מורי הוראות אין יעצט זעה איך טאקע ווי גערעכט ער איז.
שכח
איך מיין דווקא יא אויך בכלליות, נאר די איינציגסטע מראה מקום וואס ער האט געגעבען איז געווען דאס.

די איינציגסטע לימוד זכות וואס איך האב געהאט אויף אים אז ער קען נישט די סוגיא און איינער האט אים בכוונה איינגעמיירעט בע"פ מיט געציילטע שורות אין נוב"י, אויב אבער דו האלטסט אז ער קען יא איז ער א יודע את רבונו ומכוון למרוד בו וואס מאכט די תורה פאר א קרדום לחפור בו.
די תורה הק' וואס איז געגעבן געווארען אויפן בארג סיני איז אוועילעבעל פאר יעדעם איינעם צו לערנען און קיינער קען נישט באגרעניצן קיין צוטריט דערצו ובפרט מיט דער כוונה אז קיינער זאל אים נישט קענען אפפרעגן,

דערמאנסט מיר וואס סאטמאר רב שרייבט אין ויואל משה אז די סיבה פארוואס מען איז מסביר די מדינה ע"פ קבלה ווייל דארט קען יעדער זאגן וואס ער וויל און קיינער קען אים נישט אפפרעגן...
 
לאמיר קלאר מאכן מיינע ווערטער, מיין הייליגע רבי האט מורא'דיג אסאך טראסט ביי מיר און ווען ער זאגט נאך א תשובה פון די גרעסטע פוסקים גלייב איך אז ער האט דאס שטארק דורכגעטון, איך קען דאך זיכער נישט לערנען, יעצט ווען א גרויסע פוסק - א שטייגער ווי הרב שטערבוך צי רבי געציל צי אנדערע אין די גאטונג - וועט ארויסקומען זאגן אזא תשובה וואס מהר"א האט געזאגט איז לא היה ולא נברא, פיין, סא אין ערגסטן פאל קען זיין האט ער געמאכט א טעות, ער איז דאך נאר א יומען ביאינג, אבער ווען איינער קומט דא אויף קרעמל אין ער איז מסביר בטוב טעם ודעת אז מהר"א האט גערעדט עמערצות איז אשפה מער ווערד ביי מיר.
פארשטאנען?
 
על הראשונים אנו מצטערים.. וואו שטעקט זיין הייליגקייט?

בכלל, דער איד, ווער עס קען זיין ”דרך הלימוד” ווייסט אז ער קען נישט לערנען הלכות קושר ומתיר בשבת אן אריינברענגען קנין הפירות כקנין הגוף, דיברה תורה כלשון בני אדם, מרקד אתלת, סימנא מילתא, כבתה זקוק לה, און אנשי רשע אנשי סדום.

ער איז מסתם דער איינציגסטער בדורנו וואס קען ענפערן אויב מען מעג זאלצן א מודה במקצת אין א עציץ שאינו נקוב אויב עס איז נופו נוטה לרשות הרבים בשעת היתר במות.
 
כאכאכא אזאלעכע גיטע ליצנות שוין לאנג נישט געהערט.....

ביי מיר אין רובא דרובא פין זיינע חסידים איז ער הייליג אפילו ער איז אן עמהארץ סא דאס ממש ביסעלע לערנען וואס ער קען איז נאר א פלאס

לאנג לעבן זאל די הייליגע רבי שליט"א אין ווייטער קענען פירן די עדה קדושה על דרך ישראל סבא עד ביאת גואל
 
געווען היינט אן אפציעלע גרויסע סעודות הודאה און מעמד קבלת פנים אין די תפארת עלקא זאל אין מאנסי, ווי ס'האבן זיך באטייליגט א ריזיגע מאסן תושבי מאנסי און שפיץ פון פילע אדמורי"ם ורבני העיר

די טאהש מאנסי רב שליט''א האט אויפגעטרויטן מיט א לענגערע דרשה ווי ער האט פארציילט וואס ס'איז פארגעגאנגען, און שטארק אראפ געריסן די רבנות הראשות, מיט אלע אנדערע שונאים וכו'

געווען גאר דערהויבענע ריקודין, ווי צווישן האט מען אויך געזינגען וכל קרני רשעים וכו'
אזוי אויך האבן די מנגנים געזינגען א נייע ניגון וואס די רב האט פארפאסט אין א''י אונטער די רשעים
 
איך שטוין פון דיין טיפע און ברייטע אינטעליגענץ.
The fact that his chasidim think he's holy just bogles my mind.
קענסט מיך נאר מסביר זיין וואו זיין קדושה ליגט?
 
לעצט רעדאגירט:
איך שטוין פון דיין טיפע און ברייטע אינטעליגענץ.
The fact that his chasidim think he's holy just bogles my mind.
קענסט מיך נאר מסביר זיין וואו זיין קדושה ליגט?
מקען דאס נישט מסביר זיין דאס דארף מען אליינס פילן......אבער א איד וואס האט אזויפיל סייעתא דשמיא אין אויך ווי אזוי מזעהט די שנאה אין די צד שכנגד ווייזט אסאך
 
ווי ער האט געזאגט מיט זיין זיס לשון פאר ר' יונה פארסט ז"ל אז ביז 600 בחורים קען ער אליינס, מער פון דעם דארף מען שוין סייעתא דשמיא!! סא זייט דעמאלסט יעדע מאל די ישיבה ווערט גרעסער צוטיילט מען אזוי זאל מען קיינמאל דארפן סייעתא דשמיא.
 
עכט האב איך שוין נישט געוואלט אריין רעדן דא קודם ווייל דער נושא איז שוין נישט אינטערסאנט די צוויי וועלטס גרעסטע עקשנים האבן אראפגעקראכן פון בוים נאכן ווערן געקארנערט יעדער אויף זיין וועג צד איש האט נאכגעלאזט געוויסע וואנזיניגע פארלאנגען און צד ב האט אויפגעהערט צו צענגערן און שוין און צווייטנס איינמאל ס'איז אריין אין צהלי ורוני פאלטיקס איז זיכער נישטא צו וועם צו רעדן

אבער איבער דער נודע ביהודה נאך א פלאץ ווי מ'קריכט אויף גראדע ווענט הרב געשטעטנער איז אויפגעקומען מיט די געמויזעכץ אז כאילו ר' אהרן האט זיך באצויגן צו די נודע ביהודה אויף דעם פאל דער פאקט איז אז ס'איז פשוט נישט אמת ר' אהרן האט מיט נודע ביהודה ארויסגעברענגט די שארפקייט פון א חרם דרבינו גרשון בכלל דאס איז דער מציאות נעם די דרשה און הער עס ביטע קלאר און שטייט וועסטו זיך איבערצייגן אויב ביסט אינטערסירט זיך איבער צו צייגן די גאנצע דרשה בכלל איז געווען בכלליות איבער חרם דרבינו גרשום און נישט דוקא וועגן די ספעציפישע פאל ער האט נאר נאטורליך גערעדט איבערדעם אז וויבאלד דא איז געשען אזא מכשול ווייל ער זאגן פון היינט און ווייטער און אוודאי רעדנדיג פון דעם פאל האט ער ארויסגעברענגט די מכשול ווי אזוי עס איז אבער די מטרה פון די דרשה איז געווען צו רעדן איבער די הארבקייט און איבערן עתיד עס זאל ניטש פארקומען נאך מכשולות

א גוטן טאג
 
געווען היינט אן אפציעלע גרויסע סעודות הודאה און מעמד קבלת פנים אין די תפארת עלקא זאל אין מאנסי, ווי ס'האבן זיך באטייליגט א ריזיגע מאסן תושבי מאנסי און שפיץ פון פילע אדמורי"ם ורבני העיר

די טאהש מאנסי רב שליט''א האט אויפגעטרויטן מיט א לענגערע דרשה ווי ער האט פארציילט וואס ס'איז פארגעגאנגען, און שטארק אראפ געריסן די רבנות הראשות, מיט אלע אנדערע שונאים וכו'

געווען גאר דערהויבענע ריקודין, ווי צווישן האט מען אויך געזינגען וכל קרני רשעים וכו'
אזוי אויך האבן די מנגנים געזינגען א נייע ניגון וואס די רב האט פארפאסט אין א''י אונטער די רשעים

געווען קלאר ווי די טאג אז די רבנות האט עם צוריקגעהאלטן וועגן דעם היתר, די מינוט וואס עס איז געווען א גט האט מען עם באפרייט, דאס מיינט אז עס איז געווען נאר זיינע מעשים וואס האבן גורם געווען דאס צוריקהאלטונג, אבער ממיז טרעפן א שעיר לעזאזל זאל עס זיין די רבנות וואס איז די איינציגסטע רבנים וואס טוען פאר עגונות.

עט ליעסט ווייסט מען ווער די ערב ״רב״ זענען די אלע וואס האב שיין דיטר צו אויבן אן און געקרוינט דעם נייעם קדוש.
 
ר' אברהם כ"ץ איז א זיכערע געווינער דא!

ביז 2 חדשים צירוק האט רוב מנין ובנין פון כלל ישראל נישט געוויסט זיין נאמען, און היינט איז ער דער חרד'ישער Daniel penny אדער kylie Rittenhouse...
פלעטבוש מיידל איז Luigi
 
מקען דאס נישט מסביר זיין דאס דארף מען אליינס פילן......אבער א איד וואס האט אזויפיל סייעתא דשמיא אין אויך ווי אזוי מזעהט די שנאה אין די צד שכנגד ווייזט אסאך
די פיקחות וואקסט און וואקסט.
זאגט מיך יעצט איינער נאך בשם לוי יצחק שווארץ אז דער גאנצער כ”א כסליו איז נאר געשען אז ר׳אהרן זאל קענען באפרייען די עגונה
 
די טאהש מאנסי רב שליט''א האט אויפגעטרויטן מיט א לענגערע דרשה ווי ער האט פארציילט וואס ס'איז פארגעגאנגען, און שטארק אראפ געריסן די רבנות הראשות, מיט אלע אנדערע שונאים וכו'
איינער האט א רעקארדירונג?
 
סיי דאס אז עס איז אן 'איסור תורה' און סיי די קללות רעדט ער פין די אנדערע חרם פין מגרש זיין א אשה בעל כרחה, און ער זאגט קלאר אז די חרם פין אשה על אשתו איז אסאך גרינגער ווייל ס'נישט נתפשט געווארען איבעראל [מיינענדיג די בני הספרדים וואס האבען עס נישט אנגענומען] ובפרט אז דער חרם האט בעצם שוין עקספייערט און כהיום יום איז עס נאר מחמת מנהג איז אוודאי נישט שייך א איסור תורה אויף א מנהג משא"כ די חרם פין בע"כ
בנוסף לזה וואס דער נוב"י אין יור"ד תניינא קמו' שרייבט קלאר אז ער איז חוזר פין וואס ער האט געשריבען אין אבהעז"ר אז עס איז א איסור תורה און ער פירט אויס ספיקו להקל ווי א דרבנן
די קללה פונעם נוב"י באציעט זיך "זיכער" אויך אויף די חרם פון שתי נשים, ווייל ער זאגט קלאר אז די קללה גייט ארויף אויך אויף די צווייטע ווייב. נאר די חלק פון דאס אז עס זאל זיין אן איסור תורה קען מען מדייק זיין אז ער רעדט נאר פון גט בעל כרחה, אבער במקומו איז עס נישט מוכרח נאר טאקע פון די אנדערע תשובה וואס דו דערמאנסט.
 
די פיקחות וואקסט און וואקסט.
זאגט מיך יעצט איינער נאך בשם לוי יצחק שווארץ אז דער גאנצער כ”א כסליו איז נאר געשען אז ר׳אהרן זאל קענען באפרייען די עגונה
דאנק גאט אז דו ביסט נישט אזוי ווי מיר פין די פארנאטשע ארוינים אין בעהט אויף להבא אז מהר"א זאל פאר דיר נישט זיין קיין שום שטער ווייל עז ווי ספיק איז ער דיר א שטאקע דורן אין אויג אין סאיז נישט געזונט פאר דיין נפש.
 
רבותי, פארדעם דארף מען קרעמל??
אלע אגענדע-דרייוון ניקים צוריק און די מייזן לעכער. פליז איך ברעך שוין פון די פאליטיק
שכח פאר די ניקים וואס האבן געברענגט רעלעוואנטע נייעס ביז יעצט,
 
די קללה פונעם נוב"י באציעט זיך "זיכער" אויך אויף די חרם פון שתי נשים, ווייל ער זאגט קלאר אז די קללה גייט ארויף אויך אויף די צווייטע ווייב. נאר די חלק פון דאס אז עס זאל זיין אן איסור תורה קען מען מדייק זיין אז ער רעדט נאר פון גט בעל כרחה, אבער במקומו איז עס נישט מוכרח נאר טאקע פון די אנדערע תשובה וואס דו דערמאנסט.
אמת אז די קללות גייט ארויף ווען ער האט ב' נשים אבער וואס דו האסט פארזעהן איז אז עס איז נאר דארט ווען ער האט מגרש געווען די ערשטע בע"כ ווי ער גייט ארויף אויף יענע מעשה שהיה
די חלק פין איסור תורה דארף מען נישט קיין דיוק אז ער רעדט פין גט בע"כ ער זאגט עס קלאר און נאכמער ער איז מדגיש פארדעם אז די חרם פין אשה על אשתו איז אסאך גרינגער ווייל ס'נישט נתפשט געווארען איבעראל [און דאס איז אפו' לולא עס וואלט נישט עקספייערט] וביותר ער בויעט עס אויף פין א דיוק פין א לשון הר"ן וואס דער ר"ן רעדט אויך נאר פין די חרם גט בע"כ
אין די אנדערע תשובה איז ער חוזר אפו' פין די חרם גט בע"כ אז עס נישט קיין איסור תורה
 
Back
Top