- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 80
- רעאקציע ראטע
- 574
איך האב נישט געפרעגט קיין רשות ביי קיינעם, און איך ווייס אפילו נישט וואס א טיטל צו געבן די פאלגענדע שמועס, לקט שכחה פאה? והנדחים? געבליבן בין איך ביי ספחת׳ניקעס, ווייס איך נישט פונקטליך פארוואס, נאר ס׳קלינגט מיר גוט דעם נאמען פאר די יעניגע רביש אייניקלעך מכל הנותר פונעם פריערדיגן רבי׳ן בעת דער נייער רבי דער פעטער פירט ברוב פאר ארום גענומען מיט זיין סוויטע און שומרי ראש און בנים ובני בנים יורשי עצר והמסתעף…
״ספחתניקעס״ רוף איך זיי, ווייל פונקט ווי א ספחת פעלן זיי יעדן אויס ווי א לאך אין קאפ. אנדערע רופן זיי די ״נותרים״ אדער ״בני יתר״, אפנים זיינען זיי א ביין אין האלז פאר יעדן ארום…:
1) פאר דער בית המלוכה גופא, די פמליא מיט די סוויטע, פארשטייט זיך, ווייל וואס זאל מען טון מיט די חברה, ארויס ווארפן? קען מען דאך נישט… גיט מען זיי א ביינדל לא יחרץ געלט, א צומי… אז זיי זאלן איינזיצן, און ס׳א ״פּעין אין די נעק״...
2) פארן שיל מיט די חסידים, ווייל זיי קענען נישט דינען מער ווי איין גאט איין רבי, און אט אונטער די פיס דרייען זיך אומגעבעטענע פרינצן וואס זענען נישט אראפ צושלינגען נישט אויסצושפייען…
3) ואחרון חביב, פאר זיך אליינס… ווייל דער ספחת׳ניק שפירט ווי א ספחסניק, ער ווייסט אז ער איז איבעריג פלייש אויפן מזרח, אןן ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, האט ער זיך א טאג פיינט אליינס און א טאג פיינט אלעס ארום, און א טאג ווייסט ער נישט וואו ער וואוינט צו דא צו ערגעץ אנדערש אויף דער וועלט
דער ספחת׳ניק שטייט און קוקט אויפן אנדערן זייט גדר כלפי די יעצטיגע בני מלוכה מיט אויגן געמישט פון קעלבענע פארלוירנקייט און קנאה, ער דערמאנט זיך אז נישט לאנג צוריק איז ער אויך אזוי געווען, און ווינדערט זיך וואס עס קלערן די אייניקלעך וואס גייען זיין די קומענדיגע ספחת׳ניקעס… ווייל די גזרה פון ספחת שלאגט יעדן אן רחמנות ווען ס׳קומט זיין צייט
דער ספחת׳ניק מיטשעט זיך אויף פרנסה, נעמט וואס א כיבוד מען גיט אים, און זיין לעבן איז האפנסלאז, ער לעבט אין א לעבנסלענגליכער אידענטיפיקאציע קריזיס, און ער ווייסט אזוי וועט ער אויך שטארבן. ער ווייסט אז ער קען צופיל נישט וואקסן ווייל וואקסט ער צופיל וועט ער אנקומען צו א דאך, און דער דאך איז דער רבי דער פעטער שליט״א מיט זיינע בני מלכים די שוועסטער-קינדער, און פון דא און העכער זאל מען געהיטן זיין פון זיך צו וואקסן… און ארויס גיין איז נישטא וואו.. שפירט מען זיך ווי קין וואס איז ארויס געווארפן געווארן פון גן עדן, ווייל וואו קען ער שוין גיין דינען פרעמדע געטער?… זיך שטאפן מיט פת עכו״ם… און וואס זאלן די נייע מענטשן מיט אים טון? קושן זיי רינג?… זיי האבן זיך יעדער זיין רבי זיין גוטער איד זיין באבא….
דרייט זיך דער ספחתניק ווי א שאטן נעבעך אויף דער וועלט, אינעם תוהו-שפיראל, אינעם - ״שטינקט נישט און שמעקט נישט״ זאנע, און ס׳בלייבט אים נישט מער צו טון ווי זיך פארטעמען מיט פעילות וואס ער טויג צו וואס ער טויג נישט. זיכט זיך אונטערן טיש צו מאכן נאך א רבי, זיך דארט אנשעפן מיט פרישע לופט, זיך אויסוויינען צו אים זיין צומישט נפש פון א פארבלאנדזשעטער בן מלך, זאל ער אים מחזק זיין און זאגן את הדרך אשר יעשין, נאר גלייבט ער נעבעך נישט אים, ווייל א רביש אייניקל גלייבט נישט אין קיינעם נישט, ווייל זיין זיידע איז צדיק הדור, זיין טאטן קען ער דאך… און דער היינטיגער צדיק האט אים צוגעפיקסט… איז אין וועמען זאל ערדזש נעבעך גלייבן?… פאלט ער אריין אין אופאריע אילוזיע, שגעון, און קרומקייט, און אזוי לעבט ער נעבעך אפ זיין לעבן
דרייט זיך דער ספחתניק נעבעך א פארלוירענער אויף דער וועלט, און ווארט אויף א ישועה פאר אים מיט זיינע בנים ובני בנים עד סוף כל הדורות