4 חלקים אין אונזער אמונה
די ערשטע איז די פראגע צו ג-ט עקזיסטירט.
- פארוואס איז דא 'עפעס' ענדערש ווי 'גארנישט'?
- וואס מיינען בכלל די צוויי ווערטער אין די אפוועזענהייט פון 'עפעס'?
- די פראבלעם מיט די שלעכטס און סאפערינג אין די וועלט.
- די פראגע צו לאגיק, מאראל, נאטור, און מאטעמאטיק, פארלאנגען אן אינטואיטיוו קאוז אדער דיזיינער וואס מיר קענען נישט לייקענען.
- און צו אינטואציע און 'נישט קענען לייקענען' האבן בכלל וועליו אויסער ביליגע סעמאנטישע מאכט.
און אזוי ווייטער.
צו דעם קען מען צולייגן ברייטערע פילאזאפישע שאלות, צ.ב. על הצד ג-ט האט באשאפן די וועלט, איז דא השגחה פרטית? איז דא בחירה? וויל ער עפעס פון אונז? האט ער א ספעציפישע קאוד וואס ער וויל? זענען מאראלן אביעקטיוו? וויאזוי איז ער -אדער מאראל- אונז בכלל מחייב? איז העפינעס מעגליך די בעסטע און איינציגסטע ווירטוע? וואס באדייט דאס בכלל? און וויאזוי קען מען בכלל אויספיגערן די תשובות אויף די אלע פראגעס??
די צווייטע טייל איז איבער די תורה.
- קומט עס פון ג-ט?
- אויב יא, וויאזוי ווייסן מיר? וויאזוי האט ער עס געשריבן? וויאזוי קען ער במציאות קאמיניקירן מיט אונז?
- ווער זאגט בכלל אונזער טראדיציע איז באגלייבט?
- און אויב נישט, ווער יא? וואס איז די ציל געווען דערפון - אויב האט עס בכלל געהאט?
- האט עס מעגליך וועליו אפי' אויב עס איז מענטשליך קא-ארדינירט?
און דא קען מען סתם אזוי אריינגיין אין א שמועס איבער ביקורת המקרא, און צו טראדישאן האט אפשר אן אומאפהענגיגע וועליו פון די 'אמת' שבו.
די דריטע חלק איז איבער וויאזוי חז"ל האבן מחליט געווען צו דרש'נען און לערנען די פסוקים.
- וואס איז געווען פאר חז"ל? די אידן אין מדבר, בזמן נ"ך, בזמן הבית, לדוגמא?
- וואס פונקטליך איז פארגעקומען (סאציא-פאליטיש) צווישן חז"ל, די צדוקים, און אלע אנדערע גרופעס בשעתם דארט? ווער זענען 'חז"ל' באמת געווען? וואס זענען געווען זייערע מאטיוון און אגענדעס - אויב בכלל? ווער, ווען, און וויאזוי, האט זיך די תורה שבעל פה און די גאנצע חז"ל מערכה קאדיפיצירט?
- קומט עס זאגאר מסיני? זענען די י"ג מדות רילייעבל? מאכן זיי סענס אויף עפעס א וועג?
- אפי' אויב נישט, מאכט מעגליך נאכאלץ סענס זיי אדורכצוטון, ווייל למעשה איז עס נתקבל געווארן - אדער וועגן אנדערע סיבות?
די פערטע חלק, וויאזוי האבן די ראשונים און אחרונים אנגענומען און פארהאקט חז"ל און טעאלאגישע דיסקוסיעס, און וויאזוי איז שו"ע און חרדיזם א מעניפעסטאציע דערפון.
- וואס וואלט געווען ווען נישט די גאונים קאדיפיצירן און פארהאקן די גמרא?
- וואס וואלט געווען ווען די ראשונים געבן מער ברייטקייט זיך צו קריגן אדער צו טראכטן אנדערש ווי חז"ל?
- וואס וואלט געווען אויב לאורך הדורות וואלט די פונדאמענטאליסטישע 'ראשונים כמלאכים' געדאנק לויז געווארן?
- האבן חז"ל אפי' אינזינען געהאט אזא אידישקייט וואס האט זיך מאניפעסטירט פון זייערע ווערק? וואס וואלטן זיי (נעווער מיינד משה רבינו אדער גאר דער באשעפער אליין) געזאגט היינט צו אונז - זעענדיג וואס מיר האבן געטון מיט אזא אומשולדיגע הלכות מוקצה אדער אויפגעריסענע דיני הרחקות לדוגמא?
- גייט עס אלץ פארבלייבן אזוי?
- האט א זין צו פיקן און מיקסן פון וואס מיר האבן יא? איז רעפארם/קאנסערוואטיוו/מאדערן בכלל א זאך אין דעם סענס?
און אזוי ווייטער און ווייטער..
פארוואס שרייב איך עס? סתם ווייל איך האב היינט געהאט אן אומגעצייטיגטע מחשבה'לע!
א גוטן אווענט אייך אלע!