וואלטס געוואלט אז דיינע קינדער זאלן...?

שניידער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2025
מעסעדזשעס
141
רעאקציע ראטע
485
פונקטן
63
אין א דערנעבענדיגע טרעד האט זיך פארמירט א שמועס מיט די פריפיקס "וואלסטו דען געוואלט אז דיינע קינדער זאלן כך וכך", וואלט איך געוואלט פרובירן צו אויסשמועסן אט דעם געדאנקסגאנג וואס איז לענ"ד נישט ממש צום זאך.

(אפגעזעהן אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי א 'מענטש'ס קינדער', נאר מאקסימום קינדער וואס דו ליבסט און זארגסט זיך פאר, יעצט ברענגטס אהער די אחרונים אויפ'ן ערשטע משנה אין בבא קמא...)

ובכן די פוינט וואס איך וואלט געוואלט ארויסברענגן, וועל איך שרייבן כדלהלן:
איך פערזענליך שטייענדיג אין אמעריקע אום 2026 פארלייד נישט טרענסזשענדערס, מענטשן פרעסערס, אנטי-זכו'ס און פּארנשטערנס, עמאנגסט מעני אדערס. (יעדער צו אן אנדערע דעגרי, פארשטייט זיך.)
אבער עס פאלט מיר נישט איין צו האפן און איינטיילן צו מיינע קינדער זאלן יא אדער נישט זיין איינע פון די אויבנדערמאנטע!
וואס איך וויל יא איז אז זיי זאלן מיטטיילן די וויסנשאפט, ווירדן און פילאסאפיע פון די פרייליכערע מענטשן פון זייער צייט, וואס איך האף שטארק אז זיי וועלן זיין דאס רוב פון די מענטשהייט, פיריאד ענד אוו סענטענס.

זינט איך בין נישט קיין שרייבער וועל איך מיך דא אפשטעלן, און אדרבה איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן אין דעם ענין.
 
לעצט רעדאגירט:
אפגעזעהן אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי א 'מענטש'ס קינדער', נאר מאקסימום קינדער וואס דו ליבסט און זארגסט זיך פאר
פארוואס זאגסטו אז ס׳איז נישטא אזא זאך ווי א מענטש׳ס קינדער? אויב איינער מאכט געלט אויף א כשר׳ע וועג איז די געלט נישט זיינס? פארוואס קינדער וואס זענען א חלק און קומען פון די עלטערן אליינס נישט ״זיינע קינדער״, פארשטייציך אז פונקט ווי געלט קען מען נישט טוהן וואס מוויל נאר זאכן וואס די געזעץ לאזט די זעלבע זאך מיט דיינע קינדער קענסטו נישט טוהן וואס די ווילסט, און אויב האסטו טאקע ליב דיינע קינדער לאז זיי זיין ווי אזוי זיי ווילן אויב זיי זענען שוין גענוג גרויס צו מאכן א אייגענע דיסישענס, אויב נישט גייען ״דיינע״ קינדער האבן א שלעכטע לעבן.

איך פערזענליך שטייענדיג אין אמעריקע אום 2026 עקל מיך פון טרענסזשענדערס, מענטשן פרעסערס, אנטי-זכו'ס און פארנשטערנס, עמאנגסט מעני אדערס. (יעדער צו אן אנדערע דעגרי, פארשטייט זיך.)
אבער עס פאלט מיר נישט איין צו האפן און איינטיילן צו מיינע קינדער זאלן יא אדער נישט זיין איינע פון די אויבנדערמאנטע!
זייער גוט אז די גייסט זיי נישט איינטיילן, אבער פארוואס עקלסטעך פון טרענסזשענדערס ווי לאנג זיי זאגן דיך נישט וואס צו טוהן? די טרענסזשענדערס וואס צווינגען ארויף זייערע מיינוג אויף אנדערע האב איך אויכט פיינט פונקט ווי די מענטשן וואס האבן נישט ליב זכו און טרייען ארויפצווינגן זייער מיינוג אויף יעדן, אבער וואס גייט דיך אז איינער אין טעקסעס וויל אראפ נעמען עפעס פון זיין גוף אדער עפעס צולייגן ווילאנג ער טיילט דיך נישט איין וואס צו טוהן, וואס גייט דיך אן אז איינער האלט נישט פון זכו אויב ער צווינג נישט ארויף זיין שיטה אויף קיינעם? זאל יעדער טוהן וואס אים איז באקוועם ווילאנג ער טעריזירט נישט קיינעם.
 
לעצט רעדאגירט:
@כוכבים
1. אויף א זעהל קען מען נישט זיין א בעלבוס, כנלענ"ד, ס'איז פאר די קינד'ס אייגענע טובה צו מכבד זיין און צומאל צוהערן צו זייערע עלטערן אבער עס איז נישטא קיין שום תביעה אויף זיי דאס צו טוהן.
2. אין טעם בטעם ולכן אין טעם להתווכח על טעם
 
וואס איך וויל יא איז אז זיי זאלן מיטטיילן די וויסנשאפט, ווירדן און פילאסאפיע פון די שטערקערע און פרייליכערע מענטשן פון זייער צייט
וואס מיינט ״שטערקערע און פרייליכערע מענטשן פון זייער צייט״?
איך האב פאר דיר נייעס אז ס׳דא מענטשן וואס זענען א מלמד אין סקווירא שטעטל און טאנצן אריין ביים רבי׳ס טיש און זיינען די פרייליכסטע מענטשן אויף די וועלט, פרייליך האט גארנישט מיט וויסנשאפט אדער ווירדן און פילאסאפיע אדער געלט און פאוער, ס׳האט מיט די מענטש אליינס, און וואס מיינט ״שטערקערע״?

אויף א זעהל קען מען נישט זיין א בעלבוס, כנלענ"ד, ס'איז פאר די קינד'ס אייגענע טובה צו מכבד זיין און צומאל צוהערן צו זייערע עלטערן אבער עס איז נישטא קיין שום תביעה אויף זיי דאס צו טוהן.
האסט א פוינט, זיכער אויב די רעדסט פון עלטערע קינדער, אויב אזוי פארוואס טאקע קען א מענטש זיין בעלבוס אויף בעלי חיים? סאיז אויכט א זעהל, איך הייב אן טראכטן אז די גאר לינקע האבן א פוינט אז מ׳קען נישט זיין בעה״ב אויף בעלי חיים, פונקט ווי קיינער איז נישט זיין בעה״ב אויף זיינע קליינע קינדער זעהל, אויף גרויסע קינדער איז מן הסתם יעדער מודה אז די עלטערן קען נישט איינטיילן וואס צו טוהן ווען זיי זענען נישט אין זיין פּראפּיטי
 
זינט איך בין נישט קיין שרייבער וועל איך מיך דא אפשטעלן,
אן עי סייד נאוט, קרעמל איז נישט געמאכט געווארן צו פראווען עניוות😂 דו ביסט שוין איינמאל א גוטע שרייבער און פליז שטעל דיך נישט דא אפּ.
Thanks for paying attention to this matter
 
Back
Top