אויב דו האסט דיך שוין גענומען דאס לעבן, ווי אזוי קען נאך דאס לעבן זיין א גיהנום?
אויב דו ביזט שוין אראפ פון דרך, וויאזוי קענסטו נאך שפירן א טעם אין א שבת?
אויב דו ביזט שוין לאנג מיואש, וויאזוי קענסטו זיך נאך אלץ מייאש זיין?
אויב דו האסט שוין אלעס פארלוירן, וויאזוי ביזטו כסדר אנגעצויגן צו היטן אויפ'ן סטאטוס קווא?
אויב דו גלייבסט נישט אין גאט, וויאזוי קענסטו אים שעלטן?
אויב דו הייבסט נישט אויף קיין פאון קאלס, וויאזוי חלומ'סטו אז מענטשן זאלן דיך טרעפן?
אויב דו שרייבסט נישט אויף קרעמל, וויאזוי מיינסטו אז מענטשן וועלן דיך געדענקען?