תאמר שהבירה זו בלי מנהיג?! די גאט־היפאטעז: נישט אזוי פשוט (די וועלט, ט"ז)

יוסקע ווארטעמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2025
מעסעדזשעס
99
רעאקציע ראטע
847
פונקטן
103
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק ט"ז - תאמר שהבירה זו בלי מנהיג?! די גאט־היפאטעז: נישט אזוי פשוט

מען קען טרעפן אלע פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

אויב אינעם מיטלעלטער און אין אור־אלטערטום האט די מענטשהייט געלעבט אין א ווילד מיסטעריעזער, אומפאראויסזעעוודיגער און אומפארשטענדליכער וועלט, לעבן מיר היינט אין א וועלט וואס פירט זיך לויט פארשטענדליכע און אויסגערעכנטע חוקים און פרינציפן. מיר דארפן שוין נישט פּאָסטולירן איבערנאטירליכע כוחות, כסדר'דיגע הימלישע אינטערווענצן, אדער מזלים וואס שלאגן דאס גרעזל און הייסן עס וואקסן (ב"ר, י:ו). אמאל איז דאס וואקסן פון א גרעזל געווען א מיסטעריעזע זאך; היינט פארשטייען מיר דאס שוין גוט, לויט די געזעצן פון פיזיק, כעמיע און ביאלאגיע.

דאך, נישט אלץ קען די היינטיגע וויסנשאפט ערקלערן. עס זענען נאך פאראן פיל עניינים וואס מיר פארשטייען נאכנישט אינגאנצן. צום ביישפיל, מיר האבן שוין דערמאנט אז עס איז נאכנישט אינגאנצן קלאר וויאזוי די ערשטע לעבנספארמען האבן זיך אנטוויקלט – עוואלוציע קען נאר ערקלערן די אנטוויקלונג פון לעבן איינמאל זעלבסט־רעפּליקירנדע מאלעקיולן עקזיסטירן שוין, אבער וויאזוי האבן זיך אט די מאלעקיולן געשאפן? אנדערע אפענע סייענטיפישע פראגעס זענען טונקעלע ענערגיע און מאטעריע, געוויסע פראגעס אין די יסודות פון פיזיק (צב"ש פאראייניגן קוואנטום מעכאניק מיט אלגעמיינער רעלאטיוויטעט), דער אויפקום פון באוואוסטזיין, און נאך.

עס איז גאר מסתבר אז א טייל פון די פראגעס וועלן פארענטערט ווערן אין די קומענדיגע יארן. אז מ'קוקט אויף דער היסטאריע פון וויסנשאפטליכע אנטדעקונגען זעט מען אז מען מאכט כסדר'דיגע פארשריט און אז מיסטעריעס פון איין דור ווערן געלייזט אין צווייטן. דאך איז מעגליך אז געוויסע פראגעס וועלן קיינמאל נישט אנטשידן ווערן. און דאן איז אויך דא אן אנדער קאטעגאריע פון פראגעס, 'אולטימאטיווע' פראגעס, וואס וועלן מן־הסתם קיינמאל נישט פארענטפערט ווערן עמפיריש. צום ביישפיל, וואס איז פארגעקומען פארן 'גרויסן זעץ'? אדער, פון וואו שטאמען די געזעצן פון נאטור זעלבסט?

עס קען זיך גלוסטן צו זען אין אט די מיסטעריעס א הוכחה פאר דער עקזיסטענץ פון א גאט. אויף דער פשוט'סטער מדריגה גייט דער ארגומענט אזוי: סייענס קען נישט אלעס מסביר זיין, דערפאר מוז זיין א באשעפער. אבער אין דעם ניסוח פאלט די טענה גלייך צונויף, פאר דער פשוט'ער סיבה אז גאט איז דאך אויך נישט אלץ מסביר. אויב סייענס גיט אונז נישט צו פארשטיין וויאזוי די געזעצן פון פיזיק זענען ערשינען, פארשטייען מיר דאך אויך נישט וויאזוי גאט איז ערשינען. וועט איר ענטפערן אז גאט האט שטענדיג עקזיסטירט? קען מען דאך זאגן די זעלבע אויף די כוחות הטבע. ווייטער, סתם פאסטולירן א גאט ערקלערט נאכנישט וויאזוי אזא גאט ארבעט און וויאזוי אזא גאט באשאפט און פירט א וועלט. און אז איר וועט ענטפערן אז גאט איז טאקע למעלה־מהשגותינו, דאן וואס האלט מיך אפ פון דערקלערן אז די געזעצן פון נאטור זעלבסט זענען העכער פון אונזער פארשטאנד, און אט האב איך זיי פונקט אזוי גוט ערקלערט, אדער טאקע נישט ערקלערט, ווי די גאט־פאסטולאציע.

אביסל מער פארמאל קען מען דאס אנקוקן אזוי. מיר האבן אן אומערקלערטע אבזערווירטע ערשיינונג – די התחלה פון דער וועלט, צי די עקזיסטענץ פון די כוחות הטבע, אא"וו – און א היפאטעז איבער וויאזוי דאס איז פארגעקומען. די היפאטעז איז די 'גאט היפאטעז', אז א גאט האט באשאפן אט די ערשיינונג\ען. כדי אז די היפאטעז זאל זיין בארעכטיגט דארפן מיר האבן איינעם פון צוויי תנאים: אדער זאל די היפאטעז זיין געשטיצט דורך אומאפהענגיגע עמפירישע באווייזן – ווי צום ביישפיל אז מען זאל קענען אבזערווירן אט אזא גאט – אדער זאל די היפאטעז קענען ערקלערן אונזער ערשיינונג אויף א בעסערן אופן וואס איז נישט מעגליך אן איר. דער ערשטער תנאי, עמפירישע אבזערווירונגען, איז דאך נישט דא פאר גאט (און אויב יא, איז דאס דאך א באזונדערער ארגומענט, וואס נישט איבער דעם האנדלט זיך דא), בלייבן מיר מיטן צווייטן תנאי.

אבער אויב, א) מיר פארשטייען נישט די עקזיסטענץ פון גאט זעלבסט, אדער וויאזוי אזא יש איז אדער ערשינען אדער האט אייביג עקזיסטירט, און ווייטער, ב) מיר פארשטייען נישט וויאזוי אזא מציאות באשאפט וועלטן אדער שטעלט אוועק געזעצן פון נאטור, דאן האט די היפאטעז נישט ערקלערט אונזער ערשיינונג אויף א בעסערן אופן ווי אן איר. איידער דער היפאטעז איז די ערשיינונג געווען אומערקלערט, און יעצט איז זי ווייטער אומערקלערט, נאר נאך צוגעלייגט א ווייטערדיגן אומערקלערטן רינג אין דער קייט פון אומפארשטענדליכע סיבה און מסובב. און אויב טאקע אזוי, דאן איז די גאנצע היפאטעז נישט בארעכטיגט און עס איז שוין ענדערשער צו פארבלייבן מיט דער אריגינעלער מיסטעריע.

ביי דעם שטאפל איז וויכטיג קלאר צו מאכן אז מיט אט די קורצע פאראגראפן שעפּן זיך נישט אויס די ארגומענטן פאר גאט. די פילאזאפישע ארגומענטן פאר און קעגן דער גאט היפאטעז זענען ענדלאז און די מענטשהייט טענה'ט זיך שוין איבער דעם אהין און צוריק פאר 3000 יאר, אן קיין ענדגילטיגע מסקנות. דא זוך איך נישט אריינצוגיין אין די טיפענישן פון אט די ארגומענטן, נאר איך וויל אראפקלאפן דעם פרימיטיווסטן שטאפל פון אט די ארגומענטן וואס טעאיסטן ברענגן ארויף, כמעט אויטאמאטיש, ווען אימער עס ווערט דערמאנט אז סייענס האט נאך נישט, און קען מסתם נישט, אלעס ערקלערן. די אומסאפיסטיקירטע און אויטאמאטישע אסאציאציע אז אומערקלערטע ערשיינונגען ווייזן בהכרח אויף א באשעפער, ווערט איבערגעפלאפלט און נאכגעזאגט ווי א וואונדער־לחש וואס איז א מכה־בפטיש קעגן אטעאיסטן, אנטבלויזט זיי אלס נארישע מלופים־קינדער און לאזט זיי הענגן מיטן צונג ארויס. דא האבן מיר געוויזן אז עס איז גארנישט אזוי לייכט און פשוט.

צי זענען פאראן בעסערע און מער סאפיסטיקירטע ארגומענטן פאר גאט'ס עקזיסטענץ? זיכער. אבער ערשט דארפן מיר זיך באציען צו אן ערשיינונג וועמענ'ס עקזיסטענץ איז בכלל נישט אונטער א פראגע־צייכן און וועלכע האט א פיל שטערקערע השפעה איבער אונזער לעבן ווי דער אבסטראקטער מושג פון גאט – דהיינו, אידישקייט. אידישקייט איז א רעליגיע, טראדיציע, וועג פון לעבן, און וועלטבאנעם וואס האט זיך אנטוויקלט איבער טויזנטער יארן און וואס האט דיקטירט און רעגירט דאס לעבן פון אונזער פאלק אויף אן אומפארגלייכליכן פארנעם. איז נישט מער ווי רעכט אז מיר זאלן אים אפגעבן זיין פארדינטן פלאץ אין אונזער סעריע און אים אויסשטעלן און אונטערווארפן צו קריטישע אנאליז. דאס, אינעם קומענדיגן טייל און אין די קומענדיגע ארטיקלען פון דער סעריע.​
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top