מעשה א' - אין מיין קלאס איז געווען א יונגל מיט בלעק ענד ווייט גלעזער, ער האט געהאט גאר לאנגע פיאות און ער איז געגיינגען מיט א בעקטישע שבת. וכו'.
ער איז געווען שטארק צעקלאפט אז ער איז אנדערש פין די גאנצע כיתה. און זיך כסדר אפגערעדט.
לעצטענס האב איך אים געטראפן שבת וואקענדיג מיט זיינע קינדער און זיי קוקן אויס גענוי ווי ער האט אויסגעזען אלץ קינד.
מעשה ב' - א יונגעל פון מיין קלאס האט געהאט גאר אסאך געשוויסטער און ער האט זיך כסדר אפגערעדט אז זיינע עלטערן קענען זיך נישט אפגעבן מיט אזויפיל קינדער ממילא ליידט ער.
לעצטענס זאגט ער מיר אז ער מאכט "ברוך השם" יעדע יאר א קינד און ער האפט צו האבן אזויפיל קינדער ווי זיינע עלטערן.
ביידע מעשיות האבן די זעלבע באדייט. מענטשן וואס זענען געווארן אביוזד פון די עלטערן וועלן ווייטער אביוזן די קינדער. וחוט המשולוש לא במהרה ינתק.
געהערט פון א שדכן: ווען מען טראגט דיר אן א שידוך און די ביסט אינטערעסירט אין דעם אבער די ווילסט וויסן וואס פאר א שטוב די מדובר/מדוברת גייט פירן מיט דיין זוהן/טאכטער, קוק ווי אזוי די שטוב פון די עלטערן קוקט אויס.