טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

ספעציעלע קריים שטודיעס זענען געמאכט געווארן אין די לעצטע פאר טעג אין וואשינגטאן די סי.

הערט און שטוינט!

מיט די מיליטער אויף די גאסן, איז קריים אין וואשינגטאן די סי די נידריגסטע אין 30 יאר!

ווי אויך ווערט באריכטעט אז קריים אין די ווייסע הויז איז די העכסטע אין 250 יאר!
וועלכע קריים איז דא אין די ווייסע הויז? קאקעין? א פריוואטער סערווער? א מאניקע לעווינסקי? א פרעזידענט וואס פירט פריוואטע געשעפטן אין אוקריינא?
 
WTF?

ריפארטער: קענסטו יעצט זאגן אז די מארגענדיגע דזשאב ריפארט וועט זיין אמת'דיג?

טראמפ: מ'וועט דארפן זעהן קודם די נאמבערס
 
גארנישט.
טראמפ האט סה"כ באגראבן די חלומות פון די רעכטע אין איזראעל.
 
גארנישט.
טראמפ האט סה"כ באגראבן די חלומות פון די רעכטע אין איזראעל.
א חלום קען מען נישט באגראבן, די חברה ב''ה חלום'ן ווייטער.....
בכלל איז עס נישט נוגע וואס טראמפ זאגט בנוגע די נושא ווען ס'בכלל נישט קלאר צו ס'איז א טובה פאר ישראל צו אנעקסירן יענע טעריטאריעס.
 
נאך אביסל און איך ווער (ח"ו) א טראמפיסט... ;)
G2fcNy4WoAAhame.webp
 
גארנישט.
טראמפ האט סה"כ באגראבן די חלומות פון די רעכטע אין איזראעל.
קאנספיראציע טעאריקער וועלן גאר זאגן אז טראמפ ראטעוועט זיין פריינט ביבי פון די לאפעס פון בן גביר...
ביבי אליינס דארף אויך נישט די קאפ וויי פון פרישע התיישבות אין עזה, וויבאלד אבער ער קען עס נישט זאגן, העלפט אים טראמפ ארויס.
 
קענעדי איז גאר שאקירענד, אבער וואס איז דא אזוי שאקירענד מיט די סטעיטמענט?
 
וואס איז דא אזוי שאקירענד מיט די סטעיטמענט?
אז מען מאכט קלעימס אן קיין עוועדענס. קיין איין סטאדי האט נישט געוויזן אז געמל'טע קינדער באקומען מער אוטיזם, די איינציגסטע סטאדי וואס איז דא, איז זייער א קליינע און א אומקאנטראלירטע, און עס זאגט קלאר אז עס איז נישט קיין זיכערע קאוז נאר א קאראלעשען און קען נישט ווערן אוועקגעשטעלט פאר א פאקט אן קיין געהעריגע קאנטראלירטע סטאדי.
 
לעצט רעדאגירט:

פון די טוויט איז קלאר אז ער נעמט עס נישט אן קאנקלוסיוו און סך הכל שפעקולירט ער. און זאגט אז מ'דארף זעהן צו ס'נישט וועגן טיילענאל....

פארוואס טראכסטו אז ער נעמט עס אן פאר א פאקט?
 
ער זאגט אז עס איז very likely וועגן טיילענאל, אבער דאס אז געמל'טע קינדער באקומען מער אוטיזם זאגט ער אז עס איז קלאר באשטעטיגט דורך סטאדיס ווען עס איז נישט
 
Back
Top