טשיילדהוד טראומא פון פרומקייט/חניאקיש/רעביש משפחה

לחיים1234

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 16, 2025
מעסעדזשעס
49
רעאקציע ראטע
143
פונקטן
38
זענט איר אויפגעוואקסן אין א פארפרומטע / חניאקישע / רעבישע שטוב און געפילט אנדערש פון די אנדערע קינדער אין חדר/שול? למשל נישט געקענט שפילן ווי יעדער, צי עסן געוויסע אנגענומענע הכשרים, די מלמדים האבן פארלאנגט מער, טאטע געווען שטרענגער קעגן די פשוט'ע קינדער, צי אנגעטון מער חניאקיש (גרעסערע קאפל - לאנגע פיאות) אדער שבת מיט בעקישע/ט"ק וכדו'? ציעט איר אויף אייערע קינדער אויך אזוי ווייל דאס איז די משפחה?
 
איך בין נישט אויפגעוואקסן רעביש, אבער יא פרומער פון די עווערידזש, אבער די עיקר איז צי ווייזן פאר יעדעם אונז זעמער פרומער.
בשעת אלע קינדער האבן געהאט נערמאלע גלעזער האב איך געדארפט גיין פלעסטיק גלעזער, ווען יעדער האט געהאט קראקס תשעה באב האב איך געהאט פאפאטש, אא״וו

איך גיי נישט זאגן אז איך בין טראמעטייזד, אבער עס האט מיר זייער געשטערט אלץ קינד צו זיין אנדערש פון די גאנצע קלאס.

און וואס מיינען זיי האט עס געהאלפן?
די ערשטע זאך נאך מיין שבע ברכות האב איך געקויפט רימליס גלעזער און א מאט בעקיטשע, לאל אמאליגע באמישע השגות…
 
ווען איך בלייב ווען א איד, טויזענט פראצענט אז איך פיר מיין שטוב פונקט ווי מיין טאטע (און אפשר אפילו שטרענגער)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אני הק' ליידט אויכעט פון די טראמע.

מיין טאטע איז אזא כאניאק, אביסל אקווערד צו זיין ארום אים, דאס מאמע זז"ג איז אויכעט גאר א פארפרומטע, און מאכט זיכער ביי יעדע שמועס צו דערמאנען אלע ארומיגע ווי נאריש ס'איז צו זיין קאאל און ווי פרום אונז זענען.

וואסישייך צו זאגן, ס'נישט גרינג...
 
אלעס געפעלט מיר, כ'בין אבער זייער נייגעריג האיך יתקיימו שניהם, אן אויפגעקלערטן זכר זאל פירן א כאניאקישע שטוב....ביסט נישט פארעקלט פונעם פרומען לעבנסשטייגער?
ניין
איך בין נישט פארעקלט, איך גלייב נישט אין די וועג מילא לעב איך נישט אזוי, אבער ווען איך בלייב פרום אוודאי וואלט איך געפירט מיין שטוב אזוי.
ד״א איך זעה נישט קיין סתירה פון נישט גלייבן און גארנישט, מיט פירען א שטוב אויפן חניוקישע שטייגער
 
וויאזוי איז געווען דיין טאטע'ס שטוב?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ני נאך איינער וויל מיטיילען?
 
וואס איז די פראבלעם?
חיצונית'דיג קען עס נישט ארבעטן?
און מיין היינטיגע לעבן, אז איך וויל פאר איך ארויס מיט חברים און אז איך וויל זיץ איך ביי מיין טאטע אינדערהיים
מכותלי מכתבך ניכר אז דו ביסט באמת א פרומער .
 
מכותלי מכתבך ניכר אז דו ביסט באמת א פרומער .
קוק נאך מיינע תגובות וועסטו זעהן אז איך שרייב דא אום שבת אויך

און פרעג זיך נאך ביי די חברים דא וואס קענען מיר ווי קוק איך אויס

און ווער איך בין….
 
מעשה א' - אין מיין קלאס איז געווען א יונגל מיט בלעק ענד ווייט גלעזער, ער האט געהאט גאר לאנגע פיאות און ער איז געגיינגען מיט א בעקטישע שבת. וכו'.

ער איז געווען שטארק צעקלאפט אז ער איז אנדערש פין די גאנצע כיתה. און זיך כסדר אפגערעדט.

לעצטענס האב איך אים געטראפן שבת וואקענדיג מיט זיינע קינדער און זיי קוקן אויס גענוי ווי ער האט אויסגעזען אלץ קינד.

מעשה ב' - א יונגעל פון מיין קלאס האט געהאט גאר אסאך געשוויסטער און ער האט זיך כסדר אפגערעדט אז זיינע עלטערן קענען זיך נישט אפגעבן מיט אזויפיל קינדער ממילא ליידט ער.

לעצטענס זאגט ער מיר אז ער מאכט "ברוך השם" יעדע יאר א קינד און ער האפט צו האבן אזויפיל קינדער ווי זיינע עלטערן.

ביידע מעשיות האבן די זעלבע באדייט. מענטשן וואס זענען געווארן אביוזד פון די עלטערן וועלן ווייטער אביוזן די קינדער. וחוט המשולוש לא במהרה ינתק.

געהערט פון א שדכן: ווען מען טראגט דיר אן א שידוך און די ביסט אינטערעסירט אין דעם אבער די ווילסט וויסן וואס פאר א שטוב די מדובר/מדוברת גייט פירן מיט דיין זוהן/טאכטער, קוק ווי אזוי די שטוב פון די עלטערן קוקט אויס.
 
מעשה א' קען זיין אז וואלט באמת געוואלט טוישן אבער למעשה איז אזוי די גאנצע משפחה און מסתם האט מען עם חתונה געמאכט צו איינער ענדליך און אויב וויל ער נישט זיין די שגץ מיז ער ווייטער טוהן וויאזוי אלע טוהן
 
תירוצים טוישט נישט די מציאות.
 
איך בין אויפגעוואקסן און א גאר פרימע שטוב, די טראומא איז נישט געווען די פרומקייט, די טראומא איז די פרעשור אנגעצויגנקייט נערוועזיקייט טעראר שפראך באצווינגענקייט!
ממילא אז מען וויל און מען שפירט אז מען קען מאכן די קינדער פראוד צי זיין רבישע (חניאקישע) אייניקלעך מיט די פולע לבוש אדער אז איינער שפירט אז ער קען יא הענדלען און זיך איבערגעבן פאר 18+ קינדער קען איך עס נישט אפפרעגן, אדרבא ער האט געהאט 18 יאר טרעינינג וואס ארבעט יא אדער נישט
 
קוק נאך מיינע תגובות וועסטו זעהן אז איך שרייב דא אום שבת אויך

און פרעג זיך נאך ביי די חברים דא וואס קענען מיר ווי קוק איך אויס

און ווער איך בין….
אם אני כאן הכל כאן זאגט הלל , אז דאס איז די פראפער
אפשאצונג וואס עס פאסט פאר יעדען באזונדער , יעדער
איז יוניק און א עולם מלא אייגענארטיג און וויכטיג , און מען קען קיינעם נישט דזאדסשען - שאין דן אלא יחידי,
ממילא האב איך זיך נישט באצויגען צו דיין הנהגה פערזענליך, עס איז נישט מיין געשעפט אריינצוקוקען אין
יענעם ,
נאר דער סטייל פון דיין שרייבען, האט עפעס א פרומע חן , און א חסידישע שמעק, וואס איז סוטינג און רעפרעשינג, אפילו ווען עס איז נעגאטיוו איז ,סוף דבר הכל נשמע אז דא רעדט א חסיד.
 
Back
Top