תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

א ארטס און קרעפטס פון באבוב בארא פארק.
ברוך השם די קליינע קינדער ווערן נישט נכשל מיט א געמאלן בילד פון א פרוי.

1000402774.jpg


מערקט אז די עצם גוף איז מותר, נאר די חלק וואס איז די מערסטע נישט צניעות און אויפגעדעקט (די פנים) דארף ווערן פארמעקט.
 
א ארטס און קרעפטס פון באבוב בארא פארק.
ברוך השם די קליינע קינדער ווערן נישט נכשל מיט א געמאלן בילד פון א פרוי.

View attachment 5285

מערקט אז די עצם גוף איז מותר, נאר די חלק וואס איז די מערסטע נישט צניעות און אויפגעדעקט (די פנים) דארף ווערן פארמעקט.
ווען ס'איז דא קוגל ווער דארף דען פרויען? :p

(ספוילער: איך בין לעצטנס אביסל אבסעסד מיט קוגל (און קאנסטיטוציעס.. ) )
 
איינער מיט א PDF פונעם אריגינעלען וועקער ארטיקל איבער הדפסת תמונת נשים זאל ביטע ארויפלייגן
 
א ארטס און קרעפטס פון באבוב בארא פארק.
ברוך השם די קליינע קינדער ווערן נישט נכשל מיט א געמאלן בילד פון א פרוי.

View attachment 5285

מערקט אז די עצם גוף איז מותר, נאר די חלק וואס איז די מערסטע נישט צניעות און אויפגעדעקט (די פנים) דארף ווערן פארמעקט.
מ'ברויך דן זיין וואס איז הייסער די קיגל אדער די פרוי...
 
דאס איז נישט תמונת נשים, דאס איז תגלחת נשים.
די ארטיקל פון תמונת נשים האט @מי אני געשריבן, מען דארף אים בעטן ער זאל ער עס ארויפלייגן.
 
לגבי דעם געדאנק אז הסתכלות באדייט א פארעם פון עיון אין א פרוי׳ס פיִטשערס אא״וו, איז מיר נולד געווארן אן אינטרעסאנטע שאלה. והיינו, דר. האנס מאַיס און אנדערע, וועלכע זענען פילאזאפן אין אעסטעטיקס, טוהן דורך וואו פּארנאגראפיע טוהט אינטערסעקטן און קען זיין אַרט. איך לשלעצמי גלייב אז עס קען יא זיין אַרט. לדוגמא, וואו מ׳קען זעהן וואו דער פאטאגרעפער צי דירעקטאר/סינעמעטאגרעפער שטעלט אויס די שאט אז עס זאל זיין סימעטריש וכדומה, וואס מ׳קען דערקענען איז נישט אלס אך ורק נאר ארויסצוברענגען די תאווה ביים צושויער. ביי אפשאצן אַרט בכלל איז די געדאנק פון וויאזוי דער אומן ברענגט ארויס די סדר בתוך סתם פענאמענא, וכמו״כ הכי.

ער שרייבט אז די געדאנק קען זיין ווייל מ׳קען טענה׳ן אז די מטרה פון פארנאגראפיע און איר מטרה איז במהותה מנוגד צו וואס די מטרה פון אַרט איז. מיינענדיג, אז די געדאנק פון אַרט איז אז דער אומן ברענגט טאקע ארויס די סדר דערפון אבער עס איז אויף א וועג צו עבּסטרעקטן די געדאנק דערפון (ועיין כאן). אין אנדערע ווערטער, אַרטיסטיק וועליוּ במהותה, איז דאס אפשאצונג פון די יופי פון א זאך באשר היא יפה און פארוואס דאס איז שיין. דאס איז דאך א ריין שכליות'דיגע זאך, וואס דערפאר איז אעסטעטיקס טאקע א פעלד בתוך פילאזאפיע. (כמובן איז אט די אפשאצונג פון יופי בהכרח מקושר צו די הגבלות פונעם מענטש מיט דאס וואס ווערט גערעכענט ווי "שיין" פאר'ן מין האדם מכח דעם וויאזוי ער האט זיך עוואלווד. לדוגמא, אין דעם וואס סימעטריס זענען שיין פאר אים וויבאלד דאס האט געצייגט צו (רעפּראדאָקטיוו) פיטנעס וכדומה.) דאס איז דאס פארקערטע פון די מטרה פון פּארנאגראפיע, וואו די מטרה איז דייקא פארקערט: אָנצורייצן די קארנאל אינסטינקטן פונעם מענטש לתאוות הזדווגות אל הנקיבה.

דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז וואס גייט זיין די דין להלכה ווען איינער איז זיך מסתכל אויף א פּארנאגראפישע בילד, אבער נאר מכח דאס אפשאצן די ארטיסטישע וועליוּ דערפון: די סימעטריס, וויאזוי און פארוואס דער אומן האט אוסגעשטעלט די שׁאַט אא"וו? והיינו, ווייל אין אזא פאל איז ער דאך נישט עסוק אין די עראטישע חלק דערפון, נאר איידער אין די שכל'דיגע אַרטיסטישע חלק דערפון. אין אזא פאל איז מעגליך, איראניש, חל דער רמב"ם'ס באקאנטע מימרא (הל' איסורי ביאה פכ"ב הכ"א) אז אין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה, און דא איז ער דאך עסוק בחכמה (והא ראיה אז לכאורה אין אזא פאל קומט ער נישט צו לקישוי אבר); עס איז אזא סארט בעבידתיה טריד (ועיין באבה"ע סימן כג סעיף ג). דאס איז לכאורה די געדאנק אז מ'האט געהאט געדרוקט ספרים מיט עראטישע שער בלעטער, זייענדיג אז די געדאנק דערפון איז געווען פון א ריין אעסטעטישע וועליוּ און נישט אַן עראטישע, ועיין במה שהבאתי כאן וכאן.

דאס ווערט טאקע ארוסגעברענגט אין א סצענע אין די אין די באקאנטע בּאָראַט פילם. דארט זעהט מען ווי דער בּאָראַט כאראקטער איז זיך מאונן פארענט פון לאַנדזשערעי מאנעקינס, בשעת ארומיגע מענטשן וועלכע באאבאכטן דאס לאכן פון אים. די זעלבע וואלט געווען ווען ער רייבט זיך אזוי פארענט פון גרויסע וויקטאריע'ס סיקרעט פּאָסטערס וכדומה וועלכע הענגן ברבים. מ'קען טענה'ן אז דאס וואס דאס איז הומעראס איז לכאורה ל"ד וויבאלד עס איז ברבים, נאר אויך דאס אז (ער מאכט זיך ווי) ער נוצט די סארט זאכן פאר סעקשואלע הנאה. דאס איז בעצם די סברא פונעם לבוש ארויסגעברענגט אינעם תשובה אז עס איז דא די געדאנק פון קאקי חיוורי דערביי, וואו ווי מער געוואוינט מ'ווערט צו פרויען און סעקשואלע קיוס, אלס ווייניגער איז דאס אַן עראטישע קיו פאר'ן מענטש. וה"ה בזה: זייענדיג אז אט די פּאָסטערס, פון וואס זענען בעצם PG-13 פּאָרן, זענען אזוי נפוץ אינעם קולטור, איז עס אויפפאלענד ווען דאס ווערט פארעכענט ווי עפעס וואס דארף אנרייצן די מענטש אין א סעקשואלע אופן, הגם אז, איראניש, איז די מטרה דערפון מעיקרא טאקע צוציהען דעם מענטש'ס אויג מחמת דאס סעקשואלע עטרעקטיוונעס דערפון. ועוד, אז עס איז דאך פארהאן אין סאציאלאגיע די קאנטענט פּראגרעשאן טעזע וועלכעס לויטעט אז ווי מער דער מענטש איז רגיל בראיות עריות, אלס מער עקסטרעם דארף ער דאס צו ווערן אנגערייצט אין א סעקשואלן אופן, און אונזער תקופה איז מלא וגדוש מזה.

איז עכ"פ די שאלה דערביי צי אין א פאל וואו די מטרה פון די בילד איז לשם עראטיקע ולעורר תאווה, ווען מ'קוקט דאס (באמת) "להתלמד" פאר די אַרטיסטיק וועליוּ דערפון, צי איז דאס א הלכה'דיגע פראבלעם צי נישט? פון איין זייט זייענדיג אז די עיקר מטרה דערפון איז לשם חשק ותאווה איז עס אסור (ועיין באו"ח סימן שז סעיף טז), ובפרט אז מאן יימר אז ער וועט נישט ווערן אטאמאטיש אנגערייצט דערפון (בהיפנות שכלו מכחמה זו)? אבער מאידך גיסא איז זיין אינדיווידואלע מטרה דא לגמרי נישט לזה און ער ליגט גאר אין חכמה ושכל בשעת מעשה.

אגב, אין די שיעור רעדט הרה״ג ר׳ יהונתן מארטאן ארום איבער תנ״ך׳ס און חז״ל׳ס עפּרישיעישאן פון אעסטעטיקס ואפילו לגבי יופי האשה. (ועיין לעיל ווי מס' סוטה קען פאררעכענט ווערן ווי פּארנאגראפיע.)

אגב, די אקאדעמישע בוך איבער אַרט און/אין פּארנאגראפיע הייבט זיך אָן מיט די הקדמה:
IMG_0120.webp

:D
עס דערמאנט פון דעם.
 
לעצט רעדאגירט:
איז עכ"פ די שאלה דערביי צי אין א פאל וואו די מטרה פון די בילד איז לשם עראטיקע ולעורר תאווה, ווען מ'קוקט דאס (באמת) "להתלמד" פאר די אַרטיסטיק וועליוּ דערפון, צי איז דאס א הלכה'דיגע פראבלעם צי נישט? פון איין זייט זייענדיג אז די עיקר מטרה דערפון איז לשם חשק ותאווה איז עס אסור (ועיין באו"ח סימן שז סעיף טז), ובפרט אז מאן יימר אז ער וועט נישט ווערן אטאמאטיש אנגערייצט דערפון (בהיפנות שכלו מכחמה זו)? אבער מאידך גיסא איז זיין אינדיווידואלע מטרה דא לגמרי נישט לזה און ער ליגט גאר אין חכמה ושכל בשעת מעשה.
איך האב געטראכט ענליך ביים וואטשן די נעטפליקס סטענדאָפּ רוטין "get on your knees" (א אידינע בד"וו, איר מאמע איז אידיש).

איך האב עס זייער ענזשויט הגם סאיז זייער 'שמוציג' און ווייט נישט אזוי פֿאָני ווי אנדערע. אבער ס'איז ריינע פּאָעטרי געווען אין מיינע אויגן, ווי אויך טיפע סאָושעל קאַמענטערי.
 
IMG-20250818-WA0022.webp

IMG-20250818-WA0023.webp

IMG-20250818-WA0024.webp

IMG-20250818-WA0025.webp


***

איך האב געטראכט ענליך ביים וואטשן די נעטפליקס סטענדאָפּ רוטין "get on your knees" (א אידינע בד"וו, איר מאמע איז אידיש).

איך האב עס זייער ענזשויט הגם סאיז זייער 'שמוציג' און ווייט נישט אזוי פֿאָני ווי אנדערע. אבער ס'איז ריינע פּאָעטרי געווען אין מיינע אויגן, ווי אויך טיפע סאָושעל קאַמענטערי.
מ'זעהט אַן ענליכע געדאנק ווי עס איז דא אין אקאדעמיע (סאציאלאגיע וכו') פּאָרן שטודיעס (און אַן אקאדעמישע דזשורנאל מיט די נאמען) וואס שטודירט די פענאמענאן פון פּאָרנאגראפיע און אירע עפעקטס אויף סאָסייעטי און מענטשן אא"וו. כמובן איז דאס נישט עראַוּסינג בכלל און נישט נגדר אזוי ווי פּאָרנאגראפיע אליינס; עס איז נאר "איבער און וועגן" פּאָרנאגראפיע ודברי חשק. די שאלה איז וואו עס איז טאקע באמת פּאָרנאגראפיע און איז געמאכט לשם עראַוּסעל, אבער זיין צוגאנג דערצו איז מער אקאדעמיש, צי פאר סאציאלאגיע צי פאר אַרט, צי עס ווערט נגדר להלכה וואו "ער וואטשט פּאָרנאגראפיע" אדער נישט?

***

אין די ארטיקל פון א באהאלטענע אפיקורוס ברענגט דער שרייבער גאר שטארק און גוט ארויס די טענות קעגן די וועג וויאזוי אונזער געמיינדע באגייט זיך צו סעקשואלע ענינים און באטראכט דאס, און די נעגאטיווע קאנסעקווענצן דערפון פון די דגוש אויף קדושה און די "סכנה" פון די "פרוי". דאס האט מיר אבער געמאכט טראכטן אַן אינטרעסאנטע געדאנק. איבער די וועלט, אין (כמעט אלע) פארגעשריטענע לענדער, טוהט די פערטיליטי ראטע פאלן (לע"ע) זייט די 1970'ס שנעלער ווי ערווארטעט און איז אונטער די ריפּלעיסמענט רעיט פון 2.1, וועלכעס פעהלט אויס אז די סומע מענטשן פון איין דור צום נעקסטן זאל נישט ווערן ווייניגער. און ווי אינטעלעקטשואלן (אפילו ליבעראלע) ברענגן ארויס, איז דאס א שטארקע פראבלעם פאר'ן מין האדם און דאס געזעלשאפט אויף כדי צו אָנהאלטן איר אינפראסטרוקטור און ווייטערדיגע פּראגרעס (רעגירונגען פרובירן צו שטיצן אז מ'זאל האבן מער קינדער, אבער (דערווייל) אָן גרויס ערפאלג). דאס אלעס איז בנוסף צום פראבלעם אז די ספּערם סעלס אין די זרע פון זכרים ווערט ווייניגער. די אקאדעמיקער פאזיטירן אז די סיבה דערצו איז די עמפאסיס מ'האט גענומען לייגן פון יענע תקופה אין די 1970'ס (מיט די סעקשואלע רעוואלוציע והמסתעף) מער און אויף זיך זעלבסט און דאס אייגענע סעלף-אקטשועליזעישאן (אַן ענליכע סיבה וואס די אקאדעמיקער פּאזיטירן טוהט שטערן דאס פארהייראטע לעבן צווישן מענער און פרויען היינט-צו-טאג). דר. ראַן לעסטעיג טענה'ט אז דאס איז טאקע צוליב דעם וואס פרויען האבן פון דעמאלטס אנגעהויבן באקומען מער עדוקעישאן און זעלבסטשטענדיגקייט. אין סומע, די העכערע סטאנדארט פון לעבן על הכלל. דאס קען געבן א נייעם באדייט צו (מגילה לא ע״ב) בנין נערים סתירה. והיינו, דאס וואס די אינגערע דור בויט עפ״י התפתחות וכו׳, קען גורם זיין א סתירה צו דעם אז עס זאלן געבוירן ווערן נאך ״נערים״.

ווי דער אויף רעדיט ברענגט ארויס:
It's an interesting step in natural selection that we are living through. After billions of years of evolution, for the very first time in human history, we are observing a voluntary extinction of otherwise successful lineages that survived the most trying of times, environments, and circumstances. It's like mother nature is going back to test the most unexpected of test cases: "but can you survive the times when nearly all of your needs are met, and finding someone to make new life with is easier than it's ever been in the history of life?", and suddenly the answer for nearly half of the population within just a single generation is "No". An entire order of magnitude more people will voluntarily cease to exist this century with nothing left behind, than the deadliest plague claimed​
דר. ניאל פערגוסאן שרייבט נאך מער אז דאס אלעס קען ווייטער גיין אין איינקלאנג מיט דעם אז פון די תקופה פון די 1960׳ס-1970׳ס האט סעקולאריזם אנגעהויבן אויפשטייגן און רעליגיע ווערן שוואכער. (הגם אז אין איראן איז די רעיט אויך ווייניגער ווי 2.1; אזוי ווי עס גוי׳אישט זיך אזוי אידיש׳ט/איסלאמיש׳ט זיך.)

עכ״פ אויב באטראכט מען די המשכת מין האדם ווי אַן אקטיווע פּאזיטיווע וועליוּ, ברענגט דאס ארויס די געדאנק דערין פונעם זיין בין הפטיש לסדן בזה: פון איין זייט וויל מען א קאנסערוואטיווע מהלך פון שטארקן רעליגיע והמסתעף, וועלכעס לייגט א דגוש אויפ׳ן זיך מוטשען וכו׳ מיט׳ן האבן און אויפציהען קינדער, און ווי דאס איז די סאמע עיקר העיקרים און די סיבה פון בכלל האבן יחסים בין איש ואשה (וכעין ווי ביי בע״ח). אבער פון די אנדערע זייט קומט דאס (מעגליך בהכרח) מיט מיט א פארמינערטע שטאנד פאר פרויען (וקצת כעין ווי מ׳זעהט ביי אסאך בע״ח חוץ הייאיִנאַס, אבל עיין ערך פּריימעט סאָשיעליטי וואו עס איז נישט אזוי פשוט) און די דגוש אויף ״קדושה״ וכו׳ מיט אירע נעגאטיווע קאנסעקווענצן. (מאידך גיסא דארף ארויסגעברענגט ווערן אז א חלק פון דעם אז די רעיט פאלט, איז ווייל מ׳געבט מער אפבאכט אז א קינד זאל נישט געבוירן ווערן בטעות. ובכלל האט מען ווייניגער סעקס ווי אמאל; וועלכעס קען זיין וועגן סאָשׁעל מידיאַ.) עס איז אויך מן הראוי לציין אז דאס׳ן נישט האבן קינדער און א המשכת הדור אויף ווייטער, וואס א חלק פונעם פארמינערונג פונעם פערטיליטי רעיט איז ווייל אסאך האבן נישט קיין קינדער בכלל, קען האבן נעגאטיווע פסיכאלאגישע קאנסעקווענצן עפ״י עריקסאן׳ס סטעידזשעס פון סייקאָסאָשעל דעוועלאפּמענט פונעם מענטש.

כמובן, טאמער האלט מען אז המשכת המין איז ל״ד א דבר טוב (ועיין ערך אנטינעטעליזם), און/אדער אז די וועלט איז א שלעכטע פלאץ, דאן קען דאס אלעס זיין א דבר טוב. ואחרי ככלות הכל, לבדו ימלוך נורא (דאס שטימט מיט דעם וואס דר. זאב האַרוויִ טענה׳ט אז ר׳ שלמה אבן גבירול האט פארפאסט דעם פיוט אדון עולם. און פּראפעסאר פּיטער קוֺיל זאגט אז אבן גבירול האט אין זיינע פיוטים גע׳עצה׳ט נישט צו האבן קינדער…). ועיין במש"כ כאן וואו די חיוב פריה ורביה שקבעו חז"ל איז בעצם די פערטיליטי ריפּלעיסמענט רעיט, און וואו זיי זענען מעגליך געווען באוואוסטזיניג צו דעם צד אז המשכת המין איז ל״ד א דבר טוב. ואולי איז דאס א סיבה פארוואס (א חלק פון) חז״ל זענען געווען קעגן לימוד פילאזאפיע: וויבאלד דעמאלטס קומט מען צו צו דעם יוסיף מכאוב און די אנערקענונג אז די וועלט איז א שלעכטע פלאץ, וועלכעס ברענגט צו א נייהיליסטישע עטיטוד כזה. דאס אלעס דערמאנט פון אַלפאָנסאָ קוּאַראָן׳ס קינדער פון מענטשן פילם.

אגב, אין זיין ארטיקל דא ברענגט ער גאר גוט ארויס ווי עס איז שייך צו מאכן די סארט לומדי׳שע דיונים פון די ראשונים ואחרונים אויף די תלמוד, פונקט אזוי אויף עני ליטעראטורישע ווערק; כגון הערי פּאַטער. כמובן, אז ער איז גערעכט דערמיט. די שאלה איז אבער נישט צי מ׳קען נישט מאכן די סארט דיונים אויף אנדערע ווערק, נאר פארוואס מ׳מאכט טאקע נישט? און אויף דעם איז די תשובה וויבאלד דאס האט מען פארהייליגט, ווייל עס איז אונזער טראדיציע, און דאס נישט. און אט דאס וואס אונז האבן דאס פארהייליגט, געבט דאס איר סמכות ותוקף צו זיין די בסיס פאר די סארט דיונים; דאס איז וואס מאכט דאס ״הייליג״.


דר. ישי קיעל שרייבט לגבי וויאזוי חז״ל, ובפרט חכמי הבבלי, האבן באטראכט די פרוי ובנוגע יחסיה לבעלה (לפי די ארומיגע קולטוראלע קאנטעקסט בימיהם):
0ac16e5b-9c1c-4336-9a5e-ef636f7fe2d1.webp

והגם מ׳קען טאקע טענה׳ן אז דאס פּאַסט נישט צו צום מאדערנעם עפאכע און יצא שכרה בהפסידה (ובפרט וואו די ארומיגע קולטור און אירע נארמעס זענען גענצליך אנדערש), דערמאנט דאס אבער פון דאס וואס דער כאראקטער סאַרדזשענט בּרעד קאלבּערט ענטפערט סארקאסטיש, אינעם מיניסיריס דזשענערעישאן קיל, צו זיין חבר ווען יענער מאכט חוזק פון אים:
I was one of those unfortunates adopted by upper middle-class professionals and nurtured in an environment of learning, art and a socio-religious culture steeped in more than 2000 years of Talmudic tradition. Not everyone is lucky enough to have been raised in a whiskey tango trailer park by a bow-legged female whose sole qualification for motherhood is a womb that happened to catch a sperm of a passing truck driver​
הגם אבער אז דארט איז משמע אז זיי זענען געווען רעפארם און טאקע אָפּדעיטעד די מהלך. (ווי אויך רירט דאס אָן אויפ׳ן אויבנדערמאנטן געדאנק פון הריון בטעות.)
 
לעצט רעדאגירט:
דא טוהט הרה״ג ר׳ צבי יהונתן מארטאן אויף אז דאס וואס חז״ל האבן מחייב געווען א פר העלם דבר של ציבור ווען בי״ד מאכט א הוראה בטעות און די פאלק פאלגט דאס, איז נישט צו מכפר זיין אויף בי״ד אדער אויפ׳ן פאלק אויף די ספּעציפישע עבירה אויף וועלכעס זיי האבן עובר געווען. די כפרה דערפון איז אז דורך דעם וואס בי״ד האט ארויסגעגעבן אזא הוראה און די פאלק האט מסכים געווען דערצו און דאס מקבל געווען, קומט אויס אז דורך דעם האט מען ממש געטוישט די קאנסטיטושען פון די תורה אין דעם. און אט אויף דעם דארפן זיי ברענגן א כפרה: אז זיי האבן געמאכט די געזעץ פון די תורה אויס ״געזעץ״ דורך הסכמת העם.

***

הרב דר. מלך שפירא שרייבט לגבי וואטשן מאוויס:
R. Shlomo Aviner recently published a book titled Pesikah ke-Halakhah. It consists of “strange pesakim” by unnamed rabbis, and R. Aviner’s response. On p. 169 the “strange pesak” he records is that someone who goes to movies should do so in another city, not where he lives, and replace his black kippah with a kippah serugah. This “pesak” is obviously based on Moed Katan 17a: “If a person sees that his evil inclination is gaining control over him, then he should go to a place where he is not known. He should wear black, wrap his head in black, and do as his heart desires [in private] and not desecrate the name of Heaven in public”​
דא ברענגט ער צו וואו מ׳האט לעצטענסט געדרוקט א ספר איבער הרה״ג ר׳ דוב יפה מיט א מכתב ברכה פון זיין אלמנה מרת רבקה מיט איר פולע נאמען:
IMG_0476.webp
 
לעצט רעדאגירט:
דא טוהט הרה״ג ר׳ צבי יהונתן מארטאן אויף אז דאס וואס חז״ל האבן מחייב געווען א פר העלם דבר של ציבור ווען בי״ד מאכט א הוראה בטעות און די פאלק פאלגט דאס, איז נישט צו מכפר זיין אויף בי״ד אדער אויפ׳ן פאלק אויף די ספּעציפישע עבירה אויף וועלכעס זיי האבן עובר געווען. די כפרה דערפון איז אז דורך דעם וואס בי״ד האט ארויסגעגעבן אזא הוראה און די פאלק האט מסכים געווען דערצו און דאס מקבל געווען, קומט אויס אז דורך דעם האט מען ממש געטוישט די קאנסטיטושען פון די תורה אין דעם. און אט אויף דעם דארפן זיי ברענגן א כפרה: אז זיי האבן געמאכט די געזעץ פון די תורה אויס ״געזעץ״ דורך הסכמת העם.

***

הרב דר. מלך שפירא שרייבט לגבי וואטשן מאוויס:

דא ברענגט ער צו וואו מ׳האט לעצטענסט געדרוקט א ספר איבער הרה״ג ר׳ דוב יפה מיט א מכתב ברכה פון זיין אלמנה מרת רבקה מיט איר פולע נאמען:
View attachment 9165
אפשר קענסטו מסביר זיין , פון וואס פאר א קאנסטיטושן מען רעדט דא , איז דען דא אזא זאך, עם איי מיססינג סאמטינג ?
אין די הלכה , ווערט גיברענגט א דוגמא , ווען קהל ברענגט א פר , דאס איז ווען עס איז גיוועהן ,הורו בית דין ועשו קהל , דאס מיינט עס פארלאנגט זיך אן עשייה נישט א ענין פון קבלה , למשל אז זיי האבן גיגעבן א פסק אז חלב כליות איז מותר ,און רוב קהל האט גיגעסן די סארט חלב על פיהן , אדער למשל אז זיי האבן גיפסק׳נט אז א פרוי איז פורס דם בשעת תשמיש , דארף מען זיך גראד פורש זיין , אהן ווארטן עד שימות האבר , עס האט גארנישט מיט א קאנסטיטושן ,די זענען סתם פרטים אין הלכות וואס זענען פארבינדן מיט איסורי כריתות , וק״ל .
לגבי דעם וואס ער שרייבט צו וואטשן א מאווי מיט א כיפה סרוגה , איז א שגיאה און טעות , פארוואס עפעס, זאל ער מבזה זיין, די לבוש פון א כיפה סרוגה , וואס אחינו בני ישראל הכשרים נוצן פאר כיסוי הראש , עס איז פשוט , אויב פעהלט אויס מקיים צו זיין די ,ילבש שחורים , זאל ער שוין גיין בגילוי ראש , ויעשה מה שלבו חפץ , ואל ילבין כפה סרוגה.
 
אפשר קענסטו מסביר זיין, פון וואס פאר א קאנסטיטושן מען רעדט דא? איז דען דא אזא זאך? עם איי מיססינג סאמטינג?

אין די הלכה ווערט גיברענגט א דוגמא ווען קהל ברענגט א פר. דאס איז ווען עס איז גיוועהן הורו בית דין ועשו קהל. דאס מיינט עס פארלאנגט זיך אן עשייה נישט א ענין פון קבלה. למשל אז זיי האבן גיגעבן א פסק אז חלב כליות איז מותר ,און רוב קהל האט גיגעסן די סארט חלב על פיהן. אדער למשל אז זיי האבן גיפסק׳נט אז א פרוי איז פורס דם בשעת תשמיש, דארף מען זיך גראד פורש זיין, אהן ווארטן עד שימות האבר. עס האט גארנישט מיט א קאנסטיטושן, די זענען סתם פרטים אין הלכות וואס זענען פארבינדן מיט איסורי כריתות, וק״ל.
וואס ער טוהט אויף איז אז די געדאנק פונעם הבאת הפר לכפרה, איז נישט מכפר צו זיין אויף דאס׳ן עובר זיין אויפ׳ן ספּעציפישן חטא פון, אין די דוגמא, עסן חלב. עס איז איבער דאס׳ן טוישן און לעגאלעזירן די איסור פון חלב, וואס איז ענשריינד אין די ״קאנסטיטושאן״ פון די תורה. דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אויף קאווע שטיבל אין די אשכול די געדאנק פונעם רמב״ם בהקדמתו למשנה תורה, אז דאס וואס איז קובע הלכה/געזעץ עז סאָטש, איז דאס וואס מ׳איז דאס מקבל אלס ״געזעץ״. און דערפאר זייענדיג אז די גאנצע ציבור האט דאס געטוהן בהוראתם, קומט אויס אז זיי האבן מקבל געווען אט די הוראת הבי״ד וואס איז זיי מאחד אלס ״ציבור״. ועפי״ז קומט אויס אז זיי האבן ממש געטוישט דאס אז חלב איז אסור - עס ווערט יעצט ״מותר״. און אט דאס, דאס טוישן די ״געזעץ״/קאַנסטיטושאן פון די תורה צו עפעס וואס איז יעצט (טאקע) מותר, איז אויף וואס מ׳ברענגט די כפרה.
לגבי דעם וואס ער שרייבט צו וואטשן א מאווי מיט א כיפה סרוגה, איז א שגיאה און טעות. פארוואס עפעס זאל ער מבזה זיין די לבוש פון א כיפה סרוגה, וואס אחינו בני ישראל הכשרים נוצן פאר כיסוי הראש? עס איז פשוט אז אויב פעהלט אויס מקיים צו זיין די ילבש שחורים, זאל ער שוין גיין בגילוי ראש ויעשה מה שלבו חפץ, ואל ילבין כפה סרוגה.
איה״נ. הרב שפירא ברענגט צו אין אָנהויב אז הרב משה צוריאל האט משבח געווען די כיפות סרוגות.
IMG_0481.webp

(דאס גראדע פארענטפערט די שאלה אין די שנירל איבער פארוואס איז א קאפל דאס וואס איז מסמל דער ״איד״? והיינו, טאקע מכח דעם וואס עס איז למעשה מקובל אצל כלל ישראל כהיום אז אט דאס איז א סמל לזהותו היהודית. אט די געדאנק פון קבלה והסכמת הכלל איז וואס געבט בכלל די סמכות פאר הלכה/געזעץ עז סאָטש.)

ובדרך צחות קען מען זאגן אז, ווי כ׳האב צוגעברענגט אויף קאווע שטיבל, איז דאך הרב אברהם סתיו, מהרבנים מזרחיים, מתיר (עמ׳ 71) צפייה בסרטים…
 
לעצט רעדאגירט:
וואס ער טוהט אויף איז אז די געדאנק פונעם הבאת הפר לכפרה, איז נישט מכפר צו זיין אויף דאס׳ן עובר זיין אויפ׳ן ספּעציפישן חטא פון, אין די דוגמא, עסן חלב. עס איז איבער דאס׳ן טוישן און לעגאלעזירן די איסור פון חלב, וואס איז ענשריינד אין די ״קאנסטיטושאן״ פון די תורה. דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אויף קאווע שטיבל אין די אשכול די געדאנק פונעם רמב״ם בהקדמתו למשנה תורה, אז דאס וואס איז קובע הלכה/געזעץ עז סאָטש, איז דאס וואס מ׳איז דאס מקבל אלס ״געזעץ״. און דערפאר זייענדיג אז די גאנצע ציבור האט דאס געטוהן בהוראתם, קומט אויס אז זיי האבן מקבל געווען אט די הוראת הבי״ד וואס איז זיי מאחד אלס ״ציבור״. ועפי״ז קומט אויס אז זיי האבן ממש געטוישט דאס אז חלב איז אסור - עס ווערט יעצט ״מותר״. און אט דאס, דאס טוישן די ״געזעץ״/קאַנסטיטושאן פון די תורה צו עפעס וואס איז יעצט (טאקע) מותר, איז אויף וואס מ׳ברענגט די כפרה.

איה״נ. הרב שפירא ברענגט צו אין אָנהויב אז הרב משה צוריאל האט משבח געווען די כיפות סרוגות.
View attachment 9166
(דאס גראדע פארענטפערט די שאלה אין די שנירל איבער פארוואס איז א קאפל דאס וואס איז מסמל דער ״איד״? והיינו, טאקע מכח דעם וואס עס איז למעשה מקובל אצל כלל ישראל כהיום אז אט דאס איז א סמל לזהותו היהודית. אט די געדאנק פון קבלה והסכמת הכלל איז וואס געבט בכלל די סמכות פאר הלכה/געזעץ עז סאָטש.)

ובדרך צחות קען מען זאגן אז, ווי כ׳האב צוגעברענגט אויף קאווע שטיבל, איז דאך הרב אברהם סתיו, מהרבנים מזרחיים, מתיר (עמ׳ 71) צפייה בסרטים…
מען קען הערן וואס ער זאגט אז דער פר קומט ווייל עס איז דא, דורך דעם פסק פון בית דין, און די מעשה פון קהל, אזוי ווי א רעוואלוציע קעגן די קאנסטיטושן, אבער די הלכה זאגט, אז אויב זאגט בית דין אז חלב איז מותר, ער איז עוקר א גאנצע איסור פון חלב ברענגט מען נישט א פר, נאר דוקא ווען זיי זאגן עס איז יא דא איסור חלב נאר למשל חלב כליות איז מותר, דענסטמאהל ברענגט מען דעם פר העלם דבר של ציבור, לויט דעם איז דער הסבר נישט פאסיג.
 
איינער האט די אריגענעלע ארטיקל וואס איז ערשינען און די וועקער? (היות קאווע שטיבל איז פארמאכט)
 
פון דא און ווייטער האב איך געהאט א וויכוח אויב ביאה ראשונה בליל החתונה איז (עכ״פ בד״כ) ״רעיפּ״. דאס איז מיר ווידער נתעורר געווארן אבער פון אַן אנדערע פּערספּעקטיוו. מיינענדיג, אז ווי פריער צוגעברענגט טוהן די פערטיליטי רעיטס פאלן. דאס איז נישט נאר לגבי געבוירן קינדער, דאס איז אפילו לגבי זיין אין רילעישאנשיפּס בכלל, ואפילו אויף בכלל האבן געשלעכט, זענען די ראטעס דערפון געפאלן אין דעם דור (פּראפּארציאנאל) לעומת די פריערדיגע. איך האב געקלערט אז דאס קען אויך זיין א חלק פון די קאָרעלעישאן אז ווי מער ליבּעראל און סענסיטיוו מ׳ווערט טאקע צו נישט פוגע זיין בכבוד האשה בביאה און מ׳פארכט (מיט בארעכטעגונג) צו דעם ונשאלה את פיה, אלס ווייניגער וועט דאס פארקומען בכלל און אלס ווייניגער וועט מען זיך אריינשטעלן אין דעם אלס די געפאר שבו. להסביר, ווי דער שרייבער אַסקער וויילד האט געשריבן:
Everything in the world is about sex, except sex. Sex is about power​
און מישעל פוקאלט האט דאס ווייטער אויסגעברייטערט אז פאר א בערך 100 יאר צוריק איז סעקשועליטי געווארן עפעס וואס מ׳אנאליזירט די ״אמת״ דערפון לשעצמה, כדי דורך דעם צו אנאליזירן די אמת פון סטרוקטורס פון מאכט אין סאָסייעטי. דאדורך זענען ״פּערווערס״ סעקשועליטיס, וועלכע פּאַסן נישט אריין אין א פארהייראטן לעבן, געווארן עפעס וואס מ׳דארף מער ״קאנטראלירן״, ״מענעדזשן״ און באגרעניצן (כגון מטעם החוק אפילו אינדרויסן פון רעליגיע). ולפי״ז נמצא אז די סעקשואלע אקט איז דאך ביסודה אַן אינוועיסיוו אקט וואס צייגט אויף מאכט, ועכ״כ אז עס איז דא א טענה בתוך רעדיקעל פעמיניזם אז (בדרך כלל) אלע העטעראָסעקשואלע געשלעכט [קאָיטוס; כמכחול בשפופרת] אין סאָסייעטי, וועלכעס איז למעשה פּאטריארכיש, איז א דערנידערונג צו פרויען (וממילא כמעט רעיפּ), זייענדיג אז די פּענעטרעיטיוו אקט דערפון איז ביסודה אזוי אויסגעשטעלט אז עס איז עפעס וואס צייגט אויף מאכט וואס די פרוי מוז מקבל זיין בתוכה פון איר נותן. וא״כ ווען דאס כהיום ווערט שטארק מנותח בכל פרטיה פון אירע עטישע שטאנדפונקטן, איז דאס גורם אז דאס ווערט ווייטער קאנטראלירט און באגרעניצט, און עפעס וואס ווערט שוין מער געטוהן נאר בקושי (תרתי משמע…), ובפרט ווען מ׳האט אנדערע אַוּטלעטס ווי פּאָרן וכדומה, צו וועלכעס עס פעהלט נישט אויס קיין פיזישע פרוי.

און דאס איז ווייטער די בין פטיש לסדן בכל זה. להסביר, מ׳קען טענה׳ן אז לפי די טרענדס כהיום, אויב איינער מאכט טאקע אפ אז ער גייט מיט זיינע קינדער לגמרי עפ״י (עכ״פ ראדיקאלע) ליבּעראלע וועליוס אין דעם אלעם - נאר מיט פולקאמע ליבשאפט פון בעפאר, נאר מיט איינעם מיט וועמען ער/איר איז לגמרי לגמרי צוגעפאסט אא״וו אא״וו - איז שטארק יתכן אז אין 20-30 יאר, לפי די טרענדס כהיום, וועט זיין קינד נישט האלטן ווייט אין טערמינען פון די זעקסטע (און ווייטער) שטאפלען פון עריקסאנ׳ס שטאפלען פון סייקאָסאָשעל דעוועלאפּמענט, וועלכע זענען בנוגע קאָמפּעניאנשׁיפּ/אינטימעסי און קינדער. דאס איז הגם די רעיון איז בעצם א גוטע און בארעכטיגט. (ועיין כאן. אגב, דאס וואס דר. שלום צדיק האט לעצטענסט געזאגט, האט אויך אביסל א שייכות דערמיט.)

דאס איז ענליך צום דערמאנטן בין פתיש לסדן פון געבוירן קינדער. והיינו, דאס איז אויך נוגע לגבי די שמועס איבער דעם אז רעגירונגען זאלן פארלאנגען אז מ׳קען נאר האבן קינדער אויב מ׳האט א לייסענס אז מ׳איז (מענטעלי וכו׳) ראוי דערפאר. ווי דר. עליזאבּעט בּרעיק און דר. יוסף מילום ברענגן אראפ:
Some philosophers argue that prospective parents should be screened ahead of time for their ability to parent and those who are deemed unlikely to be able to fulfill their parental responsibilities should not be granted parental licenses. The argument in favor of licensing parents may appeal primarily to the harms to children that occur if unfit people are allowed to parent (LaFollette 1980, 2010) or to the wider impact on society from rearing children who are unlikely to become good citizens (McFall 2009). Either way proposals for parental licensing schemes must show that it is possible prospectively to identify individuals who are likely to be neglectful or abusive parents with sufficient accuracy (Altman 2023), show that the schemes do not violate the rights of prospective parents (on this see Liao 2015), and explain how they are to be enforced. The latter is perhaps the hardest challenge: without resorting to compulsory sterilization how can people be prevented from having children without licenses? (McFall 2009, 122) Of course, there could be penalties for unlicensed parents, or their children could be subject to confiscation, but such policies risk inadvertently penalizing the children they were intended to assist (Freiman 2022). Moreover, enforcement would disproportionately burden women. As gestators, women might be subjected to de facto forced abortions; women are also more likely to be primary caregivers, and thus subjected to greater interference and monitoring (Engster 2010​
אבער אפילו אָן אריינגיין אין די יוּדזשעניק געפארן דערין וכו׳ צו וואס דאס קען צוברענגן (אויף וועלכעס מ׳קען צוריקענטפערן אז דאס איז נאר א סליפּערי סלוֺיפּ ארגומענט), וועט דאס פראקטישערהייט קיין שום רעגירונג (עכ״פ כהיום) נישט איינפירן. דאס איז וויבאלד זייענדיג אז זיי זוכן גאר דאס פארקערטע, צו אינסענטיווייזן מענטשן צו האבן מער קינדער זייענדיג אז געבורט ראטעס פאלן און זענען א דעמאגראפיק געפאר, וועט דאך די (טאקע ריכטיגע) אנאליסיס און שריט צו היטן אויף די עטישקייט דערין נאר אויפטוהן קעגן די מטרה. דאס איז הגם די רעיון איז בעצם א ריכטיגע אז עס פעהלט בעצם אויס א מינימאלע אחריות ויכולת צו האבן די רעכט צו האבן קינדער.

אין קורצן, אין די סארט זאכן פעהלט טאקע אויס די יצר תינוק ואשה תהא שמאל דוחה וימין מקרבת. אין אונזער קאנטעקסט איז דאס סיי ביי די געדאנק פון תשמיש [יצר] און זיי דאס האבן קינדער [תינוק], דארף מען מקודם צו פארשטיין די חלק הדחיה שבהן פון דאס באגרעניצן/נישט טוהן אלס די עטישע סכנה ואחריות שבהן וכו׳, אבער מפני ישוב העולם זענען די תוצאות פון דאס אָוועראנאליזירן אין טערמינען פון זייער עטישקייט, וממילא פארבלייבן ביים דחיה, אויך נישט גוט. ובדרך רמז קען מען מיט דעם טייטשן אז פארוואס איז (קהלת ז כח-כט) ואשה בכל אלה לא מצאתי? ווייל והמה בקשו חשבונות רבים בזה און עס ווערט אָוועראנאליזירט.

כנלע״ד.
 
לעצט רעדאגירט:
פון דא און ווייטער האב איך געהאט א וויכוח אויב ביאה ראשונה בליל החתונה איז (עכ״פ בד״כ) ״רעיפּ״.

ווער רעיפט וועם? די חתן ווערט פונקט אזוי גערעיפט פון די כלה, ער טוט עס אויך ווייל ער דארף עס יעצט טון און עס איז עקספעקטעט פון די כלה אז דאס קומט יעצט. און ער קען נישט זאגן ניין.
דעי גאנצע נערעטיוו אז די כלה ווערט גערעפט (בהנחה אז עס הייסט רעפ) איז א קרומע פעמעניסטישע צוגאנג, ווייל אויב הייסט עס רעפ ווערט די חתן פונקט אזוי גערעפט.

לסיכום, די חתן און כלה רעפן זיך אייע די אנדערע. אדער אויף פשוטע שפראך א חתן און א כלה טרייען צי אויספיגערען חיי אישות און עס קומט מיט אומבאקוועמליכקייטן.
 
ווידערגוטמאכונג: איך האב נישט געכאפט אז די ברענגסט אראפ די טענה אבער וליה לא סבירא ליה.
אנטשולדיגט פאר אטאקירן.
 
Back
Top