תּוֹרָה חֲדָשָׁה מֵאִתִּי תֵצֵא

שומו שמייעם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 23, 2025
מעסעדזשעס
120
רעאקציע ראטע
629
פונקטן
113
א קורצע אריינפיר:
איך קוק מיך ארום, איך אבזעוויר אזוי מיין קרייז, הנקרא 'היימישע חסידישע קאמיוניטי' אונזער אייגנארטיגקייט איז אז אונז זענען זייער פרום און עקסטער אפגעהיטן, אונזער לייפסטייל איז פיל מיט 'חומרות' און 'מנהגים'. (צי אונז אלע האלטן ממש דערביי ווייסעך נישט, אבער כך היא דרכה של קרייז ווען די ווערסט געבוירען לעיט אין די געים און די קענסט נישט ממש אויסוועלן וויאזוי זיך צי פירן,) אלענפאלס, דארף מיר זיין שטאלץ אז אונז זענען אזוי אפגעהיטן, אבער דא קוקט אויס ווי די יוצרות זענען געפארן אביסל שיף.... כ'באמערק אז ס'גרויסע עולם דא, ממש מ'קען זאגן אז עס איז טיף איינגעגעסן, (קען זיין בכוונה) לעבט ליבערשט מיט די מיינדסעט אז אונז זענען 'ערליך' און אנדערע זענען נישט 'ערליך' ויש שמוסיפים: 'עבריינים' גאר... כאילו יענער איז נישט די 'איד' פון אתה בחרתנו, והייתם לי סגולה, נישט פון איהם רעדט מען.... היתכן??

אבער דאן איז דא א 'געוויסע' קרייז בתוך אונזער קרייז, וואס דא טו איך שוין ממש שטוינען!! (ס'דא פון די וואס זענען אין די לאך הנ"ל, וואס דא כאפן זיי שוין אויך...)
עס איז דא צוויי דריי נושאים וואס דעיס איז אידישקייט! דאס מיינט א איד! 'דדא ביה כולא ביה, ודלית ביה הרי הוא 'גוי' !! אין דעהם קאכט מען אגאנצן טאג... השכם והערב, אין דעהם דארף מען זיך פארבעסרן, דאס איז של"ס תורה, דאס איז אסיפות התתעוררות, דאס איז וואס מאכט אויס, וחוץ מזה גארנישט!
דריי פערטל אידן זענען דארט מיט א 'פשטות' נישט פאררעכנט קיין אידן.... די איבריגע זענען ממש גאר גאר שוואך, בקושי זענען זיי גוט פאר צירוף במנין, און נאך אביסל נענטער צי זיי זענען 'טאקע אידן, אבער פארדרייטע אידישקייט, משיח וועט צי זיי נישט קומען.... (אבי מ'רעדט פון 'לב טהור'...)

מה הפשט? ברעך איך מיך קאפ..... זיי האלטן זיך דאך א חלק פון די אידישע רעליגיע, איז וואס איז פשט?? אינז האבן דאך א תורה, מיט 613 מצוות, וויאזוי קען מען בכלל האבן אזא מיינדסעט אז די גאנצע אידישקייט ווענד זיך אין עפעס וואס ווערט נישט דערמאנט אין די תורה בכלל, און נישט אין גמ' ראשונים, אחרונים, וויאזוי קומט בכלל אזא מיינדסעט עס איז מיר פשוט נישט אריין אין קאפ.... ס'מאכט דאך נישט קיין סענס....

ביז איין טאג האב איך געכאפט די בליץ!!! "איי עם מיססינג סאמטינג"!!!! WOW וויאזוי האב איך נישט געכאפט ביז יעצט!!!! ווי מער איך טראכט אריין קום איך צי די מסקנא, אז דאס איז עס!!!.... יא ווי מאדנע ס'הערט זיך.... רבותי! עס איז דא א 'נייע תורה'!!! כ'ווייס נישט פונקטליך ווען און ווי אבער לויט אלע שאצונגען האט זיך אין די לעצטע 50/60 יאר אפגעשפילט א 'מעמד מתן תורה'!!!! יא! כ'ווייס נישט פונקליך ווי, און וויפיל אידן אבער יא! דאס איז עס..... איי ווי בין איך געווען??? אה..! איי געס איך האב פארשלאפן.....

נאך אזא מסקנא האט איך אנגעהויבן קלערן, אויב איז געווען א 'מתן תורה' מוז עס דאך זיין דאקומענטירט ערגעץ.... וויאזוי קען זיין אז עס איז נישטא קיין ליד פון 'יו"ט עהרליך' אויף די צווייטע 'מתן תורה'???? האב איך געזיכט און געזיכט, יגעת מצאת!!!! טרעף איך א אלטע העפט, אפגעריבן, ס'קוקט אויס פון 'בית רחל', נישט זיכער... געטייפט מיט א טייפערייטער.... א ליד אויף די נייע 'קבלת התורה' (הדר קבלוהו משנאה.....🤪) ממש ווי יו"ט ערליך 'די תורה און די פעלקער'
..........................................................................................................

( ליד: די תורה און די קרייזן / לחן : יו"ט עהרליך ז"ל )

מיטן הילף פונעם באשעפער וועלן מיר ריידן, און דערציילן פון יענע פריידן
פריידס זיך אלע טאנצט און קוועלט, א נייע תורה אויפן וועלט

דער באשעפער פון די וועלט די הייליגע בורא, זיכט א חתן פאר די נייע תורה
פרייט זיך אלע טאנצט און קוועלט, אלע קרייזן פון די וועלט

דער באשעפער פרעגט פון די קרייזן אלע, ווער וויל די נייע תורה פאר א כלה
די קרייזן פרעגן וואס און ווען, מען וויל נישט הערן מ'וויל נישט זעהן

און פארוואס און פארווען, לאמיר זעהן וואס איז געשעהן:

איז די מלאך פון הימל געקומען אפרייזן, און געקומען צי די ליטווישע קרייזן
די נייע תורה די ליטוואק'ס ווייזט ער, און פרעגט פאר א בעל'ן איז ווער
Wאטס פשט? מיט וואונדער זיי פרעגן, וואס שטייט דארט, אויב פרעגן מיר מעגן
זאגט זיי די מלאך טוט'ס רילעיטן, 'לא תכירו פנים' מ'טאר נישט דעיטן

זאגן זיי ניין האלט עס אליין, מ'דארף דאך זעהן א כלה שיין, וויאזוי קענען עלטערן מחליט זיין אליין, וואס פאר'ן קינד וועט גוט זיין
ניין ניין האלט עס אליין, מיר האבן אן אנדערע מיין, אפשר פראבירט צי די חסידים גיין, אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז די מלאך געפלויגן ווייטער אהין, און איז געקומען צו קארלין
די קארלינער די תורה ווייזט ער, און פרעגט פאר א בעל'ן איז ווער
שרייען זיי 'וואס שטייט דארט', אפשר זאגט איר נאך א ווארט
זאגט זיי די מלאך איך זאג אייך שוין, די תורה אסר'ט א סמארטפאון

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין מיר האבן אן אנדערע מיין, מיר האבן געלערנט ביי די רבי'ס אליין, א סמארטפאון איז זייער פיין
ניין ניין האלט עס אליין, מיר האבן אן אנדערע מיין, אפשר פריווט צו די גער'ע גיין, אפשר וועט מען אייך פארשטיין

איז די מלאך געפלויגן ווייטער נאכהער, און איז געקומען צי גער
די מלאך די גער'ע די תורה ווייזט ער, און פרעגט צי א בעל'ן איז ווער
זאגן זיי הער זיך איין, חוץ פון 'מזומנים' וואס קען זיין
זאגט זיי די מלאך טוט גוט הערן, די ווייבס האר דארף מען אפשערן
זאגן זיי ניין, האלט עס אליין, מיר האבן אן אנדערע מיין, אפשערן א פרוי איז זייער געמיין, א פרוי דארף זיין שיין

איז די מלאך געפלויגן ווייטער שוין, געקומען קיין 'יהודה ושומרון'
די 'מתנחלים' די תורה ווייזט ער, און פרעגט פאר א בעל'ן איז ווער
זאגן זיי 'אשריך צדיק!', אפשר געסטו אונז א קליינע אריינבליק
'אל תתגר בם' די תורה טוט עצה'ן, מ'טאר זיך נישט מיט די אומות רייצן

ניין ניין, האלט עס אליין, ארץ ישראל אזוי שיין, מיר האבן באקומען פון באשעפער אליין, און נאר פאר אונז וועט אייביג זיין

איז די מלאך געפלויגן פון דארט אוועק, אנגעקומען צי טינעק (NJ)
די מלאך די ליטאים די תורה ווייסט ער, און פרעגט פאר א בעל'ן איז ווער
זאגן זיי 'ליסען הער' , וואס זאגט די תורה 'לעטס העיר'
זאגט די מלאך כ'זאג אייך גראד, מ'טאר נישט שניידן די בארד

ניין ניין, האלט עס אליין, מיר האבן אן אנדערע מיין, אפשר פריווט צו חב"ד גיין, זיי וועלן אייך פארשטיין

איז די מלאך געפלויגן ווייטער פון דארט, געקומען צי א ליובאוויטשער ארט
די ליובאוויטשער די נייע תורה ווייזט ער, און פרעגט פאר א בעל'ן איז ווער
זאגן זיי פון וואנעט קומט א איד אהער, מיר האבן שוין איין תורה וואס דארף מען מער
אפשר זאגט איר אונז נאך א 'מאמר', וועלן מיר ווערן ווארימער

זאגט זיי די מלאך אן קיין מורא, איך זאג אייך נאך פון די נייע תורה
די שיעור פון צניעות כ'וועל אייך ברענגען, פיר אינטשעס פון די קני אראפהענגן

זאגן זיי ניין, האלט עס אליין, מיר האבן אן אנדערע ליין, מיר האבן געלערנט פון די רביים אליין, איתכפיא און חסידות צו פארשטיין

איז די מלאך געפלויגן מיט כוחות פרישע, און געקומען צו די ספרד'ישע
די ספרדים די נייע תורה ווייזט ער, און פרעגט פאר א בעל'ן איז ווער
זאגן זיי 'ישתבח שמו' , וואס שטייט דארט זאג אונז גענוי
זאגט זיי די מלאך א נייע DRESSCODE הערט, נישט גיין סניקערס אדער חלילה א קאלירפול טישורט

זאגן זיי ניין האלט עס אליין, די ארגינעלע תורה אזוי זיס און שיין, אפשר קענט איר ווייטער גיין, מיר דארפן באלד צו סליחות אויפשטיין

האט די מלאך געקלעטערט ווייטער מיט זארג, און אנגעקומען קיין וויליאמסבורג
א אידעלע גייט דארט אויפן וועג, אין זיין האנט קאטשעניו אין א בעג
די מלאך גייט צי צו דעהם איד, און פרעגט אויב ער האט א מינוט
די מלאך די נייע תורה ווייזט ער און פרעגט פאר א בעל'ן איז ווער

דער אידל שטעלט גלייך קלאר איך בין גאר פרום און הייליג, תרי"ג מצוות שוין צי לאנגווייליג
אונז וואלטן זייער געוואלט א נייע תורה, אפשר ווייזטו מיר אביסל פון די סחורה
זאגט איהם די מלאך 'זאת תורת הקנאות', 'הבדלו מתוך העדה' די יסוד דא איז
דער אידל שטראלט אויף און גראדט אויס זיין קוטשמע, פארקלאטשט די הענט איי "נעשה ונשמע"!

אזוי וועלן מיר קענען אונזער קינדער פארציילן, פארוואס פון די אנדערע מיר טוהן זיך אפטיילן
כקרדום לחפור די נייע תורה זיך באניצן, 'כולנו למערכה' אנגעבליך זיך צי באשיצן
אויף די אנדערע אידן א נאסע ליילעך לייגן, משיח מיט די פינגער נאר אויף אונז צייגן

'עליונים ששו ותחתונים עלזו' ווי גרויס די פרייד איז, עס טאנצן אין די גאסן אינגע און זיידעס
וויליאמסבורג, אלס 'עיר הקודש' און הויפטשטאט געקרוינט, פאר דעהם אליין די נייע תורה זיך געלוינט
.........................................................................

"טייערע אידן קריכטס ארויס פון די דעה מסולפת, אונז האבן איין תורה 'והיא לא תהא מוחלפת'
כ'ווייס נישט ווער איז געווען יענע מלאך און וואס זיין נאמען איז, ווארשיינליך נישט קיין צווייטער ווי דער 'מלאך המוות', ער זיכט צי אנזייען פירוד לבבות
'כולנו בני איש אחד' כלל ישראל (די ארגינעלע) איז (עכט) פאראייניגט, צי דינען דעהם איינציגען באשעפער אונזער קעניג

והייתם לי סגולה מכל העמים! והיה ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד!
 
אינמיטן וועג דער מלאך שטייט
זעט ער א א טשילער פון עירמאנט גייט
דאס געשטאלט זיינער פעש און ברייט
האט ער זיך דערפרייט
פאר די תורה ער גיבט א דאנק
און פאקט עס באלד אריין אין טראנק
אויף זיין סטעטוס א סעלפי ער לייגט
און פאר יעדן די תורה צייגט

זאגט אים דער מלאך, ניין ניין ניין
קענסל די ארדער כ׳וועל קיין פלעטבוש גיין
די באדערנע אידן מיט געשניצטע בערד
וועלן בעסער פארשטיין איר ווערד
זאגט דער טשילער, ניין ניין ניין
דו פארשטייסט נישט צו די ביזנעס מיין
איך גיי נאר צו די זאך טאן
פארקויפן די תורה אויף עמעזאן

דער מלאך מאכט א גאנצע טראסק
און דערלאנגט דעם טשילער אין פנים א פראסק
די תורה ארויס פון קאר ער רייסט
און אנטלויפט מיט די נשמה און גייסט
שטייט זיך דער אינגערמאן באפאטשט
א מאסיווע סקאנדאל מיט מלאכים דאס טייטשט
טוט ער זיך אן די זאקן די ווייסע
און גייט דערציילן פאר זיין רבי די מעשה

זאגט אים דער רבי אלעס איז גוט
ווער געבט בכלל פאר מלאכים א ש*ט
קוק אויף מיר ווי מיין לעבן עס גייט
ווייל קיין איין תורה אין מיין וועג עס שטייט
ווער עס טשעפעט מיר איך צוטרעט
איך האב בנינים און אסאך ריעל עסטעיט
לאז זיך פון די גאנצע זאך אפ
דארפסט די תורה ווי א לאך אין קאפ

דער אינגערמאן ער פאלגט ווי א קינד
און לויפט ארויס פון רבי׳נס הויז געשווינד
ער גייט זיך אהיים און פאקט זיך אויף
זיין רעקליינער אין בעקיארד הויף
קומט אים אין חלום זיין חשוב׳ע זיידע
און ער זאגט אים א סוד ישרים ועדה
אויב אזוי זעען אויס ענקערע רבנים
ווער קען אייך דן זיין? ווער קען ווייזן א פנים

ווייל נאר איין תורה האט דער איד
און אין דעם ער שטארקט זיך מיט
רבי׳ס און דיינים וואס זענען קארופטירט
לופטערן שיקן מען דארף וואס פריערט
און אזוי וועט מען אויסנוצן די שעות
און נישט אראפפאלן אויף אזא טעות
צו מיינען אז א מאדערנער פראפעסער
איז פון אונז חסידים עפעס בעסער...

קרעדיט קאווע שטיבל (ניק לא נודע למי)
 
Back
Top