ועתה אמת אגיד לך; די ארגאניזאציע "זכו"

1000171601.webp
 
א נייעם איסור?! מ'טאר נישט קושן די ווייב שלא במקום מצוה?!

לדעתי דארף מען מפרסם זיין דער היתר פאר דעם בריש גלי, און אזוי וועלן מיר פארמיידן די אלע טענות.

נישט נאר א היתר, נאר א געוואלדיגע מצוה, ואשרי חלקם של אלו הדואגים לטובת נשותיהם.
 
מיין מדריך האט מיר געמאכט א גאנצע בער פון אנכאפן (לכאורה אביסל ליבליך) שלא במקום מצוה, אנפאנגענדיג מיט א 'אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר', בשם ר' יענקעלע אז אויב קריגט מען זיך, און אויב מ'וועט אנכאפן וועט זיך עס בארוהיגן מעג מען. :ROFLMAO:
 
דאס איז איינע פון מיינע ערשטע מעסעשזעס דא אויפן פלאטפארם אויף דעם נושא איך מיין אז עס איז נאך רעלאוואנט.
 
מיין מדריך האט מיר געמאכט א גאנצע בער פון אנכאפן (לכאורה אביסל ליבליך) שלא במקום מצוה, אנפאנגענדיג מיט א 'אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר', בשם ר' יענקעלע אז אויב קריגט מען זיך, און אויב מ'וועט אנכאפן וועט זיך עס בארוהיגן מעג מען. :ROFLMAO:
כאטשיג א הצלה פורתא ......
קודם לערנט ער אויס אז מקריגט זיך 😄
 
ווער ס׳געדענקט ווען מען איז ארויסגעקומען מיט א קול קורא אקעגן הגאון ר׳ שמואל ניימאן שליט"א - איז בו בזמן ארויסגעקומען א דעפיטיציע פון אידישע קינדער מיט׳ן אינהאלט "ר׳ שמואל ניימאן לערנט ווייטער מיט אונז תורה"!!
דאס זעלבע וואלט יעצט געדארפט ארויסקומען "אונז ווילן זיין איש ואשה שזכו" וכדומה -אדער "ר׳ משה עבער זייטס ממשיך מיט אייערע עבודת הקודש"
אונטערגעשריבען ביי כל עמך בית ישראל!!
‎רשעות שאין כדוגמתה: מ׳האט ארויסגעשטעלט א קול־קורא מיט די נעמען פון פּריוואטע יחידים, וואס האבן בתמימות אונטערגעשריבן די פּעטיציע, און זיי האבן זיך אינדערפרי אויפגעוועקט צו א ביטערן שאָק, זעענדיג ווי זייערע נעמען זענען באשמירט געווארן אויף אלע גאסן, די ״פּרא שמואל ניימאן חברה״ וואס האבן געהאט א חלק דעראין וועלן פון גהינום נישט ארויסקומען!
 
גראדע דאכט זיך אז ס'שטייט אין שבט הלוי אז היינטיגע צייטן איז חיבוק ונישוק אסור שלא במקום מצווה ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל נישט קומען אביסל זרע חלילה
 
גראדע דאכט זיך אז ס'שטייט אין שבט הלוי אז היינטיגע צייטן איז חיבוק ונישוק אסור שלא במקום מצווה ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל נישט קומען אביסל זרע חלילה
כידוע האט ער נישט אייביג זיך אויסגעקענט מיט די מציאות הדברים ביי זיינע פסקים.
 
כידוע האט ער נישט אייביג זיך אויסגעקענט מיט די מציאות הדברים ביי זיינע פסקים.
קאן זיין, כ'ווייס נישט, אבער איז עס דען נישט אמת? דאכט זיך אז %80 איז עס ריכטיג
 
can i get in private the transcript and recordings of zuchi
 
לעצט רעדאגירט:
גראדע דאכט זיך אז ס'שטייט אין שבט הלוי אז היינטיגע צייטן איז חיבוק ונישוק אסור שלא במקום מצווה ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל נישט קומען אביסל זרע
Sounds sick
ווען מען עסט נאכטמאל זאל מען ווארטן 30 מינוט צווישן די ערשטע מאכל און די צווייטע, ווייל אפשר איז דא בשר בחלב.

שבת זאל מען אפציילן א יעדע טריט וואס מען גייט, כדי נישט צו עובר זיין אויפן תחום.

איך פארשטיי אז די דוגמאות זענען אנדערש, אבער אויב מען לאזט נישט יומענס זיין יומענס זעהט עס אויס סיק.
 
לעצט רעדאגירט:
רב וואזנר האט נישט צי שטארק אנגעגאנגן הלכה ער איז מער געגאנגען מיטן אונגערישע באטשי געפיל, אז אויב ענדזשוי איך מיך מוז עס זיין אסור.
 
פארוואס זאל זיך איינעם דאכטן אז היינט איז אנדערש בענין חו"נ ווי פארצייטענס? וואס האט זיך געטוישט?

ווען איך בין געווען א פרישע יונגערמאן, האב איך ביי זיך געקלערט צו דער זאך איז מותר אדער נישט, מיט די נערוון פון א יונגע מענטש. האב איך געקלינגן א רבי מיינעם, און איך האב אים געפרעגט וואס איז דער היתר. האט ער מיר גע'ענטפערט אז די פוסקים זענן פול מיט הלכות חו"נ, למשל בעונת הוסת וואס דעמאלס איז ביאה אסור, און פון דעסטוועגן האלטן זיי חו"נ פאר אן עקסטער הלכה, און פון דעם ווייסט זיך אויס אז שלא בעונת הוסת איז עס זיכער מותר. בילדותי האב איך אים געפרעגט צו היינט איז אנדערש, און ער האט עס קאטעגאריש אפגעווארפן, "די מענטשהייט טוישט זיך נישט".

אלענפאלס, דברי הרב וואזנר זענן זייער שווער, און הגם אז ביי א פרישע יונגערמאן וועט חו"נ אפט צוברענגן לידי קישוי, אפ"ה אין בזה איסור ווארום די קישוי איז דאך לאשתו.

איך זוך נאך א מקור אין ספרי חסידות אז מ'זאל מקפיד זיין אויף די עניינים. עס ווערט פארקויפט איבעראל כאילו ביי חסידים האט מען עפעס געהאלטן, און קיינער האט דאס נישט געוויזן.
 
גראדע דאכט זיך אז ס'שטייט אין שבט הלוי אז היינטיגע צייטן איז חיבוק ונישוק אסור שלא במקום מצווה ווייל ס'איז לא ימלט אז ס'זאל נישט קומען אביסל זרע חלילה
איך האב געפרעגט מיין חתן רבי און ער האט מיר געזאגט אז מיטן ווייב איז עס מותר אפי' אויב ס'קומט זרע. נישט נאר ביי הכנה למצוה (פרי קאם) איז עס הייליג. נאר אויך סתם אזוי ארויסצוווייזן ליבשאפט אפי' שלא בזמן המצוה.
 
איז ער אפשר א תלמיד פון ר' שמואל בוטח?
 
Back
Top