וועלכע קאנטרי אין דער וועלט האט א געזונטערע סאציאלע לעבן ווי אמעריקא?

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
209
רעאקציע ראטע
1,648
פונקטן
213
א געזונטע סאציאלע לעבן מיין איך, זיין אין א געזעלשאפט וואס מענטשן זענען בדרך כלל געשמאק, לאזן זיך צו, א נארמאלקייט, גרינג צו זיין א חלק פון א חברה אן לאגאס אוו סלאגאנען, גרינג צו טרעפן מיט וועם צו טשילן, פשוט לעבן ווי א מענטש דארף לעבן?

איך בין נישט מאריך בדיבורים דא, איך בין זיכער דער עולם וועט האבן וואס אריינצורעדן אין דעם ענין.
 
@אין הכי טאקע דו ווילסט ציפערן און פאקטן? דארפסטו קודם מסביר זיין וויאזוי דו טוסט דעפינירן "געזונטער סאציאלער לעבן".

אויב רעדסטו פון "העפינעס", איז דאך שוין דא אזא ליסטע פון אלע לענדער. (וויאזוי זיי דעפינירן "העפינעס" איז אן עקסטערע סוגיא.)
https://data.worldhappiness.report/table
 
@שושני ס׳זעהט אויס דו ווייסט וואס דו רעדסט, אדרבא קום אריין קלאר. איך בין געווענדלחך נוטה צו שאצן זאכן באופן הקרוב אל השכל. סטאטיסטיקס קען מען נישט אוועק מאכן נאר אזויווי דו זאגסט, וויאזוי זיי דעפענירן העפינעס איז די שאלה.
איך האב נישט ליב די ווארט העפי, ווייל העפי דערמאנט שמחה. און כ׳האב גענוג געליטן פון די שמחה מוטיגער. איך ווייס, העפינעס מיינט נישט עקסטעזי, נאר צופרידנהייט, נאר פארט דערמאנט מיר דער עצם טערמין toxic positivity.
בכל אופן, צו קיין בארשט דארף מען נישט קיין ציין, ס׳דא אמאל א מענטש שפירט, ער איז אין די ריכטיגער ארט, ער שפירט א געזונטהייט אין כאראקטער, די צרות נעמט ער מיט קוראדזש, זיין לעבן איז נישט פארדזשאוועט. ער שפאנט אויפן לעבנס boardwalk מיט שטאלצע מענטשליכע טריט

לויט סטאטיסטיקס איז דענמארק אויפן שפיץ, נאר קען זיין מ׳דארף זיין א דענער צו הנאה האבן פון יענעם לעבנסשטייגער. ווי האט יענער געזאגט, א בודהיסט זיכט bliss, אז ער גרייכט דאס איז ער זאט, א איד זיכט צו קאמאנדעווען, אז ער גרייכט דאס איז ער זאט. (בערך אזוי, דער עיקר איז דער רעיון אז נישט יעדער ווערט זאט פון זעלבן לעבנסשטייגער).

בוטאן האט עפעס גלייך ווי GDP וועגן צופרידנקייט. די שאלה איז ווידער איז דאס א מאדעל פאר יעדן, איז עס א מאדעל וואס קען זיך האלטן קעגן די יצר הרע׳ס פון די וועלט?

וואס איך ווייס יא, פארשידענע מדינות אין די קאריביען, און ווייטן מזרח, די נאכגרוסן וועגן סאציאלע לעבנס קוואליטעט איז עפעס מורא׳דיג. איך רעדט צו מענטשן. זיי זאגן, נישטא אזא זאך דו ווילסט טשילן און ס׳נישט מיט וועמען, דו ווערסט געזעהן, דו ווערסט געהערט, דו גייסט שלאפו אין דו ווייסט אז no matter what מארגן איז באמת נאך א טאג.

און איך טראכט צו זיך
What the heck am I doing in clumsy America?
איז דאס נישט חילול החיים מדאורייתא?
 
און איך טראכט צו זיך
What the heck am I doing in clumsy America?
אויף אלעס אנדערש דארף מען ענטפערן מיט ישוב הדעת ווען מ'האט מער קאנצענטראציע.
אבער לגבי די קשיא איז דא די היסטארישע תירוץ אז דאס איז געווען א גוטע פלאץ פאר אונזערע זיידעס צו קומען בשעת איבעראל האט מען זיי באזייטיגט.
ס'מוז טאקע נישט זיין ס'גייט אנהאלטן אויף אייביג.


נישט פארגעסן אז אפי' אמעריקע איז נומער 24 אויפן ליסטע, ביסטו נאכאלץ פון די מערסט לאָקי מענטשן אין דער וועלט צו געבוירן ווערן דא, ווי איידער ערגעץ אין אפריקע אדער אזיע ווי מיליאנען קינדער ווערן געבוירן יעדן טאג מיט כמעט זעראָ טשאנס צו האבן אפי' האלב פון דיין לוקסוס און מעגליכקייטן.

די אוניווערס איז נישט קיין יושר'דיג פלאץ בכלל.
 
@שושני ליכלכת, די רגע וואס דו הייססט אן מעסטן זאכן לויט לוקסוס פארפארסטו, איך האב קיינעם נישט געבעטן לוקסוס, איך בעט לעבן אויף באקן. אז איך זאל אויף יענער וועלט ווען מען פרעגט מיר, ״החיית״ - האסטו געלעבט אויף מיין וועלטל א לעבן געלעבט? זאל איך קענען ענטפערן א הילכיגער אנטשלאסענער - יא פאטער
דערווייל וויפיל ס׳זעהט מיר אויס איז אמעריקא נישט קיין טשאמפיען אין פארקויפן דעם סובסטאנס וואס הייסט לעבן זאל זיין געלעבט
 
@שושני אפשר איז די באהויפטונג אז די יוניווערס איז נישט קיין יושר׳דיגער פלאץ ווייל מיר ווייסן נעבעך נישט פון בעסערס, אפשר ווייל אלץ וואס מיר פארמאגן איז ברעינוואש אז מודה אני לפניך שאני דורך על אדמת אמעריקא יום יום, כי כמה שקשה פה, במקומות אחרים קשה פי כמה, כי כך אני מאמין באמונה שלימה, בחמלה רבה אמונתך סלה
 
און איך טראכט צו זיך
What the heck am I doing in clumsy America?
איז דאס נישט חילול החיים מדאורייתא?

אפשר אויב די וועסט אויסקלארן וואס עס שטערט דיך מיט אמעריקא, קען מען נאכדעם גיין זיכן א לאנד וואס שטעלט דאס יא צי.
אויב זיכסטו ישיבה ווייבס, ס׳טוט זיך סקאנדאלן לעבעדיג, מען מאכט א אישו פון יעדע טישו, ארץ ישראל.
אויב האסטו ליב צי ווערן פארפרוירן אין די ווינטער, קאנאדע.
אויב דארפסטו לעגאלע זונות, אמסטערדאם.
סטראבעריס אן ווערים, אנטווערפן.
לעבן אויף גאווערמענט פראגרעמס, סאו מען קען רייכערן און סמעדרעש, לאנדאן.
חתונה האבן מיט אנדערעידזש אידישע מיידלעך, גואטעמאלא.
אנטלויפן פון סאסייעטי, אסטראליע.
 
לעצט רעדאגירט:
@כלבין דחציפין זאלסט מיר מוחל זיין, אבער דו טראכט שוין מיט אן אמעריקאנער קאפ, (אז דו מעגסט זיין א חציף מעג איך אויך…) ליין וואס כ׳האב געשריבן וועסטו פארשטיין וואס איך מיין
נישט זונות, נישט רייכערן, נישט דאס און נישט יענץ, נאר געלעבט (קען מען מאכן all caps אין אידיש???).
 
קודם כל. אפשר טויש דעם קעפל צו "לענדער". עס האט מיר גענומען א וויילע אריין אינעם שמועס צו כאפן אז די רעדסט נישט פון קאָנטרי.
אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז נאכלויפן א געזונטע סאציאלע געזעלשאפט איז היפש אומגעזונט פאר די ציל וואס די זוכסט צו דערגרייכן.
אוודאי איז דא אזא מושג פון אן אויסערגעווענליכע אומגעזנטער געזעלשאפט, און עס איז וויכטיג דאס צו אויסמיידן. אבער צו נאכלויפן די סאמע געזונטסטע איז נישט די בעסטע עצה פאר דיין אייגענע געזונטהייט.
ארבעט ענדערש אויף זיך אליינס צו זיין אפהענגיק פון סאציאלע קראנקהייטן.
ווי זאגט ליפא: ווען איך בין געווען קליין, האב איך געוואלט זיין... אבער היינט וויל איך זיין געזונט.
 
@

Grow_a_helmet

וועלקאם טו אמעריקא, נישט נאר זיכט מען נישט קיין סעלושן פאר אן עפעדעמיק וואס שלאגט 30 פראצענט פונעם פאלק, עפעס וואס איז די נומער איינס גורם צו מחלות, נאר מען זאגט אז ווער ס׳כאפט זיך יא ביים קאפ און וויל ארויס פון דעם עפעדעניק, איז נישט געזונט. ליבערש לייג דיך טיפער אריין אין דעם קרענק, דיינע מעסטערס וועלן זיכער הנאה האבן דערפון.
good job America, excellent brainwashing
 
לעצט רעדאגירט:
אויף אלעס אנדערש דארף מען ענטפערן מיט ישוב הדעת ווען מ'האט מער קאנצענטראציע.
אבער לגבי די קשיא איז דא די היסטארישע תירוץ אז דאס איז געווען א גוטע פלאץ פאר אונזערע זיידעס צו קומען בשעת איבעראל האט מען זיי באזייטיגט.
ס'מוז טאקע נישט זיין ס'גייט אנהאלטן אויף אייביג.


נישט פארגעסן אז אפי' אמעריקע איז נומער 24 אויפן ליסטע, ביסטו נאכאלץ פון די מערסט לאָקי מענטשן אין דער וועלט צו געבוירן ווערן דא, ווי איידער ערגעץ אין אפריקע אדער אזיע ווי מיליאנען קינדער ווערן געבוירן יעדן טאג מיט כמעט זעראָ טשאנס צו האבן אפי' האלב פון דיין לוקסוס און מעגליכקייטן.

די אוניווערס איז נישט קיין יושר'דיג פלאץ בכלל.
כ׳מיין, אויב דו רעכנסט זיך מיט די diversity פון אמעריקע, וואס איז צאמגעשמאלצן פון אלע ethnicities, ווס. דענמארק, וואס פארמאגט מייסטענס ווייסע ארישע privileged from birth, שטייט אמעריקע נאך פון די בעסטע.
 
@Reb Yid פאר אלע וואס וואוינען אין אמעריקא, עס טוט מיר לייד אייך צו זאגן, אבער אמעריקא שטייט נישט גוט אויפן סקעיל פון סאושל וועלביאינג, קען זיין אין די היימישע געגנטער איז בעסער אין דעם הינזיכט ווי דער דורכשניט, אבער אין אלגעמיין, מאכט איין גוגל סירטש.

The United States is facing a significant loneliness epidemic, with over 80% of adults experiencing some degree of loneliness. According to a study of nearly 50,000 people, loneliness affects people across all age groups, with younger adults, women, and those with less formal education reporting higher levels of loneliness.¹

*Demographics Most Affected:*

- *Young Adults:* 79% of young adults report feeling lonely, with 30% of respondents aged 18-34 feeling lonely every day or several times a week.
- *Women:* Women are more prone to loneliness than men, with 59% of women feeling lonely compared to 57% of men.
- *Low-Income Individuals:* 68% of individuals earning less than $50,000 per year report feeling lonely.² ³

*Consequences of Loneliness:*

- Increased risk of premature death by 26%
- Higher risk of heart disease, stroke, anxiety, depression, dementia, and respiratory illnesses
- Shortened life expectancy by roughly 15 years

*Addressing Loneliness:*

- The U.S. Surgeon General has declared loneliness a public health concern and is working to address it through community and public health initiatives.
- Strategies to combat loneliness include spending time with family and friends, joining groups or clubs, volunteering, and getting to know neighbors.
 
לעצט רעדאגירט:
@

Grow_a_helmet

וועלקאם טו אמעריקא, נישט נאר זיכט מען נישט קיין סעלושן פאר אן עפעדעמיק וואס שלאגט 30 פראצענט פונעם פאלק, עפעס וואס איז די נומער איינס גורם צו מחלות, נאר מען זאגט אז ווער ס׳כאפט זיך יא ביים קאפ און וויל ארויס פון דעם עפעדעניק, איז נישט געזונט. ליבערש לייג דיך טיפער אריין אין דעם קרענק, דיינע מעסטערס וועלן זיכער הנאה האבן דערפון.
good job America, excellent brainwashing
קוקט אויס ווי איך האב אנגעשטויסן א טריגער. איך האב געזאגט א נקודה אויף א פאזיטיווע פארנעם און די האסט דאס גענומען צו א פעלד פון שווארצע מאראנצן.

איך האב קלאר געזאגט אז: "אוודאי איז דא אזא מושג פון אן אויסערגעווענליכע אומגעזנטער געזעלשאפט, און עס איז וויכטיג דאס צו אויסמיידן". נישט אז ווער עס וויל ארויסגיין איז נישט געזונט, און נישט אז מען זאל זיך טיפער אריינלייגן אין דעם קרענק. אדרבה, דאס גופא איז געווען מיין נקודה: לערן דיך זיך צו נישט אריינלייגן אין דעם קרענק - כאטש אפילו די ביסט אין א קראנקע סאסייאיטי.

מיין נקודה איז אזוי: אויב איז דיין ציל צו עררייכן געזונט, איז דאס נאכלויפן די געזונטע סאסייאיטי צומאל קאונטער-פראדאקטיוו. זיך די בעסטע סאסייאיטי וואס איז מעגליך - אבער ארבעט אויך אויף זיך נישט צו זיין דיפענדענט אין סאסייאיטי.

פאר די רעקאָרד: איך האב נישט גערעדט פון אמעריקע בכלל. און איך האב נישט קיין מעסערס.

לחיים ולברכה.
 
@Grow_a_helmet זיי נישט ברוגז אויף מיינע ווערטער אז זיי קומען ארויס שארף, אז מיינע ווערטער הערן זיך אטאקירנד פארשטיי איך ציל צום ארגומענט און נישט דיר פערזענליך.

פאזיטיוו אדער מכחיש זיין? מיר קומט דיין תגובה פאר אוועקמאכעריש, נישט רעספעקטירנדיג א צווייטן עדאלטס שאלה. און איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין דעם חילוק צווישן דיין ארגינעלער צוטאט און דיין הסבר. לויט מיין דעפעניציע מוטיגסטו יא זיך טיפער אריינצולייגן אין דעם קרענק, ווייל איך זיך יא צו זיין פארבינדן מיט דעם ענין פון חברותא, און בהחלט זיך ״נישט״ אויסלערנען צו לעבן איזאלירט ווי אן אקטיפוס.

עמיצער פרעגט א שאלה, סימפאטיר און ענטפער, קום נישט מיט קיין מוסר. כבודך הרמה האט נישט די אטאריטעט און וויסנשאפט דערפאר, און פשוט, ס׳נישט קיין שיינער זאך און נישט לענין. אז עמיצער פרעגט וואו קען מען קויפן קוואליטי sourdough, וואו קומט אריין דרשות? אדער האסטו אן ענטפער אדער נישט.

ואתך הסליחה פאר מיין שארפער ענטפער. איך האב אייך אלע ליב
 
לעצט רעדאגירט:
ווי זאגט ליפא: ווען איך בין געווען קליין, האב איך געוואלט זיין... אבער היינט וויל איך זיין געזונט.
אגב, איך האב דאס אנגעקוקט אביסל מאדנע. אזױ פּריװלידזשד איז ער דער ליפא; אלעס װיל ער. נישט נאר װיל ער זײן פעימעס נאר נאך בלײבן געזונט אױכעט. שױן נאכדעם װאס ער האט אלעס געהאט, װיל ער זײן געזונט. האלא, װאס פארגינסטו מיר? ס'איז לײכט פאר אים צו זאגן. אבער רעד צו מיר, צום פשוט'ן מענטש: איך בין נישט פעימעס און איך מוטשע מיך נאכאלס מיט געזונט. און נײן, איך האב נישט די געלטער װאס ער האט פאר דאקטױרים מיט װאס נאך. בקיצור, א סטופיד ניגון.

ליפא איז גוט צו קאמפאוזן טענער און זײ זינגען; די ליריקס מאכן זאל ער לאזן פאר א צװײטן. ספעציעל הײנט װען ער האט זיך גענומען קרעכצן און רעדן דרשות. האלבע טעיפ גײט אװעק פאר זײנע "אױ אױ....װאס װעט זײן מיט מיר...?... איך װיל זײן ערליך... בלא בלא בלא" וכו' וכו'.

סארי איך קום ארײן אזױ שארף. איך מײן עס נישט ממש אזױ. אײ לאָװ ליפא! ❤️
 
@קץ דוחק האב נישט מורא, שנייד.
ס׳איז כאילו א שיינע פאעמע, אבער annoying as fuck. ווער ווייסט דען נישט אז געזונט איז וויכטיג. אמת. אמאל אז מען איז קראנק ווינטשט מען זיך בלויז איין זאך, געזונט, אבער דאס לעבן גייט נישט אזוי.

ער האט זיך ארויסגעגעבן אלע קאלירן, יעצט פילט ער א דראנג צו ווייזן ערוואקסנקייט. להוי ידוע געזונטהייט גייט האנט און האנט מיט לעבנס ערפילונג, קיינער זיצט נישט אויפן באלקאן פון געבוירן ביזן שטארבן, קוקט אין הימל אריין און זאגט, איך וויל זיין געזונט. לעבן פאדערט ערפילונג, לוסט, גייסטהאפטיגקייט. הקיצור, א רייע פארמולעס וואס מאכט לעבן וועלן לעבן.
 
@אין הכי טאקע, כ'האב געטראכט איך װעל אפירזוכן אביסל נומערן װײל כ'האב געדענקט לײנען אן ארטיקל װעגן די הױכע מארד ראטעס אין די לאטײן-אמעריקאנע מדינות אין די עקאנאמיסט לעצטע זומער. גיב א קוק אױף די נתונים און זאגט מיר אױב דו קענסט טראכטן פון נאך א װיכטיגע אינדיקעטער װעלכע איך האב אױסגעלאזט און װיאזױ צו שאפן דאטא פאר יענץ? דערװײל גיב א קוק אױף דאס װאס כ'האב געזאמלט, רוב פון גוגל'ס עײ.אײ. און אביסל פון ויקיפדיה.

עס איז טאקע נישט דירעקט דאטא אױף דער "סאציאלער" לעבן אין די מדינות, אבער איך מײן אז די אלע זאכן שלאגן זיך געוויס אפ אױף די קװאליטעט פון דער סאציאלער לעבן.

דעמאקראטיע​

קודם, דא האסטו א טײבּל פון די V-DEM מאסנאַמען פון דעמאָקראטיע פאר די אַמעריקעס װעלכע אינקלוּדן די קאַראַבּיען.

2 הױפט אינדיקעיטארס: עלעקטארעל (װאטינג) און ליבּעראל (פרײהײט: ציװילע ליבּערטיס, שלטון החוק און פאר די פארשידנארטיקע גאװערנמענט אינסטיטוציעס צו זײן אינדעפּענדענט).

פון אונטן אױף ארױף (אײנס איז פערפעקט). מערקט װי הױעך די USA איז, אבער נאכאלס נישט די העכסטע. דאס איז לגבי דעמאקראַטיע:

1757033387708.webp

1757033695057.webp


האמעסײד ראטע​


נאכדעם איז דא די מארד ראטע אין לאטין אמעריקאנע און קאראבּיען לענדער (פּער 100,000 מענטשן):

(סתם פאר א בענטשמארק, די גלאבּעל עװערידזש איז 5.61 פער הונדערט טױזנט אין 2022, און די אמעריקאס עװערידזש, אין פארגלייך, איז 15 פער הונדערט טױזנט אין 2022.)

1757034858908.webp

1757034595621.webp

פיראטן​

און דא האט עטס מאדערן פּײרעסי אין די קאראביען װאס גײט נאך אָן עד היום.

פאליטיק​

איז מיר שװער געװען צו געפינען דאטא

עקאנאמיע​

צום לעצט איז די עקענאמיע פון די קאראבּיען און לאטײן-אמעריקאנע לענדער. דא איז א סך הכל, עקארדינג צו עײ.אײ.:
(נעמט אין אכט, די לאטײן אמעריקע און קאראבּיען מדינות נעמען ארײן 33 לענדער און 662 מיליאן מענטשן.)
1757036762084.webp


נאכאמאל פאר א בענטשמארק (חוץ פון קאנסומער פרײז אינפלאציע כנגד די 'װעלט' קומען אלע אנדערע ארײן שװאך װען קאמפערד צו די USA און צו די װעלט):
דזשי די פּי פּער קאַפּיטע (יערליך)ארבעטסלאזיגקײט ראטע (יערליך)קאנסוּמער פרײז אינפלאציע ראטע (יערליך)
װעלט$13,170 (2023)9% (2024)(OCED) 4.0%5.76%
(Statista) 5.76% (2024)
USA$69,302 (2025)4.0%-4.2% (2024)2.7% (2025)

די דאזיגע אמעריקאס קאָנטריס געהערן צו OCED:

1757037954882.webp


טאטעל דזשי די פּיUSA: 29.18T (2024)UK: 3.644T (52,636 GDP/capita 2024)ISRAEL: 514B ($57,760 GDP/capita 2023)
פאפולאציע3.40 מיליאן69.23 מיליאן9.974 מיליאן
 
Back
Top