- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,279
- רעאקציע ראטע
- 9,101
- פונקטן
- 943
אידעאלן איבער מציאות
אן אינטרעסאנטע זאך וואס גייט פאר ביים היימישן עולם איז די געדאנק אז מיר לעבן אין א קאלעקטיווע איידעאל אנשטאט אין רעאליטעט.
סאציאלאגיסט נחומי יפה ברענגט עס ארויס אויף דעם שמועס, וויאזוי אין אנקעטעס איבער דאס פריוואטע לעבן ביים היימישן עולם ענטפערן זייער אסאך מענטשן אז זיי קוקן זיך אן אביסל ארויס פונעם קעסטל - יעדער אויף זיין אופן (- וואטשן מאוויס, אינטערנעט, קליידונג, אנשויאונגען, תפילה בציבור, אא"וו), די נומערן זענען דאכט זיך אין די 70 פערצענט.
אבער ווען מ'פרעגט די זעלבע מענטשן וואס זיי האלטן - וויפיל פערצענט פונעם ציבור איז אויך אזוי, איז די תשובה איבערוועגענד אז רוב מענטשן זענען יא פרום אינגאנצן.
אין אנדערע ווערטער, 'רוב מענטשן' ביי זיך טוען אפט ככל העולה על רוחם און וויאזוי זיי פארשטייען פאר ריכטיג, אבער צום זעלבן צייט איז יעדער ביים מיינונג אז 'רוב מענטשן' זענען פרום און טוען נישט אזעלכע זאכן.
דאס שטרייכט אונטער אז וויבאלד אונזער מידיע ענווייראנמענט איז צענזורירט וועט איר נישט ליינען אין מאמענט מער ווי מעשיות איבער גרושים און שידוכים, אבער א געשיכטע איבער פערזענליכע סטראגעלס מיט רעליגיע אדער פרומקייט - עפעס וואס רעפלעקטירט באמת אסאך מער מענטשן ווי מיר מיינען - דאס ווערט איגנארירט בגדול. ביים שבת הגדול דרשה וועט דער רב צום מערסטנס אדרעסירן די 'צניעות' פראבלעם, אבער קיינמאל נישט רעדן העד-אן איבער די עפידעמיע פון בחורים וואס האבן עקסעס צו נחי יאבו וכדו'.
עס איז דא די ברייטערע געדאנק פון קאמאן נאלידזש, אז ווען איך ווייס אז דו ווייסט אז איך ווייס, פירן מיר זיך ביידע אויף אנדערש. סטיווען פינקער שמועסט עס שיין אויס אין זיין נייע בוך, וויאזוי ביידענ'ס געזונט צושטאנד לדוגמא איז פלוצלינג 'קלאר געווארן' פאר יעדעם נאכן דעבאטע - נישט ווייל מ'איז עס געוואר געווארן דעמאלס, נאר ווייל 'יעדער האט איינגעזען אז יעדער' זעט דעם קעניג נאקעט..
עס איז בלי ספק א גוטע וועג צו האלטן די מאסן קאנטראלירט. די פראגע איז נאר אויב קומען ארויס די 'פאקטן און ציפערן' און מענטשן הייבן פלוצלינג אן צו אנערקענען אז זייער שכן גייט צום זעלבן טעאטער ווי זיי נאר אין אנדערע צייטן, אדער אז זייער גבאי אין ביהמ"ד ענדזשויט אויך יוסי בראך'ס שמועסן מער ווי שלש סעודות תורה. וואס גייט דאן געשען? גייט עס עקפלאדירן? גייט זיך די גאנצע בילד טוישן דראמאטיש? אדער איז דא עפעס וואס קען האלטן איידעאלן אן דעם וואס מענטשן זענען איינגערעדט עמפיריש דערין?!
ארגועבלי, די מאדערנע רעוואלוציע און ענלייטמענט האט ארויפגעברענגט דעם געדאנק פון ארויסהייבן אינדיווידואלע געשיכטעס איבער קאלעקטיווע אידעאלן - און דאס האט נאכגעפאלגט מיט א סעקולארן אויפשטייג נאך וואס רוב גלחים זענען למעשה נישט קיין סעינטס.. עס איז אינטרעסאנט צו שפעקולירן וויאזוי די חרדי'שע עולם גייט דאס אויפנעמען מיטן אויפשטייג פון פאדקעסטס און היימישע דאטא וואס גייט מאלעווען די בילד אביסל מער אויפריכטיג.. אבער דאס איז שוין די נושא פאר א צווייטע צייט.
******
נאך איין פלאץ ווי איידעאל שטייגט איבער פראקטיס, איז ווען ס'קומט צו פראפאזירן סיי וועלכע טויש אדער אפנויג פון א היימישע טראדיציע.
אסאך מענטשן וועלן עגריען אז כפרות שלאגן איז א מאדנע מנהג, אז לערנען אין כולל איז נישט די בעסטע זאך, אז G&G מאנטלעך זענען נישט די בעסטע, אז די מיורעקס תכלת איז ריכטיג, אז לעבן מיט ליגנטס אויפן רעגירונגס חשבון איז אומעטיש, אדער אז האבן א גראמער ביים חתונה פאר אפאר פארשלאפענע פעטערס איז אומראציאנאל.
די אינטרעסאנסטע חלק איז נאר, אז ווילאנג דו האסט דעם שמועס אין שול קענען 20 מענטשן שיינערהייט מסכים זיין מיט דיר און צושאקלען דאס קאפ מיט אפשיי. דערוואגן זאלסטו נאר עס אויסצופראבירן אין פראקטיק און דו ווערסט גלייך אסור לבוא בקהל, דיין שוויגער וויל דיר נישט קענען, קיין שידוכים וועט דיר נישט גיין, און מענטשן וועלן דיר אנקוקן ווי אזא לעיזער קרויס'ל - שוין נעבעך..
וואס איז אבער געשען דא? האסט דאך ס"ה געטון עפעס וואס יעדער איז מסכים אין פרינציפעל, האסט אויסגעפירט עפעס צו וואס זיי אלע האבן צוגעשטומט מיטן קאפ.
די טעות איז נאר אז ווען מענטשן זענען מסכים 'אינעם איידעאל' מיינט נאך בכלל נישט אז דאס גייט ווערן א סטאנדארט אדער אז מיטן עס אויספירן גייסטו זיין אן הערא.. פונקט פארקערט, אין אזעלכע מצבים טאר מען נישט זיין קיין אוטיסט, מ'דארף פארשטיין וואס מעג געזאגט ווערן און וואס מעג געטון ווערן דעראויף..

לעצט רעדאגירט: