טשיילדהוד טראומא פון פרומקייט/חניאקיש/רעביש משפחה

לחיים1234

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 16, 2025
מעסעדזשעס
46
רעאקציע ראטע
132
פונקטן
38
זענט איר אויפגעוואקסן אין א פארפרומטע / חניאקישע / רעבישע שטוב און געפילט אנדערש פון די אנדערע קינדער אין חדר/שול? למשל נישט געקענט שפילן ווי יעדער, צי עסן געוויסע אנגענומענע הכשרים, די מלמדים האבן פארלאנגט מער, טאטע געווען שטרענגער קעגן די פשוט'ע קינדער, צי אנגעטון מער חניאקיש (גרעסערע קאפל - לאנגע פיאות) אדער שבת מיט בעקישע/ט"ק וכדו'? ציעט איר אויף אייערע קינדער אויך אזוי ווייל דאס איז די משפחה?
 
איך בין נישט אויפגעוואקסן רעביש, אבער יא פרומער פון די עווערידזש, אבער די עיקר איז צי ווייזן פאר יעדעם אונז זעמער פרומער.
בשעת אלע קינדער האבן געהאט נערמאלע גלעזער האב איך געדארפט גיין פלעסטיק גלעזער, ווען יעדער האט געהאט קראקס תשעה באב האב איך געהאט פאפאטש, אא״וו

איך גיי נישט זאגן אז איך בין טראמעטייזד, אבער עס האט מיר זייער געשטערט אלץ קינד צו זיין אנדערש פון די גאנצע קלאס.

און וואס מיינען זיי האט עס געהאלפן?
די ערשטע זאך נאך מיין שבע ברכות האב איך געקויפט רימליס גלעזער און א מאט בעקיטשע, לאל אמאליגע באמישע השגות…
 
ווען איך בלייב ווען א איד, טויזענט פראצענט אז איך פיר מיין שטוב פונקט ווי מיין טאטע (און אפשר אפילו שטרענגער)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אני הק' ליידט אויכעט פון די טראמע.

מיין טאטע איז אזא כאניאק, אביסל אקווערד צו זיין ארום אים, דאס מאמע זז"ג איז אויכעט גאר א פארפרומטע, און מאכט זיכער ביי יעדע שמועס צו דערמאנען אלע ארומיגע ווי נאריש ס'איז צו זיין קאאל און ווי פרום אונז זענען.


וואסישייך צו זאגן, ס'נישט גרינג...
 
אלעס געפעלט מיר, כ'בין אבער זייער נייגעריג האיך יתקיימו שניהם, אן אויפגעקלערטן זכר זאל פירן א כאניאקישע שטוב....ביסט נישט פארעקלט פונעם פרומען לעבנסשטייגער?
ניין
איך בין נישט פארעקלט, איך גלייב נישט אין די וועג מילא לעב איך נישט אזוי, אבער ווען איך בלייב פרום אוודאי וואלט איך געפירט מיין שטוב אזוי.
ד״א איך זעה נישט קיין סתירה פון נישט גלייבן און גארנישט, מיט פירען א שטוב אויפן חניוקישע שטייגער
 
ניין
איך בין נישט פארעקלט, איך גלייב נישט אין די וועג מילא לעב איך נישט אזוי, אבער ווען איך בלייב פרום אוודאי וואלט איך געפירט מיין שטוב אזוי.
ד״א איך זעה נישט קיין סתירה פון נישט גלייבן און גארנישט, מיט פירען א שטוב אויפן חניוקישע שטייגער
וויאזוי איז געווען דיין טאטע'ס שטוב?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top