דאס איז נאר געווען א מילתא דבידחותא, ס'איז דא אזויפיל צו קאווערן פון די לעצטע וואך צוויי...
גארסיע
די פראטעסטן אלל אווער די קאנטרי
ראיאטן
ICE ארעסטן
כאפן קרבנות פון
געריכט הייזער אין די טאג פון זייער הירינג אויפן וועג ארויס פון זייערע הירינגס, דאס פאסירט איבערן לאנד.
אפאר ארגאנעזאציע'ס וואס האבן זיך געשאפן פון וואלונטירן כמו שמירה צו פארטרייבן ICE פון זייערע אימיגראנטן קאמיוניטי'ס פאר זיי פרובירן אפילו, און כאפן קליפס און זיי צוריק הערעסן, און אינפארמירן אימיגראנטן איבער ICE זיי גייען ביי ICE Watch.
גנבות - פארשטייט זיך בי על עם און ביידן און יעדער איז שולדיג
טראמפ ארדערט די נאצינאלע גארד קיין לאס אדזשעלעס
30 דזשורנאליסטן זענען דוקא געצילט געווארן און געשאסן געווארן, לינקע רעכטע, וכל מילי דמיטב...
אין אלע אלע סטעיטס זענען דא No king protests קעגן די פאשיזם און אליגארכיע וואס קומט פאר אין וואשינגטאן
סטיוון מיללערַ, די דירעקטאר פון אייס האט פארארדערט זיין אגענטור אויסצוקומען מיט 3000 קאפצאל פון אומדאקומענטירטע קרימינאלן א טאג. ס'ווערט געזוכט משוגעים פון ווענוזעלע, יעדע קאפצאל מצטרף!! זייט נישט קיין צועק לשעבר.
מיללער, א ווייסע נאצינאליסט האט א לאנגע שטינק רעקארד, ער גלייבט די אלע קאנספיראציעס ווי די great replacement theory און האט אסאך רעקארד אויף די אינטערנעט פון רעקאמענדירן camp of the saints א פראנצויזישע נאוול גאר באליבט ביי ווייסע נאצינאליסטן, ער איז טייט מיט Richard Spencer א באוויסטע ראסיסט וואס האט געהאלפן אנפירן שארלאטסוויל, און שטיצט כסדר far right nationalist אנליין אויסגאבעס.
Alex Padilla א קאליפארניע סענעטאר איז מיט געוואלד געווארן ארויסגעווארפן פון א פרעסע קאנפערענץ מיט די דיפארטמענט אף האומלענד סעקיוריטי קריסטי נועם פארן אריינזינגען דארט מיט שווערע טרעפליכע שאלות בנוגע די רשעות וואס ICE טוט אפ די טעג
און רעדנדיג פון דעם האט טראמפ געלאזט וויסן אינמיטן די אומרוען אז ווער עס וועט טראגן א מאסקע צו פארדעקן זייער פנים וועט מען נישט טאלערירן, און בחרפותו זענען ארומגעפלויגן צענדליגע בילדער פון ICE agents וואס זענען פארמאסקירט צוליב אומבאקאנטע סיבות...
טראמפ האט שוין געזאגט אין מאי, אז ער וויל אפשטעלן אלע וויזע'ס פון די כינעזע סטודענטן וואס האבן עפלייט אהערצוקומען פאר די נעקסטע סעמעסטער. אלעס וויל ער ריוואוקן ווייל כינע סטודענטן, זיי זענען די צרה, נישט ביליאנערן, נאר די אומשולדיגע 18 יעריגע מעדיקל עקזאמינער סטודענט אין דזשאנס האפקינס!!
הערסטו די לאנד איז א טאטאלע פאליס סטעיט און עפעס איין אינטעליגענט און איינער אפיקורס רעדט יעדע שטיק צייט פון די רעכטע און די טראמפיסטן הערט מען נישט קיין הויעך ווארט וואס מאכט סענס...
אחרון אחרון חביב זאהראן מאמדאני איז א שגץ פארן נישט וועלן פארן קיין ארץ ישראל ווי קאומאו וואס פליט כאטש איינמאל א חודש...