בנשקלע"ך בזמנינו
ווען דער בל שם האט געגרינדען דרך החסידות, האט ער נישט אוועקגעשטעלט אז דאס איז א ירושה חפץ. א יעדע איד האט געקענט ווערן א תלמיד, און די תלמידים זענען געווארן אייגענע רביס. רוב רביס ווייסט מען ניטאמאל פון די קינדער ווייל זיי האבן נישט ממשיך געווען די קאמפאני
היינט איז דאס א משפחה קאמפאני, און עס איז אויסגעשטעלט אויף א וועג וואס פארמערט מחלוקות, און צוימט איין א בנש"ק מיט זייער אסאך באַגרענעצונגען, גדרים און משוגעתן. און סתם א צווילע איד קען חלומן פון זיין א רבי... (יא וועטס מיר ברעגען אויסנאמען דער און יענער, איך רעדט אבער בכללית)
עס איז דא דער בנש"ק וואס איז די עלצטע בן אחר בן, ביי אים האב מען שוין אין די וויגלא געלייגט קוויטלעך, ביי זיין אפשערן פרייען זיך די גאנצע הויף, זיינע מצוה צעטלעך ווייסט מען פאר יעדער איינער, ער ווערט אויפגעצויגען אז ער גייט זיין רבי און האבן רוח הקודש, פון די 3 יאר גייט ער מיט א בעקיטשע און קאשקעטל, ווי עלטער ער ווערט אלץ בעסער דארף ער לערנן און זיך אויפירן, די מלמדים אין חדר מאכן זיכער ער שאקעלטס זיך די מערסטע, און יעדער אין שיל וועט אים אנגעקיקן אויב ער שפילט און הערט נישט אויס די ליינען.
דערנאך איז דא זיינע ברודערס, זעלבע הייליג ווייל זייער טאטע איז די רב הצעיר, אבער זיי ווייסען רבי וועלן זיי "נישט" זיין, דעם עלטערע ברודער וועט ער דארפן דינען. סתם ווערן א באס דרייווער חס מלהזכיר (פאסט נישט פארן רב הצעיר א קינד), בלאבט איבער די ברירה זיך צי ציקרוגען מיטן ברודער און מאכן שבת פאר זיך.
יעצט צים קוזען צווייטע דור פונעם זיידעס פערטע קינד:
ווערט אויפגעצויגען אלץ די רביס אייניקעל, דארף גיין שבת מיט א בעקיטשע פון די 9 יאר אלט, די מלמדים האלטן און איין זאגן וואס פארא זכות זיי האבן אז די רבי'ס אייניקעל איז אין זייער קלאס, ביי זיין חתונה טאנצן אלע חסידים. ארבעטן א פשטע ארבעט, מעג ער נישט, די שטוב מענשטען פונעם זיידעס הויף וועלן זיין בייז אז ער פארשוועכט די מלוכה. ער האט נישט קיין שים טשאנש אפילו צי שלאגן מיט זיין ברודער, ווייל זיי ביידע זענען נומער #40 & #45 “in line to the throne”, בלייב איבער ער מעג באקימען א כלי קודש פאסטן וואס ער האט נישט ליעב. ווי אויך ווען ביסט געווען 3 יאר אלט האסטי געטראכט אז די וועטס זיין א שומרים מעמבער ווען די ווערטס אלט, און אלץ בחור האסטי שוין האלבווגעס אנגעהויבען דרייען אין אמאמזען, דער בנש"ק האט שוין געוויסט פון זיין אפשערן אז ער גייט זיין א כלי קודש צי ער וויל יא צי נישט
אין אויף דיע בנשקלע"ך האב איך גרויס רחמנות. They have just the cons without the pros