והנדחים מארץ הבנש״קים

יעצט כאפ איך ווי דו באציזט זיך וכמובן סארקאסטיש
איך האב פארציילט וואס סאטמאר רב האט מייעץ געוועהן מענטשען, וואס די מענשטען וואס פארופען זיך על שמו טוען איז נישט מיין פראבלעם, נישט די ערשטע אדער זיבעטע זאך וואס זיי טוען לויט די אייגענע באקוועמליכקייט

ווי קומט דא אריין וויזניץ?
מען רעדט פון בנשקי''ם (נישט קיין חילוק וועלעכע) וואס האבן מחליט געווען צו נעמען זייער פרנסה אויף זייער אייגענע אחריות. לאפוקי' דעם עולם'ס אחריות.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250401_141803_Messages.jpg
    Screenshot_20250401_141803_Messages.jpg
    170.4 KB · געזען: 115
דאכט זיך אז היינט ביי וויזניץ'ער אייניקלעך און סאטמארער אייניקלעך זענען שטארק בעלי בתישע אינגעלייט. ווי אויך האט זיך די זענטא רב הרב הצדיק ר' ליפא שליט''א אויך אויס געטוהן דעם בעקיטשע בכסאות שפיע יד (הנקרא שיפע טאשן)
ווען איך קען ווען רעד איך אויך אפ מיינע קאמפעטישען פון קאמפיטן מיט מיר.
 
זענטא איז געוועהן א געהעריגע בעה"ב בחייו פונעם טאטע, די "רבנות" איז געבוירען נאכן פטירה
דער בר''מ אליינס איז אויך געווען א בינעסמאן.
אזוי אויך יעדער איד כמעט וואס זיינע קינדער ''טארן'' נישט ארבייטן. נאכ'ן מלחמה ווער האט דען נישט געארבעט?
 
זייער אסאך האבן אבער יא, סיי ווייל אנדרעש איז געוועהן שווער צו לעבן און סיי פשוט האבן זיי נישט געהאלטען ביים ווערן רבי'ס נאר שפעטער אויף די עלטער איז געקומען די תאוות הכבוד אדער האט מען עניוועי שוין נישט געארבעט

לדוגמא:
די 3 רובין ברודער מוזשאי, סאסרעגען & סוליצא
משפחת וואגשאל, א חלק ארבעט נאך אלץ
אלכסנדר ב"פ - קיינמאל נישט געוואלט האבן א שול נאר בניו הצדיקים האבן איהם געזעצט אויפן שטוהל והשאר היסטוריע
 
איך האב אמאל געהערט, איך האב נישט קיין איינונג אויב עס איז אמת, אז עס איז געווען א געוויסע רבי'לע וואס מען האט אים אנגעטראגן צוויי בחורים גלייך נאכ'ן קריג: יאסל סאקס און פייש לאווי. האטער געמאכט א פשוט'ער חשבוןף ווער וועט בעסער ברענגען פרנסה? נאוואדע יאסל סאקס מיט זיינע צוויי ידים! ווייניג האט ער געוואוסט אז פייש לאווי וועט שפעטער ווערן א רבי און דערשרעקן פרענקען טו דע טון אוו מילליאנס יערלי... און וואס יאסל סאקס וועט טון מיט זיינע צוויי געזונטע ידים....
 
זיי ביטע מסביר פאר די אינו יודע לשאול ווער יוסל סאקס און זיין שווער זענען
 
די שווער געדענק איך נישט אויף די מאמענט. יאסל פלעגט פארקויפן ספרים אין סאטמאר 53. ער פלעגט ניצן זיינע ידים צו שלעפן ספרים מיט זיין הענדטראק..
 
די נידחים ווי די רופסט זיי באקומען פעיראל פון די העדקוואדערס, זיי מעגן טאקע נישט ארבעטן אבער געלט האבן זיי גענוג, ער קען טעכניש ארבעטען באהאלטענערהייט ביי זיך אין ספרים צימער, היינטיגע צייטן וואס מען דארף שוין נישט פיזיש אריינגיין אין דזשאב.
 
די נידחים ווי די רופסט זיי באקומען פעיראל פון די העדקוואדערס
קען זיין איך בין נאאיוו אבער איך מיין אז די צייטען האבן זיך שוין מער ווייניגער גענדיגט. וועלכע הויף האט אזויפיל געלט? קינדער אולי אבער אייניקלעך? איך מיין אז נישט
 
איך קען נישט א יעדע חצר אבער אין מיין קהילה זענען די אייניקלעך יא אויף פעיראול.
 
בנשקלע"ך בזמנינו

ווען דער בל שם האט געגרינדען דרך החסידות, האט ער נישט אוועקגעשטעלט אז דאס איז א ירושה חפץ. א יעדע איד האט געקענט ווערן א תלמיד, און די תלמידים זענען געווארן אייגענע רביס. רוב רביס ווייסט מען ניטאמאל פון די קינדער ווייל זיי האבן נישט ממשיך געווען די קאמפאני

היינט איז דאס א משפחה קאמפאני, און עס איז אויסגעשטעלט אויף א וועג וואס פארמערט מחלוקות, און צוימט איין א בנש"ק מיט זייער אסאך באַגרענעצונגען, גדרים און משוגעתן. און סתם א צווילע איד קען חלומן פון זיין א רבי... (יא וועטס מיר ברעגען אויסנאמען דער און יענער, איך רעדט אבער בכללית)

עס איז דא דער בנש"ק וואס איז די עלצטע בן אחר בן, ביי אים האב מען שוין אין די וויגלא געלייגט קוויטלעך, ביי זיין אפשערן פרייען זיך די גאנצע הויף, זיינע מצוה צעטלעך ווייסט מען פאר יעדער איינער, ער ווערט אויפגעצויגען אז ער גייט זיין רבי און האבן רוח הקודש, פון די 3 יאר גייט ער מיט א בעקיטשע און קאשקעטל, ווי עלטער ער ווערט אלץ בעסער דארף ער לערנן און זיך אויפירן, די מלמדים אין חדר מאכן זיכער ער שאקעלטס זיך די מערסטע, און יעדער אין שיל וועט אים אנגעקיקן אויב ער שפילט און הערט נישט אויס די ליינען.

דערנאך איז דא זיינע ברודערס, זעלבע הייליג ווייל זייער טאטע איז די רב הצעיר, אבער זיי ווייסען רבי וועלן זיי "נישט" זיין, דעם עלטערע ברודער וועט ער דארפן דינען. סתם ווערן א באס דרייווער חס מלהזכיר (פאסט נישט פארן רב הצעיר א קינד), בלאבט איבער די ברירה זיך צי ציקרוגען מיטן ברודער און מאכן שבת פאר זיך.

יעצט צים קוזען צווייטע דור פונעם זיידעס פערטע קינד:

ווערט אויפגעצויגען אלץ די רביס אייניקעל, דארף גיין שבת מיט א בעקיטשע פון די 9 יאר אלט, די מלמדים האלטן און איין זאגן וואס פארא זכות זיי האבן אז די רבי'ס אייניקעל איז אין זייער קלאס, ביי זיין חתונה טאנצן אלע חסידים. ארבעטן א פשטע ארבעט, מעג ער נישט, די שטוב מענשטען פונעם זיידעס הויף וועלן זיין בייז אז ער פארשוועכט די מלוכה. ער האט נישט קיין שים טשאנש אפילו צי שלאגן מיט זיין ברודער, ווייל זיי ביידע זענען נומער #40 & #45 “in line to the throne”, בלייב איבער ער מעג באקימען א כלי קודש פאסטן וואס ער האט נישט ליעב. ווי אויך ווען ביסט געווען 3 יאר אלט האסטי געטראכט אז די וועטס זיין א שומרים מעמבער ווען די ווערטס אלט, און אלץ בחור האסטי שוין האלבווגעס אנגעהויבען דרייען אין אמאמזען, דער בנש"ק האט שוין געוויסט פון זיין אפשערן אז ער גייט זיין א כלי קודש צי ער וויל יא צי נישט

אין אויף דיע בנשקלע"ך האב איך גרויס רחמנות. They have just the cons without the pros
 
דער לאשאנצער האט א סעלושאן דערפאר.
דער זיידע זאל הייסן אדמו''ר מפאטעיטא.
די קינדער איינער פאטעיטא טשיפס איינער פאטעיטא סטיקס וכו'
די אייניקלעך קען איינער זיין גארליק פארטעיטא טשיפס איינער באר-בי-קיו וכו'
די אור אייניקלעך קען איינער זיין ריפלד גארליק איינער פלעין וכו'
און יעדער צייט קען זין אנהייבן א פרישע דינסטיע ווי למשל קארן דשזעלי וכו'
 
יעך האב אויך א סעלושאן.....

ווען א רבי האט קינדער און אייניקלעך באטוטל זיי נישט מיט עבדות בנש"ק

לאז אים אויפוואסקען ווי יעדער פשטע עמך איד, ער זאל גיין מיט א רעקל אלץ קינד, לאנגע הויזען אלץ בחור, אן סטראקעס אלץ אינגערמאן

אז ער וויל זיין א וואילע איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה איז גארנישט שלעכט, און אויב ער וואקסט אויף צי זיין בן תורה איז נאך בעסער

צוויגנט אים נישט פון געבורט אן אז ער מיז אויפוואקסען א בנש"ק ווייל די זיידע זיינע האט זיך ציגריגט מיטן פעטער און זיך געפענט אן אייגענע שול
 
Back
Top