טראמפ דעליווערט

מאה שערים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
849
רעאקציע ראטע
5,567
פונקטן
923
טראמפ האט געווינען קוים עטליכע חדשים צוריק, אבער דערווייל זעהט מען אז ער דעליווערט אסאך פון זיינע קאמפיין צוזאגונגען, אסאך קאנדידאטן פארגעסן גלייך נאכן געווינען וואס זיי האבן צוגעזאגט, אבער נישט טראמפ, דא וועט מען קענען אויסשמועסן יעדע מאל וואס ער דעליווערט עפעס א קאמפיין צוזאג.

איך גיי נישט יעצט צוריק גיין אלע אכט חדשים, מ'וועט אנהייבן פון יעצט.

לעצטע וואך האט ער דעליווערט אויף זיין צוזאג אהיימצוברענגען די משכונות פון עזה, דאס איז גאר א שטארקע געווינס וואס ווערט אויסגעלויבט איבעראל, נאכדעם וואס ס'איז געווען אזוי פראטעסטן איבער די נושא, ער האט אהיימגעברענגט די משכונות און אפגעשטעלט די מלחמות, דעליווערנדיג שלום פאר די וועלט מיט דעם וואס ער האט צוגעזאגט אז ער גייט ברענגען פיעס טרו סטרעינגט.
 
היינט איז געקומען נאך א שטארקע דעליווערי, א זאך וואס דערפרייט מיר דאס הארץ האבנדיג א שטיקל געפיל פאר די נושא, דאס איז טראמפס ארבעט צו העלפן מיט אינפערטיליטי טריעטמענטס, ער האט היינט אונטערגעשריבן עטליכע עקזעקעטיוו ארדערס וועגן דעם, ארבעטנדיג צו מאכן ביליגער איי ווי עף, דאס קומט נאכדעם וואס געוויסע נייעס אוטעלעטס האבן געהאט געשריבן אז טראמפ האט זיך אפגעלאזט פון דעם, למעשה שטעלט זיך ארויס אז ביי טראמפ איז א קאמפיין צוזאגן א קאמפיין צוזאגן און ער געבט נישט אויף דערויף.
 
ווארטסט נאך אויף שלום און רוסלאנד אויכעט?
יא איך ווארט ביים קארנער מיט א שירעם...

איך האב נאך אלס א האפענונג אז ס'זאל זיך רוקן דארט עפעס לטובה, איך זע אז טראמפ טרייט, אבער דערווייל קוקט נישט אויס ווי דער פוטין האלט ביי עפעס.

דאס איז איין פלאץ וואס קוקט אויס אז טראמפ איז אינגאנצן סטאק, פוטין ווייסט וויאזוי צו שפילן די געים מיט אים.

אבער איך האף נאך אלס אז טראמפ זאל זיך כאפן ביים קאפ, אז פוטין מאכט פורים פון אים, און דאן וועט ער שוין מאכן סדר, ווען ער וויל קען ער.
 
רעדנדע פון אפשטעלן מלחמות, קומט ווענוזועלא שטארק ארויף אויף די ליסטע

קאמבאדיא און טיילאנד זענען שטארקע צוויי'ס און דריי'ס
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יא איך ווארט ביים קארנער מיט א שירעם...

איך האב נאך אלס א האפענונג אז ס'זאל זיך רוקן דארט עפעס לטובה, איך זע אז טראמפ טרייט,
אינטערסאנט איך זעה עפעס נישט גוט לעצטנס. וואו האט ער געטרייט? א דרשה אין אלאסקא?
אבער דערווייל קוקט נישט אויס ווי דער פוטין האלט ביי עפעס.

דאס איז איין פלאץ וואס קוקט אויס אז טראמפ איז אינגאנצן סטאק, פוטין ווייסט וויאזוי צו שפילן די געים מיט אים.
ער איז נאך קיינמאל נישט ארויסגעפארן קען ער נישט ווערן סטאק, ער הייבט נישט אן צו וויסן וויאזוי מ'רעדט ווען ער ווייסט וואלט ער נישט געזאגט פאר זעלענסקי וועגן האלטן קארדס נאר צו קושן און לעקן פוטין אונטער זיין דיכט.

ווען ער ווייסט וואלט ער נישט געזאגט נאך א שעה אהאלב שמועס צו פוטין you know? Maybe I need to let you did fight for a while. כ'ווייס שוין נישט וואס צו טוהן מיט דיר.... אה און דו האסט אים געגלייבט אויף זיין נאמנות אז ער גייט עפעס ניגאושיעיטן מיט אים וואס מאכט סענס?;
אבער איך האף נאך אלס אז טראמפ זאל זיך כאפן ביים קאפ, אז פוטין מאכט פורים פון אים, און דאן וועט ער שוין מאכן סדר, ווען ער וויל קען ער.
Wishful thinking (סארי) סליחה ביזט מיאוס פארנארט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דו טשוזט א גאנצע צייט צו פארקוקן ווי ס'געלונגט אים יא, און דו ערווארסט אז איך זאך דווקא פאקוסן אויף די פלעצער ווי ס'געלונגט נישט.

די מלחמה נומבער איינס אין די וועלט וואס האט געמאכט די מערסטע נויז, האט ער באוויזן אפצושטעלן, און ער האט אהיימגעברענגט אלע משכונות, דאס איז א קונץ וואס כמעט קיינער האט נישט געקענט פארזעהן, (איך יא, ווייל איך ווייס דאך יא אז אונזער גרויסן קעניג האט איבערמענטשליכע כוחות...) דאס איז ביי דיר גארנישט, מ'קען שוין אינגאנצן אוועק קוקן, לאמיר נישט רעדן פון דעם... ס'איז דיר אומבאקוועם צו אדמיטן אז טראמפ קען יא עפעס.

סאו דו ווילסט בעסער פאקוסן אויף עפעס וואס ארבעט זיך נישט אויס

איך פארשטיי דיר

אבער פארוואס פארשטייסטו נישט מיר ווען איך טו די זעלבע זאך נאר פארקערט, איך פאקוס יא אויף ארץ ישראל און ווייניגער אויף אוקראינע, וואס זעמער אונז אנדערש?

איך האף נאך אלס אין די טיפעניש פון מיין הארץ אז טראמפ זאל יא באווייזן צו ברענגען א שלום אין אוקראינע, אבער דערווייל קוקט מיר אויס ווי ער הענדלט עס נישט גוט.
 
עס איז קלאהר אז רוסלאנד איז ידו על העליונה ער האט גיוואונען די מלחמה און מען דארף די קריג אפשטעלן ווייל ווי לענגער עס שלעפט זיך ווערט דער רוס שטערקער, אזוי איז די מציאות,
איירופא איז נישט גרייט פאר א מלחמה מיט דעם רוס,אמריקא אויך נישט ,זעלענסקי דארך בוחר זיין רע במיעוטו און דערקלערן שלום
 
ער ארבעט זייער שטארק אין אוקריינא. איך זעה נישט וואס ער קען טוהן בעסער ווי ער טוהט. דאס אז ער האט נאכנישט מצליח געווען איז נישט קיין ראי' אז ער הענדלט עס נישט גוט. לאמיר זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן.
 
Back
Top