תשובה בענין הדפסת תמונות נשים - וועקער 15

ווי אראפגעברענגט פריער, טענה׳ט הרב דר. חנינא בן-מנחם אז אט די געדאנק פון מעטא-הלכה ורוחה, הלכה והלכה למעשה, ליגט אליינס בתוך מוסד ההלכה גופא ושיקוליה. בין לחומרא ובין לקולא. און ווי צוגעברענגט פון הרב דר. אליעזר ברקוביץ, האט מען נישט צו ווערן קיינע ״קראים של תושבע״פ״ אויך נישט, אויף נאכצוגיין די הארטע רידזשיד קביעות ההלכה (וואס דערפאר האט טאקע אזוי געבאדערט פאר חז״ל מעיקרא אז דברים שבע״פ אי אתה רשאי לאומרם בכתב בגיטין ס:, וויבאלד דאס׳ן דאס אראפשרייבן ברענגט דערצו אז עס ווערט גאר שטארק רידזשיד כמו שכתוב). בין לקולא ובין לחומרא.

ואגב, דר. אריה אדרעי טענה׳ט אז הגרש״ז אוירבאך האט זיך טאקע געדינגען מיט די גישה מעטא-הלכית פונעם חזו״א לגבי חשמל בשבת.

***

דר. בנימין ברוין ברענגט צו פונעם חזו״א:
IMG_9417.jpeg

ער ברענגט אויך צו דער חזו״א׳ס איגרת וויאזוי מ׳זאל זיך פירן מיט א ווייב, און ווי דאס איז געווען א התנגדות צו די תקנות בגור פונעם בית ישראל:
IMG_9418.jpeg

IMG_9419.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top