- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 365
- רעאקציע ראטע
- 1,631
- פונקטן
- 213
מיט א הויכע גערויש איז די באן אריבערגעפארן דעם דארף, אויפוועקנדיג די פרימיטיווע דארפסלייט פון זייער שלאף אין די האלב צעפאלענע כאטקעס.
די ערשטע פלינקע פויערן צו ערשיינען האבן זיך געריבן די אויגן מיט וואונדער. א וואגן אן קיין פערד? וויאזוי פארט עס?
ווען די איבריגע דארפסלייט זענען אנגעקומען אויפ'ן סצענע, איז די באן שוין לאנג נישט דארט געווען, און זיי האבן בלויז געקענט אויסהערן מיט נייגער די דראמאטישע שילדערונגען פון די מזל'דיגע פויערן וואס האבן יא זוכה געווען צו כאפן א בליק אויף דעם פארגעשריטענעם וואגן וואס פארט פון זיך אליין.
צווישן זיי האט זיך געפינען דער נאכט וועכטער, עטוואס קלוגער ווי רוב דארפישע איינוואוינער, הגם ער - פונקט ווי כמעט אלע דארפסלייט - איז נאך אויך קיינמאל נישט ארויסגעטרעטן פון די דארפישע גרעניצן.
"און וויאזוי א פערד-און-וואגן פארט פון זיך אליין, פארשטייט איר שוין יא?" האט ער געפרעגט מיט תמימות, ווי סאקראטעס זיינערצייט.
פון אלע זייטן איז מען אים באפאלן. "וואס הייסט? דער וואגן פארט נישט פון זיך אליין! דער פערד שלעפט עס!"
אבער דער נאכט וועכטער האט זיך נישט דערשראקן. "נו? און דער באן פארט אויך נישט אליין! דער לאקאמאטיוו שלעפט עס!"
"אבער ווער שלעפט דעם לאקאמאטיוו?" איז ווידער געפרעגט געווארן דער מיליאן דאלארדיגע קשיא.
"און ווער שלעפט דעם פערד?" האט דער נאכט וועכטער צוריקגעפרעגט מיט דער זעלבער טאן.
דא האבן זיך טייל פון די פויערן שוין אנגעהויבן קראצן די אויסגעקראכענע קעפ, שפירנדיג אז עפעס זאכליך זאגט דער וועכטער פארט.
"ווער טאקע שלעפט דעם פערד?" האבן זיי זיך געוואנדן צו אים מיט נייגער.
"קיינער. דער פערד שלעפט זיך אליין, דורך זיין אייגענע כוח, וואס ער באקומט פון די גראז וואס ער עסט, וואס באקומט ענערגיע פון דער זון, וואס פראדוצירט ענערגיע דורך'ן פארוואנדלען היידראזשען אין היליום מכוח דער דרוק וואס זיין גראוויטעט שאפט."
די פויערן האבן קוים געקענט נאכיאגן דעם פלייץ פון ווערטער. "און ווער שלעפט גראוויטעט?" האט געפרעגט איינער פון זיי וואס האט יא באוויזן אויפצוכאפן אזויפיל אז גראוויטעט איז דער פאדערשטער לאקאמאטיוו פונעם פערד-און-וואגן.
"פון זיך אליין." האט דער נאכט וועכטער געמוזט מודה זיין.
"אה!" זענען די פויערן אריינגעשפרינגען מיט שמחה. "דער פערד פארט יא פון זיך אליין!"
"און דער לאקאמאטיוו? וויאזוי קומט ער אן צו גראוויטעט? עסט ער אויך גראז?" האט געפרעגט א שטילער פויער, וועמען קיינער האט נישט געהערט.
ביז אהער איז דער געדאנקען-עקספערימענט.
דער געווענליכער משל מיט'ן באן לויטעט אז איין חכם האט זיך געגרויסט אז ער קען מסביר זיין ניינציג פראצענט פונעם באן וויאזוי עס פארט. דהיינט, די ניין וואגאנען ווערן געשלעפט, יעדע איינס דורכ'ן וואגאן בעפאר אים, און עס איז בלויז דער פאדערשטער וואגאן, דער לאקאמאטיוו, וואס ער פארשטייט נאכנישט ווער עס שלעפט אים.
אין אזא משל, וואלט דער נמשל געווען אז אפילו מיט אלע דורכברוכן וואס פיזיקער מאכן אין ערקלערן די פאסירונגען פון נאטור, זענען זיי נאכנישט אנגעקומען צו ערקלערן 'וויאזוי די באן פארט'. נעמליך, ווער עס שטייט הינטער נאטור און איז פאראנטווארטליך אז די קייט פון געשעענישן זאלן אייגנטליך פאסירן.
אויבנאויף וואלט דאס געווען א לעגיטימע מהלך המחשבה, אין איינקלאנג מיט אונזער אינטואיטיווע הנחה אז א באן פארט נישט פון זיך אליין.
אצינד אבער, אז מיר האבן פארדרייט דעם געשיכטע מיט דעם נאכט וועכטער'ס שאלה,"און וויאזוי א פערד-און-וואגן פארט פון זיך אליין, פארשטייט איר שוין יא?" איז קלאר געווארן אז די וואונדער פון די פויערן איז בכלל נישט אין פלאץ. אויב דו ביסט מסכים אז א פערד זאל פארן פון זיך אליין, דאן האסטו נישט קיין רעכט צו פארלאנגען א הסבר פארוואס די באן פארט פון זיך אליין. און אויב דו זוכסט א הסבר אויפ'ן באן, דאן דארפסטו פונקט אזוי זוכן א הסבר אויפ'ן פערד.
דער איינציגסטער וואס האט ווייזט אויס יא געכאפט דעם קאנצעפט, איז געווען דער שטילער פויער וואס האט פראבירט צוצושטעלן דעם פערד צום לאקאמאטיוו, און זוכן די 'גראז' וואס דער לאקאמאטיוו עסט. דאס באדייט אז ער איז מקבל די טענה וואס שלאגט אים אין פנים אז דער פערד קען אויך נישט פארן פון זיך אליין, אינאיינעם מיט דער הסבר אז גראוויטעט פארט יא פון זיך אליין, און ער וויל בלויז טרעפן דעם מעכאניזם 'וויאזוי' גראוויטעט איז משפיע אויפ'ן באן.
און ווי עס שיינט, איז ער געווען גערעכט. דער נאכט וועכטער האט דאס אפשר נישט געוואוסט, אבער נישט בלויז דער פערד, נאר אייגנטליך אויך דער לאקאמאטיוו, שעפט זיין ענערגיע - דירעקט צי אומדירעקט - פון דער זון, וועלכע באקומט זיין ענערגיע דורך גראוויטעט.
גראוויטעט איז דער שליסל פון אלעס. עס איז נישט בלויז דער אזויגערופענער 'כוח' וואס איז גורם אז מענטשן און אביעקטן זאלן פאלן צו דער ערד און נישט ארומשוועבן ווי אסטראנאטן אין ספעיס. עס פיל ווייטער און ברייטער דערפון.
גראוויטעט איז דער וואס האלט אונזער וועלט אין ארביט ארום דער זון, און די לבנה ארום דער וועלט. גראוויטעט איז דער וואס האלט צוזאמען די עלעקטראנען אינערהאלב אטאמען אז זיי זאלן נישט צעפלויגן ווערן אויף אלע ריכטונגען. און גראוויטעט איז דער וואס איז גורם אז גלאקסיעס און שטערן'ס זאלן זיך פארעמען איבעראל, ווי ווייט אונזערע אויגן - פליישיגע און אינסטרומענטאלע - קענען זען.
אלזא, צוריק צום געדאנקען עקספערימענט. וואס איז דער ריכטיגער ענטפער צו די וואונדער פון די פויערן?
אויב זייער קשיא איז געווען א פראקטישער 'וויאזוי?', ווי דער שטילער פויער האט געפרעגט, האט דער חכם גוט געענטפערט מיט'ן ערקלערן דעם מעכאניזם פון ניינציג פראצענט דערפון. און אויב זייער קשיא איז א פילאזאפישער 'פארוואס', דאן האבן מיר דעם נאכט וועכטער וואס שטעלט זיי אין פלאץ מיט'ן ערקלערן אז דעם פארוואס קענען זיי פונקט אזוי פרעגן אויפ'ן פערד.
און דאס מאכט מיר טראכטן. איז גראוויטעט באמת אן ערשיינונג אן קיין סיבה? אן אזויגערופענער 'ברוט פאקט'?
פון צווישן אריסטו, גאלילעא, ניוטאן און איינשטיין, די פיר גראוויטעט פארשער, איז דווקא דער פרימיטיווער אריסטו געווען דער וואס האט דאס מערסטע פראבירט אנצוגעבן א הסבר אויף גראוויטעט, די טעאריע אז זאכן ציען צו זייער מקור, כאטש וואס ער איז מיאוס דורכגעפאלן אין זיין השערה אז חפצים מיט מער שטאף פאלן דעריבער שנעלער - א שטעלונג וואס גאלילעא האט שנעל אפגעווארפן מיט א פשוט'ע עקספערימענט.
און אפילו די סיבה פון אריסטו איז אויך נישט קיין ענדגליטיגע לעזונג. מען קען זיך דאך דארט אויך שטעלן: פארוואס ציען זאכן צו זייער מקור? איז עס דען א הארטע אמת וואס וואלט אנדערש נישט געקענט זיין? וואלטן דען זאכן נישט געקענט בלייבן אויף זייער יעצטיגער ארט, אפגעזען פון זייער יסוד?
אלזא, קומען מיר בהכרח אן צו א פלאץ וואו מיר קענען זיך אויסוועלן איינס פון צוויי: אדער אז עס עקזיסטירט א כוח אן קיין סיבה, וואס דאס איז גאר א שווערע זאך צו אראפשלינגען, אדער אז עס עקזיסטירט אן ענדלאזע קייט פון סיבות, וואס דא איז שווער אפילו צו רעדן דערפון, ווער רעדט נאך באגרייפן?
אין אזא פאל, איז זייער פארשטענדליך צוליב וואס מענטשן פארמאגן א נטיה צו טענה'ן אז גאט איז אט דער כוח אן א סיבה, נישט וויבאלד דאס איז מער לאגיש אויסגעהאלטן ווי א פיזישע כוח אן א סיבה, נאר וויבאלד דאס שטופט אוועק דעם פראבלעם צו א פלאץ וואו עס שטעכט נישט אין די אויגן, און ערלויבט אנצוגיין מיט'ן לעבן.
דערצו קומט נאך אפיר א טעאלאגישע טענה אז אויב איז פארהאן א גאט, איז גאר 'מוכרח' אז מיר זאלן אים נישט קענען פארשטיין, און דעריבער איז דער גאט אויסוואל אסאך מער עלעגאנט ווי א נאטירליכע כוח אן א סיבה, אויף וועמען עס איז נישט פארהאן קיין קנאקעדיג-קלינגענדע סיבה צוליב וואס מיר זאלן אים נישט קענען פארשטיין. דער תירוץ וואס אומגלויביגע געבן אן, אז אונזער מוח איז נאכנישט געווארן גענוג עוואלווד צו פארשטיין, איז זייער א שיינע סברה וואס שטימט לאחר המעשה איינמאל דו ווייסט שוין אז געוויסע זאכן קען מען נישט פארשטיין, אבער דאס אז א גאט קען מען נישט פארשטיין איז א הנחה וואס וואלט אוועקגעשטעלט געווארן לכתחילה, און איז אקצעפטירבאר אפילו פאר אן אטעאיסט, נישט אזוי?
דאס קען אפשר ווערן ארויסגעברענגט אינעם פאלגנדן ארגומענט:
איינס - אויב גאט עקזיסטירט, קען א מענטשליכע שכל אים נישט פארשטיין.
צוויי - א וועלט אן א גאט, פארמאגט נישט קיין ספעציעלע סיבה צוליב וואס מיר זאלן איר נישט קענען פארשטיין.
דריי - מיר פארשטייען נישט די וועלט, בעיקר דער טיפסטער 'פארוואס'.
ממילא איז מער מסתבר צו זאגן אז עס עקזיסטירט א גאט וואס האט באשאפן די וועלט, און דאס איז די סיבה צוליב וואס מיר ווערן סטאק ווען מיר פראבירן איר צו פארשטיין.
און דאס איז חוץ פון דער פראבלעם וואס מאכט זיך איינמאל מיר זענען תולה אונזער באגרעניצטע שכל אין א נישט-געענדיגטע עוואלוציע. אויב איז טאקע אונזער גאנצער חסרון א רויער מוח, דאן פארוואס שטעלט זיך עס אפ פונקט דא? עס איז ממש מיסטעריעז וויאזוי פונקט די אייגנשאפטן וואס ווערן בהחלט צוגעצייכנט צום גאט וואס האט אונז באשאפן, די סאמע יסודות פון וואו מיר ציען אונזער החלטה אז ער עקזיסטירט, פונקט דארט איז וואו דעם מענטש'ס שכל טרעפט זיין גרעניץ.
פארשטייט זיך אז מען דעם טענה אפווארפן מיט א איפכא מסתברא וואס לויטעט אז עס ארבעט ממש פארקערט, אז מיר טיילן צו צו גאט אלע אייגנשאפטן וואס איז אויסער אונזער פארשטאנד, און דעריבער איז ערווארטעט אז מיר זאלן זיך טרעפן מיט אזא סארט גאט וואס שטימט ממש מיט אלעס וואס מיר פארשטייען נישט…
און דא קענען מיר אריינגיין אין א פולשטענדיגע דעבאטע, וועלכע פון די צוויי איז מער אויסגעהאלטן פון א פילאזאפישע שטאנדפונקט? צו זאגן אז עס איז בלויז פארהאן א וועלט וואס מיר פארשטייען נישט, אדער אז עס איז אויך דא א גאט וואס מיר פארשטייען נישט? וועלכע פון די צוויי איז א שווערע הנחה? פון איין זייט ציעט צו זאגן אז א וועלט אן א גאט דארף מען יא קענען פארשטיין, און דעריבער איז א גרעסערע חידוש צו זאגן אז עס איז בלויז דא וועלט. פון צווייטן זייט אבער, לייגט א גאט ארויף פיל א גרעסערע שיכט צום מיסטעריע, טראץ דעם פאקט אז דאס פארענטפערט די וועלט.
א בעסערע קאנטער ארגומענט וואלט אבער זיכער געווען צו אטאקירן דעם צווייטן פרעמיס וועלכע לויטעט אז א וועלט אן א גאט האט נישט קיין ספעציעלע סיבה צוליב וואס מיר זאלן איר נישט פארשטיין, מיט עממאנועל קאנט'ס הסבר אין וויאזוי מענטשליכע שכל ארבעט. מקום און זמן ,לויט קאנט, זענען נישט קיין אבסאלוטע פאקטן אינדרויסן פון אונזער מוח. זיי זענען בלויז א ראם מיט וועלכע אונזער שכל באנוצט זיך כדי צו קומען אין בארירונג מיט דער אויסערליכע וועלט, א וועלט וואו מיר פארמאגן נישט קיין שום צוטריט אויסער דורך די ברילן פון מקום וזמן.
א באקאנטער משל וואס ווערט אנגעגעבן צו פארשטיין קאנט'ס הנחה, איז דער וועג וויאזוי א קאמפיוטער נעמט אריין אינפארמאציע. א קאמפיוטער קען בלויז פארשטיין איין שפראך: ביינערי, וואס באשטייט פון איינסערס און זעראס. דאס איז וויאזוי ער 'פארשטייט' די וועלט. ווען דו וועסט בעטן דעם קאמפיוטער ער זאל דיר ערקלערן וויאזוי א בוים זעט אויס, וועט ער דיר גארנישט קענען פארקויפן חוץ איינסער און זעראס. דאס זעלבע איז מיט א מענטשליכע מוח, וועמען'ס שפראך איז מקום וזמן, און אלעס וואס ער נעמט אריין איז בלויז אין פארעם פון די צוויי אייגנשאפטן.
חוץ פון מקום וזמן, לייגט ער צו א דריטער (לויט מאדערנע פיזיקס בלויז א צווייטער, וויבאלד מקום וזמן זענען בעצם איינס…) כלי דורך וועמען מיר קומען אין קאנטאקט מיט דער אויסערליכע וועלט, וואס אן דעם קענען מיר ווייטער נישט באקומען קיין שום אינפארמאציע פונדרויסן פון אונזער שכל: קאוזאליטעט.
מיט אט די כלים ווערט רעאליטעט געפילטערט כדי אונזער מוח זאל זיין ביכולת איר צו באגרייפן.
אלזא, לויט די טעאריע, איז שוין ווידער ערווארטעט אז מיר זאלן נישט קענען פארשטיין די יסוד פון עקזיסטענץ, צי איז עס גאט, צי עפעס אנדערש, ווייל דאס איז בהחלט עפעס וואס איז אויסער מקום וזמן, וויבאלד זמן האט זיך דאן אנגעהויבן, און איז אויך אויסער קאוזאליטעט, ווייל יענץ איז דאך נישט געקאוזט געווארן דורך גארנישט.
אין קורצן: די וועלט איז פונדאמענטאל אומפארשטענדליך, און דאס קען דינען אלס אנדייטונג אז איר מקור איז אויך אומפארשטענדליך - איבערנאטירליך, אין סוף, און אפשר גאט. לויט דעם באדייט דאס אז אונזער חוסר הבנה איז נישט קיין שוואכקייט, נאר א פענסטער צו עפעס העכער. לעומת זה טענה'ט קאנט אז די וועלט איז ממילא אומפארשטענדליך, מיט צי אן א גאט, און אונזער חוסר הבנה טראגט נישט קיין שום געוויכט ווען עס קומט צו אנטשיידן אט די פראגע.
תמצית היוצא, דער געדאנקען עקספערימענט מיטן נאכט וועכטער, דער פערד און לאקאמאטיוו קומט צו צייגן אז דער פילאזאפישער קשיא "פארוואס זאל עפעס בכלל געשען?" בלײבט שטארק, אפילו ווען עס קומט באקליידעט אין וויסנשאפטליכע ערקלערונגען. צי דער פערד "פארט פון זיך אליין" אדער דער לאקאמאטיוו באקומט זיין ענערגיע פון גראוויטעט - אין ביידע פעלער שטויסן מיר זיך אן אין א אומבאגרייפליכע יסוד וואס ווערט גענומען אלס א ברוט פאקט. אלזא, ווען מיר זעען ווי אונזער שכל איז בעצם געבויט צו פארשטיין נאר אין ראמען פון מקום, זמן און קאוזאליטעט, ווערט מער מסתבר אז עס מוז עקזיסטירן עפעס א איבערנאטירליכער מקור וואס ליגט אינדרויסן פון די גרעניצן פון מקום, זמן און קאוזאליטעט - א מהות וואס קען ווערן באגרינדעט צי דורך א גאט אדער אן אנדערע פארעם פון עפעס אומבאגרייפליך.
(אינספירירט דורך אלפא'ס ערשטע ארטיקל אין כוואליעס, וועלכע איך האב נישט נאכאמאל איבערגעליינט זינט דאן. אויב עפעס איז צו שטארק גע'גנב'עט פון דארט, זייט מיר מוחל.)

***