ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

סאיז נישט קיין סוד וואס מען שפילט סאיז מער די פוינט אז זאלסט זען אז איך לייג אראפ פאר דיר. איך האב עס אויך ווען די חברים רופען איך זאל גיין פארברענגען מאך איך אויך זיכער אז מיין ווייב ווייסט אז מען האט מיר גערופן און איך גיי נישט אזוי אפרישיעט זי עס
פארוואס טאקע גייסטו נישט?
 
נישט דא קיין שום חומרא.... פון אלע פוסקים איז דא איין באר משה וואס האט נישט גוט אפגלערנט די גירסא אין גמרא...
עס איז גראדע יא דא איין פריערידגע מקור פאר די משוגעת:

לחם משנה הלכות אישות (טו,יח) Mishneh Torah, Marriage 15:18

אבער כמובן צו מעדיף זיין א לחם משנה איבער אן אפענע רש"י דארף מען זיין גאר קרום
 
דאס איז גאר גוטע נייעס! אבער פון די אנדערע זייט האב איך מורא אז זכו איז צו פרום אויב זיי האבן באוויזן צו באקומען אזויפיל הסכמות.
לויט וויפיל כ'האב מיך נאכגעפרעגט אויף דעם, איז עס כמעט נישט געווארן געטוישט, ממש א ווארט דא א ווארט דארט מ'זאל קענען זאגן אז מ'האט ארומגעטוישט
 
רופטס אריין יאנקעלע כהן'ס ליין ער שרייט און פארפירט ווי א צאפ אז אלעס איז פאלש, בלא בלא....
ווילאנג ער האקט בין איך רואיג.

איך האב אים יעצט אויסגעהערט און ער ווייסט נישט וויאזוי צו עסן דאס וואס ער האט געדעקט דעם פארשעי רבי'ן, און ער איז זיך מתמרמר אז ר' משה גרין און ישראל משה דירנפעלד לעבן שוין נישט.
 
דעם פארשעי רבי'ן
ער דערמאנט אים?
אדער האסט פארשטאנען אז ער מיינט אים?
(איך האב נישט געקענט כאפן וועמען ער מיינט, און ער איז טאקע געווען די איינציגסטע וואס ס'האט געשטימט, אבער נישט געווען זיכער)
 
ער דערמאנט אים?
אדער האסט פארשטאנען אז ער מיינט אים?
(איך האב נישט געקענט כאפן וועמען ער מיינט, און ער איז טאקע געווען די איינציגסטע וואס ס'האט געשטימט, אבער נישט געווען זיכער)
ער דערמאנט נישט זיין נאמען אבער מיינט אים בלי ספק
 
ווילאנג ער האקט בין איך רואיג.

איך האב אים יעצט אויסגעהערט און ער ווייסט נישט וויאזוי צו עסן דאס וואס ער האט געדעקט דעם פארשעי רבי'ן, און ער איז זיך מתמרמר אז ר' משה גרין און ישראל משה דירנפעלד לעבן שוין נישט.
די וועג וויאזוי ער באהאנדלט דא די בעלזא דיין איז אויך פישי

ער האט שוין בעבר אמאל יא זיך קעגן געשטעלט אים, אבער זעהט אויס אז יעצט וויל ער נישט אויפגעבן, און האפט יא אז דער בעלזא דיין וועט מיטשטיין מיט אים

(אינמיטן גיבט ער אזא פארשמיר ר' שמואל ניימאן שליט''א, אהן דערמאנען אז למעשה האט ער באקומען אדאנק זיין מערכה א אייגענע שיינע שול, און האט אהן א שיעור אידן וואס גייען צו אים פאר אלע סארטן הילף - און אז למעשה שיקן צו אים אפי' גאר היימישע רבנים)
 
ער דערמאנט נישט זיין נאמען אבער מיינט אים בלי ספק
זעהט אויס אז ער איז ארויף צו אים
און ר' חיים לייבוש האט אים קלאר געזאגט אז ער שטייט מיט מיט זכו!
און ס'וועט נישט העלפן גארנישט!

אז נישט, פארוואס זאל ער אזוי שנעל אויפגעבן אויף אים
 
רבי משה עבער, איז א צדיק פון א יוד, א מומחה עצום בעניני אישות, ווען ער רעדט מיט א יונגערמאן כאפט ער אין די ערשטע 20 מינוט פונקטליך ווי זיין נפש שטייט אין דעם נושא, ווי ער אדער זי מוטשען זיך, ער גייט מיט ווי א געטרייער חבר וואכן און חדשים, טריט ביי טריט, ביז ער שטעלט אוועק דעם גאנצן עסק על דרך המלך. - עס איז א חידוש ווי א יוד א בן תורה (קיינמאל נישט שטודירט) זאל האבן אזא לעכטיגע קלארקייט, ער איז ממש געבענטשט פון הימל אויף דעם געביט. - אסאך פון די שרייבערס דא אין 'קרעמל' איבער די אלע נושאים, וואס קריכן און זיכן א ישועה אין אלע מבואות המטונפות, אין טרעפן נאך אלס נישט קיין סיפוק, בין איך אייך מייעץ 'בידעי ומכירי קאמינא', כאפטס א פריוואטער סעשאן מיט ר' משה נ"י, ס'וועט ענק ווערן ליכטיג פאר די אויגן, עטס וועטס געוואויר ווערן א חידוש עצום, אז דאס יודישע לעבען תורה שטייגער מיט די אמת'ע אומגעפעלטשע רעסיפי, איז פול מער סעטיספייאינג פארן גוף און פאר די נשמה, פון סיי וואס דער גוי פארקויפט, מיט א אמת'ע הייליגע פרייליכע תורה'דיגע הדרכה, קויפט מען זיך איין די וועלט און יענע וועלט 'זכו' שכינה שרוי' ביניהם - טעמו וראו כי טוב ה' !!
 
ווילאנג ער האקט בין איך רואיג.

איך האב אים יעצט אויסגעהערט און ער ווייסט נישט וויאזוי צו עסן דאס וואס ער האט געדעקט דעם פארשעי רבי'ן, און ער איז זיך מתמרמר אז ר' משה גרין און ישראל משה דירנפעלד לעבן שוין נישט.
איך טראכט אז ער רעדט פון ר׳ חיים פלאהר,
ער איז זיין רב וואס ער עדענטעפיידט זיך מיט אים,
כ׳מיין אז ער׳ט זיך ציגקריגט מיטן פארשעי׳ר
 
איך טראכט אז ער רעדט פון ר׳ חיים פלאהר,
ער איז זיין רב וואס ער עדענטעפיידט זיך מיט אים,
כ׳מיין אז ער׳ט זיך ציגקריגט מיטן פארשעי׳ר
ער רעדט פון א רבי מיט א געבלומטע בעקיטשע, אויף ר' חיים פלאהר וואלט ער נישט געזאגט אז ער איז פארדארבן נאר פארנארט
 
ווי הערט מען דער יענקלע כהן?
אויך, ווי איז מעגליך אז איינער מיט א האטליין, א בחינה פון ארשיווע רב אדער געשטעטנער, זאל האבן א השפעה אויף רבנים? די רבנים כאפן נישט גלייך וואס טוט זיך?
איך זעי וויאזוי מענטשן קומן צו מיין רב, און עס זענן דא דרייקעפ וואס קענן אדורכשטופן, אבער נישט משוגעים פון דער קאליבער.
 
קענסט נישט דו רבנים, זיי וויסען נישט וואס טוט זיך און האבען מורא פאר זייער אייגען שאטען אז מען וועט זאגען אז ער איז א קל איז וואס מער פרום בעסער איז עס פאר מיר
 
ווער סהאט נישט געכאפט האקט ער אויך אויף חיים שלום לעפקאוויטש (וואס ער איז היינט צוקריגט נאך די "אש דת" [מירון] פרשה) וואס האט אריינגעארבעט אויף די הסכמות.
 
Back
Top