שפרה לאווען
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- פעב. 6, 2025
- מעסעדזשעס
- 45
- רעאקציע ראטע
- 578
לויט ווי מיין לערערין אין בית צירל האט מסביר געווען, זענען דעיס צוויי באזונדערע נושאים:
1.די פראצעס פון ארויסגיין פון א מצב וואס דו ווילסט נישט,
2.די נסיעה פון וואנדערן צו וואוהין דו ווילסט דערגרייכן
אין מיין געשיכטע,
סיי ערשט ווען איך האב זיך געגרייט צו פארלאזן קרית טאהש,
סיי אויך אין מאנטריאל ווען כ’האב נאך געוואוינט אין די חסידישע געגנט און פרובירט
to extracate myself
פון די חסיד’ישע וועלט,
איז א גרויסע טייל פון מיין הצלחה געווען געווענדט אין די קלארקייט און זיכערקייט וואס איך האב געהאט אין די סיבות פון מיין ׳ויצא׳
דאס איז געווען די תנאי צו קענען מצליח זיין צום סוף און אנקומען וואו איך האב געוואלט
ווען נישט וואלט איך געווען ווי מאמע רחל און געשטארבן אונטערוועגנס…
אין אנדערע ווערטער,
יעדע שלב פון מיין רייזע, האט געפאדערט פון מיר אן אייזן שטארקע סיבה פארוואס איך וויל נישט און קען נישט בשום אופן פארזעצן מער דארט וואו איך בין.
ממילא, נאך איידער כ’האב אפילו געהאט א פלאן וואו איך וויל גיין! און וואס כ’דארף טון דארט אנצוקומען… האב איך געמוזט זיין קלאר איבערצייגט אז מיין ויצא איז גענוג וויכטיג און ווערד די הויכע פרייז (PRICE).
אייידער איך וועל אנהייבן רעדן פון די השתלשלות, און אביסל שילדערן די פרייז, וועל איך דא קודם אביסל ארומרעדן וואספארא קערנער זענען געפלאנצט געווארן אין אנהייב צו קענען שפעטער ברענגען די פרוכט פון: א פולע איבערגעגעבנקייט צו מיין ציל.
ווען מיין מאן האט אפנהארציג מיטגעטיילט מיט מיר זיין ווייטאג אויף דעם וואס מ’האט אים
deprived of education
האב איך אוודאי פיינט געהאט צו הערן קריטיק אויף די סיסטעם און משפחה.
אויב זענט איר באקאנט מיט סיי וועלכע פון מיינע לידער, איז געווען מיין ציל אלעמאל צו מינימיזירן די שלעכטס אבער כ’האב געמיינט אז דורכ’ן גלאריפיצירן די גוטס דערגרייכט מען עס! (באגראבן מיין קאפ אין זאמד איז געווען עפעס וואס מיין חינוך האט מיר צוגעוואוינט צו טוהן)
ווען מיין מאן האט ארומגערעדט די רשעות’דיגע ברעינוואשינג פון זרע לבטלה און אזויפיל אנדערע סיגופים וואס מ’האט איינגעפלאנצט אין חדר און אין ישיבה
איז עס געווען ווי זאלץ אויף די וואונדן פאר מיר, ווייל ער האט ארויפגעברענגט אויפ’ן אויבערפלאך אלעס וואס איך האב פרובירט צו דערשטיקן אין מיר. און ס’האט געמאכט ברויזן א רצון פאר ישרות און גוטס, און אויך א ווילן אפצושטעלן די שלעכטס.
אבער מיין כעס האב איך נעבעך אויסגעלאזט אויף זיין קאפ ווייל כ’האב נישט געהאט קיין אהנונג וואס צו טוהן מיט אזויפיל bottled up tension.
צו מיין גליק האט ער זיך קיינמאל נישט דערשראקן פון מיין כעס אדער ביטול (אוועקמאכן) - ער האט זיך שוין פון קליינערהייט נעבעך געדארפט ספראווען מיט אזעלכע טריטמענט.
אז איך וועל זאגן אז מיר האבן געהאט א BUMPY RIDE וועט עס באמת זיין אן UNDERSTATEMENT
מיר האבן זיך אין אנהייב פון אונזער טראנספארמאציע כסדר צוזאמענגעשטויסן ווי BUMPING CARS - ביי יעדע “נייע געדאנק” וואס איך האב געהערט פון אים
נישט אומזיסט האט זיך הלל יואל קעפעטש און נאך אסך קנאים מחי’ געווען מיט מיין מסורה ליד, ס’געווען אזוי טיף איינגעבאקן אין מיר די פחד פון זיך אוועקרירן אפילו א האר פון וואס מיין מאמע און באבע האבן געטון
אבער מיין מאן האט אלעמאל זייער גוט געהאנדלט: ער האט געלייגט זיין עיגא אין א זייט און געפאוקעסט אינגאנצן אויף זיין ציל: אפצוהיטן אונזערע קינדער פון די פיין וואס ער איז אדורך
אפילו ווען איך האב אים באגאסן מיט הייסע קוילן פון פראסטראציע האט ער זיך געהאלטן רוהיג און קיינמאל נישט אויפגעגעבן זיין פלאן: צו טוהן אלעס אין די וועלט וואס ער קען צו העלפן אונזערע קינדער האבן א בעסערע לעבן (in any way possible )
ער איז אן אויסערגעווענטליכע בעל מידות און האט זיך בכלל נישט געקימערט מיט ווי שווער ס’איז אים אנגעקומען - אבי צו ראטעווען די קינדער! פון די תפיסה/די סיסטעם וואס ער האט געפילט פארשפארט דערין.
א מעשה וואס איז א קליינע ביישפיל פון די עגמת נפש וואס ער האט כסדר געליטן פון דעם וואס ער האט נישט געהאט קיין עדיוקעישן:
אויף היימאן’ס באס זענען מיר ביידע געזעצן מיט שפאנונג, פארנדיג צו א שמחה אין ניו יארק, און דער אפיציר ביים גרעניץ איז דורכגעגאנגען די רייעס איינס ביי איינס קוקנדיג די פאספארטן, ביז ער האט זיך אפגעשטעלט ביי מיין מאן’ס בריטישע פאספארט און געפרעגט א שאלה אויף ענגליש. מיין מאן האט נישט פארשטאנען קיין ווארט און דער פאליציאנט האט זיך אנגעהויבן בייזערן און חושד זיין אז עפעס מאכט נישט סענס דא: זיין פאספארט זאגט אז ער איז אן ענגלישער סיטיזן און דא שטעלט זיך ארויס אז ער רעדט ניטאמאל קיין ענגליש?!
אוודאי זענען דא מענטשן וואס זענען געבענטשט מיט א טאלאנט פאר שפראכן און כאפן אויף גרינגער צו רעדן ענגליש אפילו אויב מ’האט זיי נישט געלערנט אין די יוגנט. אבער נישט יעדער איז LUCKY צו האבן אזא מעגליכקייט און פאר אים איז געווען ביטער שווער!
אפילו שפעטער ווען ער האט גענומען ענגלישע קלאסן פאר וועלכע ער האט זיך געשלעפט כסדר קיין מאנטריאל פאר א לאנגע צייט (און מיר האבן געצאלט א הון רב אויף דעם) איז עס אויך געווען שווער פאר אים אויפצוכאפן ענגלישע גראמאטיק (עכ״פ מער ווי פאר מענטשן וואס האבן א ספעציעלע חוש פאר שפראך, בפרט אז יענע אידישע ארגאניזעישן האט נישט געהאט די בעסטע שפראך לערערס…)
אפילו אויפ’ן וועג צו מאנטריאל האט ער אמאל געהאט אן איבערלעבעניש מיט א דרייווער וועלכער האט זיך שטארק צובייזערט אויף אים, ווייל מיין מאן האט נישט געקענט קומען צום ווארט מסביר צו זיין וועגן א מיספארשטענדעניש וואס איז פארגעקומען און ער האט מיר געזאגט אז ער פילט ווי אן אינוואליד, כאילו איינער וואס מ’האט אים אפגעהאקט די הענט און ער קען זיך קוים אן עצה געבן.
די איראניע איז, אז יענע מעשה האט מיר שוין געמאכט טראכטן מער ערנסט וועגן די פראבלעם פון נישט לערנען ענגליש - ווייל דאס איז דאך גורם אזא חילול ה’!
המשך יבא.

לעצט רעדאגירט: