ווער האט געשריבן דעם זוהר הק'

עס איז ממש צום שטוינן ווי מענטשן באהאנדלן זאכן וואס זיי הייבן נישט אן צו וויסן. פון יעדער קוק ווינקעל איז דער גר"א נישט סתם עפעס א קלוגערע איד ווי איך און דיר, נאר עפעס פיל מער. גייען זאגן אז ער האט געדארפט אז איינער זאל אים מאכן טראכטן איז ממש נסתר פון יעדער ווארט פון זיין ספרים, ווי ער האט נישט געדארפט אנקומן צו די גרויסע לייבן ווי די קאווע שטיבעל שרייבערס. ער האט דען נישט בודק געווען גירסאות און כתבי יד צו וויסן די ריכטיגע גירסא אין ש"ס? פונקט ביי די זהר האט ער אוועק געלייגט זיין שכל?!

און לגבי די וואס האבן זיך יא אריין געלייגט אין די נושאים, עס פעלט נישט אויס גדולי ישראל וואס האבן אויפגעוויזן אנדערש ווי די אונטערשוטים דא אין קרעמל. עס פעלט עפעס ספרים וואס האבן לאנג פארענטפערט אלע טענות פון ר' יחיא, כאילו ער איז עפעס דער חכם מכל אדם וואס האט אנטדעקט ווער ווייסט וואס? האט ער דען געזען די ספרים פון ר' יצחק אייזיק חבר, דער רמח"ל, דער אימת מפגיע (ביידע), און נאך? ווארטסט אויף תירוצים? לערן די ספרים און קום מיר צוריק.

אפפטר'ן תורת הסוד ווי הרב יחיא האט געטון מיינט פארמאכן די אויגן און די אויערן און שרייען 'לאלאלאלא'. עס איז אפשר נישט קיין כפירה, אבער טפשות איז עס.
 
די ווילנער גאון איז געווען זייער קלוג, אבער ס׳פעלט נישט קיין קלוגע מענטשען אויפן וועלט, נישט אלעס דארף יעדער קלוגער מענטש וויסן, און טראכטן.
ס׳וואלט מיך גראדע נישט געווען קיין חידוש אויב דא אין קרעמל איז אויך דא אזאלכע קלוגע מענטשן ווי דער ווילנער גאון, נאר דו געבסט עם אטאריטעט פון א יידישע שטאנדפונקט, וואס אויב אזוי איז נישטא קיין סיבה אריינצוברענגען זיין קלוגשאפט דא.
 
לעצט רעדאגירט:
שוין ווידער רעדסטו פאר יענעם.[

לאמיר רעדן פאר דיר. דו ווילסט זיך שמד'ן, און נאכאלס עסן קוגל פון אונז. א גלגול פון דער מושב זקנים פון קאוועשטיבעל. גיי שמד זיך, און עס doritos אין קירכע. דיין שרייבן דא גיבט שטאף פאר די אלע וואס זאגן אז די אפגעפארענע זענן געווענדליך די שוטים וואס זוכן אויפמערקזאמקייט.
 
לעצט רעדאגירט:
זיי האבן נישט אריינגעקלערט אין דעם ווייל פארוואס יא? קיינער האט זיי נישט געמאכט טראכטן אז ס׳איז צריך בדיקה, פונקט ווי יעדער גלייבט רוב שטותים וואס איז אנגענומען.

און פונקט ווי יענער אונטערחכם וואס דו האסט געברענגט פריער.
הוא אשר דיברתי. אלע גדולי ישראל וועלכע האבן געלערנט זוהר האבן נישט אויפגעפאסט די אלע קושיות. איך הער. טאקע דאס האט דער קלוגער איד געזאגט איר האלט אז ער איז נישט קלוג? איך הער. דער חיד”א אגב האלט איר אויך אז ער איז נישט געווען קלוג? אז ער איז נישט געווען עקספאוזד צו די טענות?
סך הכל. הגם עס איז נישט פון די עיקרי אמונה צו גלייבן אינעם זוהר, וויל איך ענדערש זיך טועה זיין אויף די זייט פון רוב גדולי ישראל, ווי זיין גערעכט מיט שד”ל, קאפח ודעימיה.
 
עס איז זייער פשוט. הרב קאפח האט אנגענומען אז דער רמב"ם'ס מורה הנבוכים איז הלכה למשה מסיני (ווי די ערשטע וועג @מי אני האט צוגעברענגט אין זיין אשכול), ממילא קען נישט די איידיען פון די זוהר זיין אנדערש ווי נשפע פון די גוים.
דער עדיטוט פוןקאפח זעהט זיך אין אין קאפח׳ס ביאור אויפ’ן ראב”ד ווי ער שטעכט אים אריין כסדר פשוט ווייל ער איז פונעם רמב”מ’ס ”טיעם”..
 
בנוגע דאס אז אסאך גדולי ישראל האבן אנגענומען די זוהר אלס אטענטיש, האב איך טאקע אמאל געשריבן אויף ק"ש אז די גרעסער ראיה אויף די אויטענטישקייט איז פון דער גר"א וועלכע איז געווען זייער א קרטיקל טראכטער ביחס צו אנדערע אחרונים.

דאך, פינקט ווי דער רא"ש שרייבט בנוגע כללי הפסק, "לפי שידעו ששמואל היה רגיל תמיד לפסוק דינין, ולכך היה מדקדק בהן ויורד לעומקן ומשכיל על כל דבר אמת, וכן רב היה רגיל לדקדק בהוראת איסור והיתר, לכך סמכו על הוראותיו לעניני איסור והיתר", די זעלבער איז מער מסתבר צו אנעמען דער יעב"ץ אדער דער רד"ל וועלכע זענען געווען מומחים אין די נושא, נמצא אז עס איז בכלל נישט "רוב גדולים" נגד מיעוט, אויב נעמט מען אן ווי דער יעב"ץ.

דאס איז אויב וויל מען לערנען היסטאריע פון אידן וואס עיקר חכמתם איז געווען אין הלכה.

איך ווידערהויפט אז דער גר"א'ס שטומעניש איז די גרעסטע ראיה לדעתי, כאטש ער שרייבט נישט קלאר אז עס איז פון רשב"י (כפי ידיעתי).
 
און דער חיד”א?
 
איך הער. זענען אבער אלע גדולי ישראל אשר מפיהם אנו חיים געווען אזוי דום? האבן זיי נישט געזען קם כולי תנאי ואמוראי קמי ר’ שמעון? זענען זיי נישט געווען בקי בסדר דורות התנאים? צו ענפערן ניין פאדערט א שטארקע מאס גיאות.
ווער עס קען אביסל מענטשן ווייסט אז די קשיא הייבט זיך נישט אן
 
דער חיד"א איז עפעס געווען א גרויסער קריטיקעל טינקער? ער איז געווען א גרויסע ידען. די יעב"ץ איז געווען א קריטיקעל טינקער.

פון די גרעסטער ידענים בדורו אבער זיין שניט איז בכלל נישט קריטיקל. גיב נאר א קוק וואס ער שרייבט בנוגע 'מטפחת ספרים' און וואס ער שרייבט אויף דער ארי נוהם. און בכלל ברענגט ער דאך אראפ די גאנצע געשיכטע ווי אזוי מען האט געפינען די זוהר.
 
דער חיד"א איז עפעס געווען א גרויסער קריטיקעל טינקער? ער איז געווען א גרויסע ידען. די יעב"ץ איז געווען א קריטיקעל טינקער.
איר האט קיין חיד”א קיינמאל געלערנט. ער איז געווען סיי א מלקט, סיי א מבקר, און סיי א מבין אויף antiquities. עפנט אויף שם הגדולים ווי איר ווילט, ליינט דורך שטייטליך פינף בלעטער, און דאן קומט צוריק.
א גוטע נאכט
 
לעצט רעדאגירט:
איר האט קיין חיד”א קיינמאל געלערנט. ער איז געווען סיי א מלקט, סיי א מבקר, און סיי א מבין אויף antiquities. עפנט אויף מעגל טוב ווי איר ווילט, ליינט דורך שטייטליך פינף בלעטער, און דאן קומט צוריק.
א גוטע נאכט
ער האט געהאט דעות, אבער נישט קיין מבקר (critical thinker).
 
און די אלגעמיינע וועלט וועט קיינער נישט זאגן אויף קיין שום נושא "אויב אזעלכע לייבן און גאונים ווי .... און ...האבן נישט אזוי געהאלטן האלטסטו אז דו ביסט קלוגער ווי זיי?", ווייל עס איז פשוט שכל'דיג אז אפילו די קלוגסטע מענטשן אויף די וועלט האבן נישט אלעס געוואוסט און געקענט און געטראכט. אוודאי אויב האבן זיי מעיין געווען און געזאגט א מיינונג אויף א נושא דארף מען נעמען זייער מיינונג ערענסט, אבער מ'דארף אויך זעהן וואס זענען זיינע סיבות און צו זענען זיי מאסגעבנד.
 
שוין געליינט 'מעגל טוב' און שטארק הנאה געהאט, מען זעט דארט אביסל מער קריטיק אבער "נאר אויף רבנים פון זיין דור", אבער אויף א ספר וואס איז שוין געווארן קענענייזט ביי כלל ישראל וועסטו קיינמאל נישט זען קריטיק נאר פערי טעילס צו פארענטפערן די אנגענומענע.

לילה טוב צו דיר אויך הער דאקטער ראבינער [אויב קענסט נישט איינשלאפן קוק אריין בשם הגדולים ערך יהודה מודנה פאר א שיינע פערי טעיל].
 
בשעתו האב איך געזעהן אין יענע ביכל אויף טשעבינער רב אז איינער האט געזאגט פאר צאנזער רב אויף א געוויסע ספר (דאכצעכמער פרי מגדים) אז ער מאכט קיינמאל נישט קיין טעות, האט איהם צאנזער רב געזאגט אז ס׳איז כפירה אזוי צו זאגן ווייל ס׳איז קעגן א בפירושע פסוק שגיאות מי יבין 🤷‍♂️
 
לעצט רעדאגירט:
און די אלגעמיינע וועלט וועט קיינער נישט זאגן אויף קיין שום נושא "אויב אזעלכע לייבן און גאונים ווי .... און ...האבן נישט אזוי געהאלטן האלטסטו אז דו ביסט קלוגער ווי זיי?", ווייל עס איז פשוט שכל'דיג אז אפילו די קלוגסטע מענטשן אויף די וועלט האבן נישט אלעס געוואוסט און געקענט און געטראכט. אוודאי אויב האבן זיי מעיין געווען און געזאגט א מיינונג אויף א נושא דארף מען נעמען זייער מיינונג ערענסט, אבער מ'דארף אויך זעהן וואס זענען זיינע סיבות און צו זענען זיי מאסגעבנד.

שוין געליינט 'מעגל טוב' און שטארק הנאה געהאט, מען זעט דארט אביסל מער קריטיק אבער "נאר אויף רבנים פון זיין דור", אבער אויף א ספר וואס איז שוין געווארן קענענייזט ביי כלל ישראל וועסטו קיינמאל נישט זען קריטיק נאר פערי טעילס צו פארענטפערן די אנגענומענע.

לילה טוב צו דיר אויך הער דאקטער ראבינער [אויב קענסט נישט איינשלאפן קוק אריין בשם הגדולים ערך יהודה מודנה פאר א שיינע פערי טעיל].
איר קענט אויך זעהן זיין takedown פונעם שושלת הקבלה, דער חידוש איז אז ער איז נישט קיין קריטיקעל טינקער....
 
דאס איז נישט קיין מורא'דיגע טענה, נאך 200 יאר צי 400 יאר וואס דער זוהר איז געווען אנגענומען ביי יעדן איז בכלל נישט קיין פשוט'ע זאך צו קומען פלוצלינג און אנהייבן צווייפלען אין עפעס וואס איז אנגענומען ביי כלל ישראל. מען קען גאנץ זיכער זיין אז רוב פון די אלע אויסגערעכענטע און נישט אויסגערעכנטע גאונים, ווען זיי דארפן ווען מאכן די הכרעה גאנץ אנהייב איבער די אויטענטישקייט וואלט געווען גענצלעך א אנדערע מעשה.
 
א. איך געדענק פון קאווע שטיבל, אז דער שמועס איז געלאפן פאראלעל מיט דעם שמועס אויף גילוח שערות ביי אשה. דאס קומט, וויבאלד מען האט אונז פארקויפט אז מען שערט זיך די האר על פי זוהר צוזאמען מיט נאך פולע סטופיד מקורות. דאס ערקלערט די פארזענליכע טאן וואס געוויסע באנוצער נעמען אן ארפצורייסן דעם זוהר. איך ויל קלארמאכן אז אפגעזען ווער עס האט געשריבן דעם זוהר האט רשב”י׳ס ווייב זיך נישט געשוירן.
ב. פאר דער וואס זאגט אז און די אלגעמיינע וועלט איז נישט דא אזא מושג ווי אויב אזוינע לייבן האבן אזוי געזאגט וכו׳ האב איך איין ענפער; גיי אין קאלעדזש! איך האב אויך געמינט אז איך וועל בעגעגענען א פרי עקסטשעינדזש אוו איידייעס...וואטעווער.
איך האב אמאל געדארפט ריספאנדן צו דעם prompt.
How does past slavery affect the African-American population in contemporary times?
ווי א חכם האב איך געשריבן וואס איך האב געשריבן...איך האב אזוינס געכאפט דערפאר....
 
אדער דער רד"ל
אוודאי זאל מען אננעמן ווי דער רד"ל. לאמיר זען וואס ער האט געשריבן דא

אדער פלוצלונג ווערט ער אויך אויס קאפעלוטש מאכער?

לגבי די אלגעמיינער וועלט, איז @דאקטאר-ראבינער הונדרעט פערצענט גערעכט אז אטאריטעט איז א גרעסערע זאך ביי זיי ווי ביי אונז אין בית המדרש. אבער דא שטעקט עפעס אנדערש. צו זאגן אז דער גר"א האט ערגעץ אין א חשבון געהאט א טעות, און פון דארט איז ער פארקראכן, איז א פשוט'ע גאווה. אבער צו זאגן אז ער האט געבויט רוב זיין לעבן אויף א טעות וואס יעדער שטינקער קען כאפן, איז דאך טפשות. פראביר צו גייען אין קאלעדזש און זאגן אז איינשטיין איז געווען שיכור בשעת'ן ערפינדן זיין טע'אריע, און מ'קען אים לייכט אפפרעגן. דאס איז די פאראלעל צו דא.
 
Back
Top