טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

דו רעדסט פון א פאל וואו ס'איז זיך נישט געקומען קיין פארדאן בכלל אדער פון א פאל וואו ס'איז געווען יושר'דיג און בארעכטיגט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דו רעדסט פון א פאל וואו ס'איז זיך נישט געקומען קיין פארדאן בכלל אדער פון א פאל וואו ס'איז געווען יושר'דיג און בארעכטיגט?
מען באצאהלט פאר דעם לאביאיסט וואס האט א צוטריט צו די ריכטיגע לויערס וואס האבען א צוטריט צו די פארדאן אפיס וואס מאכט די רעקאמנדעישן צו דער פרעזידענט מען דארף האבען גרייט א מאה רבוא נאכדעם פאהרט עס.
 
דו רעדסט פון א פאל וואו ס'איז זיך נישט געקומען קיין פארדאן בכלל אדער פון א פאל וואו ס'איז געווען יושר'דיג און בארעכטיגט?
בעיסד אויף וועלכע סטענדערדס? א יעדע פארדאן גייט אנטקעגן די פסק פון א קאורט און א יעדע פארדאן קען מען טרעפן סיבות עס זאל זיין בארעכטיגט. זיך איינהאנדלען "בארעכטיגטע פארדאנס" פאר באצאלט איז גענוג א פארברעכן.
 
אין אנדערע נייעס

1768948973665.webp
 
טראמפ איז עמוק עמוק , ער רעדט אהן אויפהער אבער ער איז מרמז אין זיינע צולאזטע דיבורים אז ער איז שטארק קאוהערענט און אויס גירעכנט, וואס מען כאפט נישט גראד נאר לאחר עיון
יעצט למשל האט ער אריינגערוקט די אישו פון גרינלאנד וואס לכאורה איז עפעס שלא מן הענין, די וועלט איז אהנגיצויגען מיט די אוקריינא-רוסישע מלחמה וואס איז א טרעט פאר גאנץ אייראפע ווייל דער אפעטיט קומט מיט נצחון און מי יימר אז דער רוס וועט זיך נישט דערמאנען צוגיין ווייטער איז וואס האט ער דא אריינגערוקט פרשת גרינלאנד.
נאר טראמפ בויעט זייער פיעל אויף די תעריף׳ס וואס ער האט ארויף געלייגט אויף די אימפאורטס
עס איז א באדייטענדע הכנסה וואס וועט מיט דערצייט דערגרייכען אין די טריליאנען, און מען דארף די געלט פאר דעפענס, האט זיך גימאכט אז ער דארף מורא האבען אז די סופרים קאורט וועט דערקלערן אז ער האט נישט די אויטאריטעט ארויף צולייגען די תעריף׳ס אהן די קאנגרעס, האט ער מחדש געוועהן אז מען דארף גרינלאנד וועגען סעקיוריטי פון לאנד - און פארזיכערן די סעקיוריטי פון לאנד באלאנגט אויס שליסלעך צו דעם פרעזידענט, און כדי איינצונעמען גרינלאנד איז די בעסטע וועג ארויף צולייגען א תעריף אויף די וואס שטערן איהם, ממילא ווערט שוין די תעריף א חלק פון סעקיוריטי, וועט ער מיט דעם פארשטעלן די שופטים פון די סופרים קאורט עס צו נוליפייען, ער ווייסט ווי אזוי צו מאנופולירען .
אין אתה יודע חללה של רשות
 
Back
Top