ואם כן און אויב אזוי

אויב די תורה טראסט מיר צי זיין מיט מיין ווייב אין איין רום בימי נדתה - ווי אזוי קען זיין די רבנים טראסטן מיר נישט מיט א סמארטפאון?
 
אויב דו האסט דיך שוין גענומען דאס לעבן, ווי אזוי קען נאך דאס לעבן זיין א גיהנום?

אויב דו ביזט שוין אראפ פון דרך, וויאזוי קענסטו נאך שפירן א טעם אין א שבת?

אויב דו ביזט שוין לאנג מיואש, וויאזוי קענסטו זיך נאך אלץ מייאש זיין?

אויב דו האסט שוין אלעס פארלוירן, וויאזוי ביזטו כסדר אנגעצויגן צו היטן אויפ'ן סטאטוס קווא?

אויב דו גלייבסט נישט אין גאט, וויאזוי קענסטו אים שעלטן?

אויב דו הייבסט נישט אויף קיין פאון קאלס, וויאזוי חלומ'סטו אז מענטשן זאלן דיך טרעפן?

אויב דו שרייבסט נישט אויף קרעמל, וויאזוי מיינסטו אז מענטשן וועלן דיך געדענקען?
האסט שוין געהערט ווי מענטשן האבן א שמועס וואו מ'לופטערט דורך נושאים איינס וויכטיגער פונעם צווייטן? און צום שלוס ענדיגט מען צו, "למעשה, די אינטערשטע שורה!" דאס איז נאך די וויכטיגסטע פון אלע
 
אויב דו האסט דיך שוין גענומען דאס לעבן, ווי אזוי קען נאך דאס לעבן זיין א גיהנום?
גיהנום איז גאר אויף דעי וועלט.
אויב דו ביזט שוין אראפ פון דרך, וויאזוי קענסטו נאך שפירן א טעם אין א שבת?
הערשט דעמאלטס פאנגט מען אן שפירן א טעם אין שבת....

אויב דו ביזט שוין לאנג מיואש, וויאזוי קענסטו זיך נאך אלץ מייאש זיין?
מ'קען דאך טאקע נישט מייאש זיין.
אויב דו האסט שוין אלעס פארלוירן, וויאזוי ביזטו כסדר אנגעצויגן צו היטן אויפ'ן סטאטוס קווא?
זעהט זיך ארויס אז די סטאטוס קווא איז ער נישט גרייט צו פארלירן.

אויב דו גלייבסט נישט אין גאט, וויאזוי קענסטו אים שעלטן?
!@#$

אויב דו הייבסט נישט אויף קיין פאון קאלס, וויאזוי חלומ'סטו אז מענטשן זאלן דיך טרעפן?
דעס איז שוין פערסאנעל...

אויב דו שרייבסט נישט אויף קרעמל, וויאזוי מיינסטו אז מענטשן וועלן דיך געדענקען?
אט! א גערעכטע טענה.
 
אויב איך קען נישט גיין אינדרויסן ווען ס'רעגנט אביסעל, דאן וויאזוי ווען איינער וויינט און טרערן גיסן זיך פון זיין אויגן קען איך שטיין גלייך גילטיג?.....
 
@שעפטאל דעי שנירל איז מורא'דיג, איך קען דא אנפולן 10 פעידזשעס ווי גארנישט, ווען איך געדענק וועין זאכן פון א גאנצן טאג,

אין @אלפא, יעדע מעסעדזש דא איז ווערט א שניר.. יאלא
 
אויב ווען די זעיסט א מענטש רעדן צי זיך אליין אויפן גאס ביזטו אים דן אז ער רעדט אויף עירפאדס - פארוואס ווען די רעדסט אויף עירפאדס אויפן גאס טראכסטו אז יעדער קוקט דיר אן משוגה?

ס'לאנג אבער אמת...
 
Back
Top