- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 298
- רעאקציע ראטע
- 1,493
סאטמערע בית מדרש אויף סאוט אכט נאך מעריב. א גרופע יונגעלייט זאמלען זיך ארום א טיש, טרינקען קאווע און טיי און דעבאטירן א שאלה ארויפגעברענגט דורך מנשה פליישמאן, אן ערנסטע סאטמערע יונגערמאן, א שטארקע קנאי, פארמאגט א שיעור תמידי אין ויואל משה, גייט מיט א רעשוואלקע פרייטאג צונאכטס אפילו טיף אינמיטן זומער זאל עס זיין הונדערט גראד, באנוצט זיך מיט א משומר טעלעפאן, עסט נאר התאחדות הכשר, האט אפי׳ אויפגעהערט עסן וואלאווע ווייל זיי האבן געגעבן א הכשר פאר די פלייש סעקשאן אין ראזמערי. זיין טענה, אז ער אידענטיפיצירט זיך אלס א גוי, כאטש ער לעבט ווי א פרומער אינגערמאן. די דיסקוסיע ווערט געפירט דורך רבי משולם ווייס, די דעבאטע הייבט זיך אן מיט מנשה׳ס ארגומענט.
מנשה פליישמאן: איך לעב ווי א היימישע חסידישע סאטמערע אינגערמאן: דאווען דריי מאל א טאג מיט מנין, איך האלט שבת מיט אלע חומרות, איך עס נאר התאחדות, איך לערן ויואל משה, איך גיי מיט די רעשוואלקע אפי׳ אין הונדערט גראד אין זומער, און איך האב אפי׳ אויפגעהערט עסן וואלאווע צוליב זייער הכשר אויף די פלייש אין ראזמערי גראסערי. אבער אין מיין הארץ פיל איך ווי א פולקאמער גוי. איז אויב איך אידענטיפיציר זיך ווי גוי, איז עס לאגיש אז איך זאל נישט זיין מחויב במצוות ווי א איד, ווייל מיין אינערליכע אידענטיטעט איז נישט אידיש. כאטש איך פיר זיך טאקע אויף ווי א ערליכע איד, איז עס נאר צוליב וואס איך בין אזוי אויפגעוואקסן, אבער דאס איז נישט מיין אמת’דיקער אידענטיטעיט, אין באמת בין איך א ריינע גוי פארכאפט אין א אידישע גוף, אין גאר אלץ א סאטמער׳ער אין עיר הקודש וויליאמסבורג. אין דערפאר זאל מיין געפיל באשטימען מיינע התחייבות׳ער, נישט מיין געבורט.
רבי משולם ווייס: מנשה, דיין ארגומענט איז קלאר, אבער לאמיר דיסקוטירן דאס לאגיש. דו זאגסט אז דיין אינערליכע געפיל ווי א גוי זאל באשטימען דיין חיוב. אבער וואס מאכט דיין אידענטיטעט מער וויכטיג ווי די מציאות פון דיין געבורט? ביי אונז, די חיובים אין מצוות גייען לויט דער פאקט אז דו ביסט געבוירן פון א אידישע מאמע. דיין לעבן – דיין לערנען ויואל משה, דיין רעשוואלקע אפי׳ אין הונדערט גראד, דיין משומר טעלעפאן, דיין התאחדות הכשר, און דיין באשלוס צו אויפהערן עסן וואלאווע צוליב דעם פלייש הכשר – ווייזט אז דו ביסט דער סאמע שענסטע טייל פון עם סגולה. איז עס לאגיש אז דיין געפיל קען אפזאגן די חיובים וואס קומען פון א מציאות?
חזקי׳ הערשקאוויטש: איך שטים מיט רבי משולם. מנשה, דיין געפיל אז דו ביסט א גוי איז א פערזענלעכע מחשבה, אבער די חיובים זענען באזירט אויף פאקטן, נישט אויף וואס יעדער פילט. דו לעבסט אפי׳ ווי שטארקע קנאי: דו לערנעסט ויואל משה, דו גייסט מיט די רעשוואלקע, דו נוצט א משומר טעלעפאן, דו עסט התאחדות, און דו האסט אפי׳ אויפגעהערט עסן וואלאווע צוליב זייער הכשר אויף די פלייש אין ראזמערי וואס איז נישט אויס געהאלטן, אזוי ווי די רבי זאל זיין געזונט האט געזאגט, אז די רבי זכיתו יגן עלינו וואלט דאס ווען קיינמאל נישט צו געלאזט. דאס אלעס זענען הוכחות אז די ביסט א היימישע סאטמערע אינגערמאן וואס משיח וועט ווייזן מיט די פינגער אז די האסט צוגעהאלפן ער זאל קומען. יעצט אויב מיר זאלן לאזן יעדעם׳ס געפילן באשטימען זייער חיוב, וועט קיינער נישט זיין מחויב, ווייל יעדער קען זאגן אז זיי פילן אנדערש. אין דאס קען צוגעברענגן ל״ע צו א חורבן נורא.
פיני פריעד: אבער לאמיר קוקן אויף דעם אנדערש. מנשה זאגט אז זיין אינערליכע אידענטיטעט איז גוי׳יש, יעצט איז אזוי, היינטיגע צייטן, ווען מענטשן קענען אויסוועלן צו לעבן לויט זייער געפילן, איז עס לאגיש אז זיין חיוב זאל זיין באזירט אויף וואס ער פילט, נישט אויף זיין געבורט. ער פירט זיך טאקע ווי א ערליכע סאטמאר׳ער יונגערמאן – לערנט ויואל משה, גייט מיט א רעשוואלקע, עסט נאר התאחדות, וכו׳ – אבער אפשר טוט ער דאס ווי א מענטש וואס האט נישט קיין ברירה, יעצט אויב זיין הארץ איז נישט אידיש, פארוואס זאל ער נישט קענען לעבן וויאזוי ער פילט?
חזקי׳ הערשקאוויטש: פיני, דיין פוינט איז טאקע אינטערעסאנט, אבער ס׳פעלט א לאגישע יסוד. אויב מיר זאגן אז געפילן באשטימען חיובים, ווער וועט באשליסן וואס איז א גילטיגער געפיל? מנשה׳ס לעבן – זיין קנאות, זיין לערנען, זיין רעשוואלקע, זיין התאחדות, זיין סטאפן עסן וואלאווע – ווייזט אז ער איז א ערליכע יונגערמאן אין א עכטע משלני. די חיובים אין מצוות זענען באזירט אויף דער פאקט אז ער איז געבוירן א איד, נישט אויף וואס ער טראכט. ממילה אויב זאלן מיר לאזן געפילן איבערנעמען, וועט כלל ישראל ח״ו נישט קענען האבן קיין קיום רחמנא לצלן.
מנשה פליישמאן: אבער חזקי׳, אויב איך פיל זיך ווי גוי, איז עס נישט לאגיש אז איך זאל קענען לעבן לויט מיין אינערלעכער אידענטיטעט? די סיבה איך פיר זיך אויף ערליך, – איז נאר ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן, אבער איך בין נישט קיין איד, איך שפיר זיך נישט ווי א איד, איך בין א גוי. און ממילה זאל איך נישט זיין מחיוב במצוות.
רבי משולם ווייס: מנשה, לאגיש גערעדט, דיין געפילן זענען טאקע וויכטיג פאר דיר, אבער די חיובים גייען לויט דער מציאות פון דיין געבורט. דו ביסט געבוירן א איד, אין נישט סתם א איד נאר א הייליגע סאטמארע נשמה – דיין לערנען ויואל משה, דיין רעשוואלקע, דיין משומר טעלעפאן, דיין עסן נאר התאחדות, וכו׳ – ווייזט אז דו ביסט א אמת’ע ערליכע איד. אין דערפאר זעהן מיר דיך אלס איינער וואס איז מחויב מיט אלע מצוות התורה, א איד ביסטו א איד בלייבסטו, א סאטמערע׳ר ביסטו אין א סאטמערע׳ר בלייבסטו, אין דאס וואס דו פילסט זיך ווי גוי איז נאר א בלויזער שגעון.
לעצט רעדאגירט: